בית פורומים אידישע געדאנק

רבינו זצ"ל: יבא יום ש'עהרליכע יוד' לא יהא באפשרות לדור בא"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/1/2012 02:33 לינק ישיר 

ר' לאנצוט,

איר זענט זייער גערעכט מיט אייערע פראגעס,
און די וועלכע רייסן דיך אראפ ווי אפיקורוס וכדו' זענען נישט גערעכט, ווייל עס איז אזוי ווי דו זאגסט זיי האבן נישט וואס צו ענטפערן.

אבער אין דער אמת'ן, דו, אזוי אויך די וואס האבן נישט וואס דיר צו ענטפערן, איז דער פראבלעם ווייל איר זענט נאך זייער ווייט פון צו וויסן גענוי וואס עס גייט פאר אין ארץ ישראל, דערפאר זענען דיינע פראגעס בעיקר געשטעלט דורך צוגלייכן צו אמעריקע, און דו טענה'סט אז אויך אין אמעריקע אין מלכות של חסד וואלט מען נישט פארשוויגן פאר דעם און מען וואלט איינגעשפארט אסאך אידן.

לאמיר אנכאפן דעם ביישפיל פון "טשיילד אביוז" וואס דו האסט געברענגט, ווען אין ניו יארק וואלט די פאליציי ארעסטירט א מוטער ח"ו צוליב טשיילד אביוז מיט איר קינד (לאמיר זאגן אפילו עס וואלט ח"ו געווען אמת), וואלט מען איר געפייניגט אין תפיסה? מען וואלט איר נישט צוגעלאזט קיין לויער?

די פרוי מרקוביץ (ווי דו רופסט איר "אם המרעיבה") וועלכע מ'האט איר חושד געווען אז זי האט געפייניגט איר קינד, און איר שולד איז געווען ווייל זי איז נערווען קראנק ח"ו, און דאס אלץ נאך פאר דעם באשולדיגן און אויפווייזונג, נאר אלץ חשד, וואס פארא פיינוגען זי איז דורכגעגאנגען, וואס פארא יסורי גיהנם זי האט געליטן דארט אין תפיסה, וואס זיי טוען דאס נישט אפילו פאר די גרעסטע רוצחים, נאר אמאל פאר די גרויסע מחבלים אראבער, וואס ווען אזא זאך וואלט פאסירט אין אמעריקע, וואלט די גאנצע מידיא אפילו די גוי'שע וועלט אויפגעטרייסלט, א זאך וואס מען האט דאס געהערט נאר אין די קומניסטישע רוסלאנד, און אין אינקוויזיציע. - אבער דא האבן די ציונים געהאט צוטאן מיט חרדישע פרוי, (עס איז צו באריכות מסביר צו זיין וואס איז געווען זייער ציל מיט איר פייניגן, אפשר אין אנדערע געלעגנהייט).

לאמיר רעדן בקיצור וועגן דעם ענין פון די באסעס:
די באסעס מהדרין זענען נישט היינט געעפנט געווארן, עס איז שוין מער פון צען יאר, אנגעהויבן האט זיך דאס טאקע דערפאר ווייל די שטאטישע באסעס זענען געווען זייער אויסגעלאסן און פריצות'דיג, האבן די חרדים אפגעדונגען באסעס פון עטליכע פרייוועט קאמפעניס, מיטן ציל צו זיין אפגעזונדערט פון די פרייע באסעס, און עס איז געווען שטרענג איינגעפירט אז די מענער זיצן פון פאראנט און די פרויען פון הונטן, פארשטייט זיך אז אין אזעלכע באסעס קען קיינער זיך נישט אריינמישן, עס איז אינגאנצן פרייוועט, און וועלכע פרוי זי וויל נישט איינהאלטן די תקנות האט נישט קיין רשות ארויפצוגיין אויף דעם באס.

די שטאטישע באסעס "אגד" קאמפעני האט זיך געכאפט וואס דא טוט זיך, זי האט אנגעהויבן צו פילן אז זי דערלייגט גרויס געלט, די חרדישע אידן פארנעמען דאך א גרויס צאל אין די באסעס, האבן זיי אנגעהויבן צו פארפירן ביי די רעגירונג אז מ'זאל דאס מער נישט צולאזן, ווייל נאר זיי אליין מעגן האבן די שטאטישע באסעס, בקיצור עס האט זיך געטוהן משפטים ביז די רעגירונג האט מסכים געווען אז די "אגד" באסעס זאלן צושטעלן באזונדערע באסעס פאר די חרדים, און זיי וועלן זיין אפגעטיילט מענער מיט פרויען אזוי ווי די געדינגענע פרייוועט באסעס, און עס האט זיך גערופן "קו מהדרין", און נאך מער, די דרייווערס פון די געדינגענע פרייוועט באסעס האבן פארפירט אז מען נעמט זיי צו זייערע פרנסות, האט די "אגד" קאמפעני מסכים געווען זיי אריינצונעמען ביי זיי, און זיי זאלן דרייוון די "קו מהדרין", און אזוי איז דאס אנגעגאנגען די לעצטע יארן.

