בית פורומים אידישע געדאנק

רבינו זצ"ל: יבא יום ש'עהרליכע יוד' לא יהא באפשרות לדור בא"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/1/2012 21:58 לינק ישיר 

זאלסט מיר מוחל זיין במחילה גמירה. איך נעם זיך נישט אן פאר די מדינה פון כפירה ומינות. אבער איין מינוטקאלע

וויפיל מענטשן וואלט מען ארעסטירט דאהי אין ניו יארק פאר'ן אויסברעכן "רעד לייטס"?
וויפיל מענטשן וואלט מען ארעסטירט דאהי אין ניו יארק פאר'ן פארברענען מיסט קאסטענעס יעדן טאג"?
וויפיל מענטשן וואלט מען ארעסטירט דאהי אין ניו יארק פאר'ן נישט לאזן א NYC באס דורכפארן"?

פאפ זיך נישט !

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 22:06 לינק ישיר 

די רעד לייט ברעכער וואלט מען ארעסטירט
די גארביטש ברענער וואלט מען ארעסטירט
די וואס שטערן טרעפיק וואלט מען אויך ארעסטירט

אבער סתם רודפן יעדער חרידישן יוד וועגן דעם? וואלט אויסגערופן א וועלטס סקאנדאל

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 22:22 לינק ישיר 

מלך_מלכים כתב:
די רעד לייט ברעכער וואלט מען ארעסטירט
די גארביטש ברענער וואלט מען ארעסטירט
די וואס שטערן טרעפיק וואלט מען אויך ארעסטירט

אבער סתם רודפן יעדער חרידישן יוד וועגן דעם? וואלט אויסגערופן א וועלטס סקאנדאל

אין NYC מיינט דאס:
מינימום 25 ארעסטן.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 23:49 לינק ישיר 

לאנצוט, איך בין נישט אנטוישט ווי לינק דו רעדטס, ווען א גערער זאל יעצטנ אזוי רעדן וואלט איך געווען אביסל פארוואונדערט, ווייל רוב לינקע חרדים פארשטייען אויך אז יעצט איז א מצב וואס איז נאכנישט געווען, אבער אז דו ביסט א נארוני איז אלעס פארשטענדליך, דער עיקר אז דא איז שטיל. 

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2012 23:51 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:

די גאנצע מדינה איז איין שטיק כפירה און מינות, וואס טוט קרתא פארקינג לאט מער חילול שבת ווי די מיליאנען חילולי שבת וואס די רעגירונג פראקטיצירט מדי שבת בשבתו?

עס גייט נישט אריין אין מיין קאפ

אוודאי אז מען איז אנגעלייענט מיטן טריפענעם בלאט קוקט מען אזוי אויס, מלך מלכים איך ווייס נישט פארוואס דו טוישט נאך אויס א ווארט מיט דעם אפיקורס

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 00:08 לינק ישיר 

אפיקורס איז ווינציג געזאגט.

מיין פראגע איז זייער קלאר:
ווערט די מדינה טריפה ווען זיי מחלל שבת מיט א קרתא פארקינג לאט?
זיי זענען מרשיעי ברית וכופרים בעיקר. פאר דעם פארקינג לאט איז די לאגע קיין טראפ נישט בעסער געווען.

לענינינו:
דאס וואס זיי האבן ארעסטירט 5 ערליכע אינגעלייט, איז דאס וואס מאכט מדינת ישראל טריפה?
דא אין אמעריקע וואלט געווען די זעלבע זאך. אקוראט.

אז א גרופע מענטשן פארברענען מיסט קאסטענעס דאהי יעדן צווייטן טאג, בין איך נישט מקנא די געגענט. ווייל 20 ארעסטן ווערן געמאכט.

מיט'ן שרייען בלאט, אפיקורס כופר, צייגט מען אז מ'האט נישט וואס צי ענטפערן.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 15:35 לינק ישיר 

די גרעסערע און עכטע סכנה וועט זיין (היל"ת) ווען די אזויגערופענע פרומע (אגודיסטן אא"וו) וועלן האבן דער מאכט. זייער האס און שנאה קעגן ערליכע אידן איז פילפאכיג גרעסער ווי די שנאה פון די פרייע ציונים

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 15:42 לינק ישיר 

א באשרייבונג (אויף לשון קודש) וועגן אט דעם עניין

http://05731.blogspot.com/2012/01/blog-post.html

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 18:48 לינק ישיר 

עםהארץל כתב:

די גאנצע מדינה איז איין שטיק כפירה און מינות, וואס טוט קרתא פארקינג לאט מער חילול שבת ווי די מיליאנען חילולי שבת וואס די רעגירונג פראקטיצירט מדי שבת בשבתו?

עס גייט נישט אריין אין מיין קאפ

אוודאי אז מען איז אנגעלייענט מיטן טריפענעם בלאט קוקט מען אזוי אויס, מלך מלכים איך ווייס נישט פארוואס דו טוישט נאך אויס א ווארט מיט דעם אפיקורס

איינער שרייבט מיר אין אישית אז ער פארשטייט וואס איך זאג, אבער ער בעט אז איך זאל בעסער מסביר זיין.

צום ערשט צום עם הארץ'ל: אז דו רופסט מיך אן כופר און אפיקורס. איך האב אז דו האלסט מיך נישט פאר אזא סארט אפיקורס ווי דעם טריפה'נעם בענצי לאוב רח"ל. ווייל דעמאלט בין איך חלילה אינגאנצן פארפאלן.

יעצט צום ענין:

מיר זענען געוואוינט צו 2 סארט מלחמות און רשעות'דיגע גזירות נוראות וואס די ציונים פירן קעגן אחינו בני ישראל בארצה"ק:

1) אזעלכע גזירות רעות ווי גיוס בנות אדער חיטוטי שכבי וכדומה.
דאס מיינט אז זיי מאכן גזירות נוראות קעגן דת תורתינו הקדושה, און דעמאלט מוז מען זיי באקמעפן מיט אלע סארט וועגן וואס מ'קען ביז מסירת נפש, ווייל דאס זענען געזעצן וועלכע זענען געצילט אויסצורייסן טהרה וקדושה פון כלל ישראל.

2) דאס עפענען טריפה'נע טעאטערס, תערובות סווימינג פולס, אצטדיון, חילול שבת בפרהסיא וכדומה.

עס פארשטייט יעדער בר דעת, נאכאמאל, יעדער בר דעת פארשטייט, אז ווי שטארק די הירוס הדת פון די צווייטע קאטעגאריע איז, איז עס דאך נישט צום פארגלייכן צו די ערשטע קאטעגאריע. ווייל די ערשטע צווינגסטו ארויף העברה על הדת אויף אונז. משא"כ די צווייטע קאטעגאריע איז אנדערש.

יעצט לאמיר גיין צו נומער 3.
די דריטע קאטעגאריע איז, ווען די רשעים און שקרנים גיבן אריין קלאגעס אז חרדים שפייען אויף זיי, דאס הייסט אז חרדים צווינגען אז זיי טארן נישט גיין אויף די גאס אומ'צניעות'דיג וכדומה. אדער דאס טענה'ן אז חרדים צעברעכן רעד לייטס און פארברענען מיסט קאסטענעס און שטערן די אלגעמיינע געזעלשאפט צוליב זייער פראטעסט צוליב "אם המרעיבה" וכדומה.

נאכאמאל, יעדער בר דעת פארשטייט אז קאטעגאריע נומער 3, ווי שטארק עס טוט וויי, קומט עס נישט צו קאטעגאריע נומער 2, און אוודאי נישט צו קאטעגאריע נומער 1.

דאהי אין ניו יארק סטעיט ווען די פאליציי ארעסטירט א מוטער וואס איר קינד איז רח"ל געווארן אביסל פארברענט און זיי זאגן אז דאס איז מכח "טשיילד אביוז". אזעלכע זאכן מאכן זיך ליידער גאנץ אפט אין  ניו יארק, און עסקנים טוען וואס מ'קען צו העלפן די עלטערן און גלייכצייטיג גייט מען א דעליקאטע ליניע מיט די שטאטישע אינסטאנצן.

אין ירושלים ווען עס קומט פאר א "טשיילד אביוז קעיס", פארברענט מען אלע מיסט קאסטענעס און מ'ברעכט צענדליגער רעד לייטס ווי די ניגערס, און ווער עס זאגט אז דאס איז נישט דער מהלך, איז זאפארט אן אפיקורס און כופר באלקי ישראל.

***

עם הארץ'ל טייערער: ביסט טאקע זייער גרויס אין היידפארק, און זייער קלוג פאר כתה א' - אבער מיט'ן רמב"ם קענסטו דאך נישט קריגן.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 21:52 לינק ישיר 

איך באקום יעצט אין אישי, אז מיין הסבר איז זייער צו דערזאך, אויסגעהאלטן תורה'דיג און לויט דעם קוק ווינקעל פון א סאטמארן חסיד, כשיטת רביה"ק מסאטמאר זי"ע.

איך ערווארט נישט צי ווערן אויס אפיקורס וכופר בעיקר ביי עמ הארץ'ל, אבער אויב האסטו סיי וועלכע פראגע, אדרבה פרעג.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 22:04 לינק ישיר 

למשל ווען מ'צווינגט חרד'ישע סאלדאטן צו הערן און זען קול באשה, אין וועלכע גדר גייט דאס אריין?

ווען מ'וויל ארויפצווינגען אויף די חרד'ישע געגנטער געמישטע באסעס אקעגן די רצון פון די לאקאלע איינוואוינער און די וואס נוצן דעם באס, אין וועלכע גדר גייט דאס אריין?

ווען עס איז פארהאנען א סיכסוך צווישן א פרייע און א פרומע וועט מען דעם פרומען ארעסטירן און דער פרייער ווערט נעבעך די קרבן, אין וועלכע גדר גייט דאס אריין?

ווען א פרומער איד זאגט פאר א פריצות'דיגע געקליידעטע אידישע שיקסע וואס זעצט זיך אין די מענער אפטיילונג פון א מהדרין באס "פרוצה", בשעת זי האט געשריבן אויף א סאשעל וועבזייטל א טאג בעפאר אז זי גייט מאכן פראוואקאציעס, ווערט דער חרדי ארעסטירט, אויף וואס? אויף נישט ווייניגער ווי "מנוולישע אטאקע", אין וועלכע גדר גייט דאס אריין?

ווען יעדער הויכע גענעץ פון חרדים ווערט באריכטעט אין די פרייע פרעסע טאג טעגליך פאר די לעצטע וואכן, באגלייט מיט שקרים און בלבולים מיט ווילדע העצעס קעגן אלע חרדים, אין וועלכע גדר גייט דאס אריין?

און ווען די פרייע באפאלן און אטאקירן פרומע קינדער, אינגעלייט און פרויען ווערט דאס קיינמאל נישט באריכטעט אין זייער פרעסע, אין וועלכע גדר גייט דאס אריין?

די ליסטע איז זייער לאנג, אבער איינער וואס זעט נישט יעצט קיין רדיפת הדת אין א"י, איז גאר נידעריג און אנגעליינט מיט כל זוהמה וטומאה, און ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן.

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2012 22:22 לינק ישיר 

KJ כתב:
למשל ווען מ'צווינגט חרד'ישע סאלדאטן צו הערן און זען קול באשה, אין וועלכע גדר גייט דאס אריין?
ענטפער: קאטעגאריע 1. - אבער פארוואס גייט ער אין מיליטער לכתחילה? ווייל ער איז א נחל-חרדי'ניק.

ווען מ'וויל ארויפצווינגען אויף די חרד'ישע געגנטער געמישטע באסעס אקעגן די רצון פון די לאקאלע איינוואוינער און די וואס נוצן דעם באס, אין וועלכע גדר גייט דאס אריין?
ענטפער: קאטעגאריע 2. פינקט ווי מ'הייסט גיין אין ניו יארק סאבוועי געמישטע זיצן.

אבער פאפ זיך נישט, און פאפ מיך נישט. רוב פאסאזשירן זענען דאך חרד'ישע אידן וועלכע ווילן באמת זיצן אפגעטיילט, צי וואס דארף מען אריינשפילן און זיך רייצן מיט א חצופה. איז נישט וויליאסמסבורג-בארא פארק באס געווען די זעלבע זאך.

ביטע זיי רעאליסטיש.

ווען עס איז פארהאנען א סיכסוך צווישן א פרייע און א פרומע וועט מען דעם פרומען ארעסטירן און דער פרייער ווערט נעבעך די קרבן, אין וועלכע גדר גייט דאס אריין?

ענטפער: וועלכע סארט סכסוך. ווי א עקסידענט אדער איבער פארברענען א מיסט קאסטן?

ווען א פרומער איד זאגט פאר א פריצות'דיגע געקליידעטע אידישע שיקסע וואס זעצט זיך אין די מענער אפטיילונג פון א מהדרין באס "פרוצה", בשעת זי האט געשריבן אויף א סאשעל וועבזייטל א טאג בעפאר אז זי גייט מאכן פראוואקאציעס, ווערט דער חרדי ארעסטירט, אויף וואס? אויף נישט ווייניגער ווי "מנוולישע אטאקע", אין וועלכע גדר גייט דאס אריין?

ענטפער: אויב די פרוי וועט מאכן א קלאגע אויף דעם פערזאן וואס האט מוחה געווען, און זי וועט זאגן אז ער האט געשפיגן, וועט מען אים ארעסטירן. - דאהי אין ניו יארק, אז א פרוי מאכט חלילה א קלאגע קעגן סיי-וועמען, ווערט  יענער זאפארט ארעסטירט. יא ליידער.

דאהי אין ניו יארק וועט מען ארעסטירן דאזענס מענטשן אויב אפאר שקרים און שחצנים וועלן "באקן מעשות" אז מ'האט אויף זיי געשפיגן.

ווען יעדער הויכע גענעץ פון חרדים ווערט באריכטעט אין די פרייע פרעסע טאג טעגליך פאר די לעצטע וואכן, באגלייט מיט שקרים און בלבולים מיט ווילדע העצעס קעגן אלע חרדים, אין וועלכע גדר גייט דאס אריין?

ענטפער: ליידער האלט מען שוין יעצט ביי די נאכווייען. דער חורבן איז שוין ליידער געמאכט געווארן דורך קינדער. פינקט ווי ביי די אם המרעיבה. אויב קומען אן "היציגע פערשוינען" און טוען ווילדע אקציעס, וועלן די פרייע עוקרי הדת אפענטפערן און עס וועט פלאקערן. - יעצט איז א שעת חירום. עס איז נישט געווען קיין גיוס בנות געזעץ, עס איז נישט געווען קיין חיטוטי שכבי געזעץ.

און ווען די פרייע באפאלן און אטאקירן פרומע קינדער, אינגעלייט און פרויען ווערט דאס קיינמאל נישט באריכטעט אין זייער פרעסע, אין וועלכע גדר גייט דאס אריין?

ענטפער: לייען אויבערשטע תגובה ביטע.

די ליסטע איז זייער לאנג, אבער איינער וואס זעט נישט יעצט קיין רדיפת הדת אין א"י, איז גאר נידעריג און אנגעליינט מיט כל זוהמה וטומאה, און ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן.

ענטפער: יעצט זעט יעדער. אבער דא איז נישט געווען קיין קאטעגאריע איינס, און נישט קיין קאטעגאריע צוויי.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 22:28 לינק ישיר 

איך האב נישט קיין צייט זיך שטיין טענה'ן אגאנצן טאג, די "אם המרעיבה" איז נאך א גוטע משל פון גרויליגע רדיפת החרדים, הגם דו ווייסט נאר די צד פון די פרייע, דו קוקסט אויס גוט אנגעליינט, און דיין רשעות פון איר אנרופן מיט דעם נאמען איז א חלק פון דיין פארטעמפטקייט צו די ברענענדיגע מצב אין א"י.

דו ספינסט זייער גוט, אבער מיין מסקנא איז מער ווינציגער דער קלארער ענטפער אויף דיין לאנגע מגילה,  איינער וואס זעט נישט יעצט קיין רדיפת הדת אין א"י, איז גאר נידעריג און אנגעליינט מיט כל זוהמה וטומאה, און ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן.

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2012 22:35 לינק ישיר 

אם המרעיבה איז דער נאמען פון די פרשה, ווי א טשיילד אביוז קעיס.
און דיין נישט ענטפערן אויף אלע מיינע פוינטס צייגט אויף דיין לערליכע טענות.

ווייל דא אין ניו יארק סטעיט ווען אזוינס קומט פאר, איז דא 50 ארעסטירטע. כאטש וואס מ'דארף נאך אלץ טוען אלעס פאר פדיון שבויים, איז דאס נישט קיין קאטעגאריע 2, און אוודאי נישט קיין קאטעגאריע 1.

ודי בזה.

[נ.ב. כבר גליתי דעתי שבענין כפירה ומינות, ומי לכנות בשם אפיקורס, יש לנו הי"ג עקרים ממרן הרמב"ם ז"ל, וכל דברי הליצים מ'היידפארק הם בטלים ומבוטלים, לא שרירין ולא קיימין].

הנ"ל

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 22:46 לינק ישיר 

כדי אויפצופרישן דעם זכרון וועל איך אויפברענגען ברמז, א פרשה וואס איז פארלאפן מיט היפשע יארן צוריק דא אין אמעריקע, און ברענגען אן אנאלאגיע וויאזוי אזא פרשה וואלט זיך אפגעשפילט אין ארץ ישראל.

עטליכע געמיינע באנדיטן פון חסידיש'ן קרייז (איך וועל נישט זאגן וועלכע קרייז), האבן אונטערגעשטעלט אן ערלית, צו זאגן אז א געוויסער פערזאן האט איר אביוזד אויפן עראפלאן.

מ'האט ארעסטירט דעם חשוב'ן איד און דעם באגלייטער און צום סוף האט עס געקאסט תפיסה רח"ל.

דאס האט פאסירט דאהי אין דעם מלכות של חסד הנקראת אמעריקע, וואס דארף זיך גארנישט שעמען פאר רוסלאנד.

יעדער האט געוואוסט אז די מעשה איז שקר. יעדער האט געוואוסט אז פאר געמיינע רוצחים האבן עס אונטערגעשטעלט, אבער מ'האט געמאכט א סעטלמענט און די פרשה איז אראפ פון טיש.

אין ארץ ישראל וואלט פארגעקומען ווילדע דעמאנסטראציעס, עס וואלט געווען א וועלט מלחמה. און די היידפארק ליצים KJ, דזשיגאן און עם הארץ'ל וועלן מיך באלד באזינגען אלס אן אפיקורס וכופר ועוד ועוד ועוד.

פארוואס:
ווייל  מ'האט נישט וואס צי ענטפערן.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רבינו זצ"ל: יבא יום ש'עהרליכע יוד' לא יהא באפשרות לדור בא"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.