ויקם מלך חדש, עס האט זיך אויפגעשטעלט אפאר אויסגעצייכנטע באוואוסטע רשעים די להכעיס'דיגע, און זיי האבן נישט געקענט צוקוקן ווי אזוי די ערליכע אידן פירן זיך א שיין באשיידענע לעבן, (עס איז צו אן אריכות פארוואס דאס האט זיך יעצט אנגעפאנגען, דער עיקר איז וואס זיי האבן געזעהן אז די חרדים נעמען איין גאנצע שטעט און זיי צו וואקסן זיך זייער שטארק, ווי עס שטייט אין די וואכעדיגע סדרה ובני ישראל פרו וישרצו וירבו ויעצמו מאד מאד, אז אט אט פארלירן זיי זייערע גאנצע מדינה, ויאמר פרעה הבה נתחכמה לו וגו'), און זיי האבן אנגעהויבן צו פארפירן מיט א נייעם אויסגעטראכטן בלבול "הדרת נשים", דאס מיינט מ'טוט גרינגשעצן אין די נשים, ווי למשל מ'צווינגט זיי אויף די באסעס צו זיצן הונטן א.ד.ג. בקיצור, ביז דער בג"ץ האט גע'פסק'נט אז אין די שטאטישע באסעס טאר מען נישט זאגן פאר די פרויען וואו צו זיצן, יעדע פרוי קען זיצן וואו זי וויל, און זיי האבן להכעיס ארויפגעשיקט אויסגעלאסענע פריצות אויף די "מהדרין" באסעס, זיי האבן זיך געזעצט פאראנט צווישן די מענער, כדי אנצומאכן א טומל, און די חרדישע אידן האבן גע'טענה'ט צו די רעגירונג אויב איר ווילט נישט מיר זאלן איינטיילן פאר די פרויען וואו צו זיצן, איז פארוואס לאזט איר אונז נישט דונגען אייגענע פרייוועט באסעס, פארוואס צווינגט איר אונז צו פארן נאר מיט די שטאטישע באסעס.

וואלט דען אין אמעריקע געווען אזא זאך, וואלט אין אמעריקע געווען אזא זאך אז מ'טאר נישט פארן מיט פרייוועט באסעס ווי למשל די באסעס פון מאנרא קיין וומס"ב.

איך האב דאס ארויסגעברענגט זייער בקיצור, ווייל עס ליגט אין דעם נאך אסאך טיפער, אבער די צייט ערלויבט מיר נישט פאר קיין אריכות, און דאס איז נאר דער ענין פון באסעס.

און וועגן די אנדערע ענינים אי"ה אין אנדערע געלעגנהייט.

א גוטע נאכט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/1/2012 17:39 לינק ישיר 

הרב משפטים,

איך טראכט אז מ'דארף מאכן א שהחיינו בשם ומלכות צו הערן דא נארמאלישע לאגישע רייד, בטוטו"ד אן קינדישע עפיטעטן וכו'.

איך האב שטארק הנאה פון די כראנאלאגיע אוו עווענטס ווי מ'זאגט אין ענגליש און עס איז באמת קילורין לעינים צו זעהן די אונטערלאגע פון די געשעענישן, וואס זענען היפש אומבאקאנט געווען פאר מיר, און מעגליך פאר רוב אנדערע ליינער און שרייבער דא אויפן פורום.

פון די אנדערע זייט זעה איך אבער אז דעם ענין פון די קאטעגאריע 3 סארט מחאות, ווי למשל די קרתא פארקינג לאט און אנדערע ענליכע אנשיקענישן האסטו נאך נישט בארירט, קען זיין אז דאס וועט זיין אין א קומענדיגע סעריע.

מיין פאינט איז אז די קאטעגאריע 3 (ווי איך רוף עס), זענען אזעלכע פלאגן וואס צייגט אז די מדינה וויל אויסרייסן די תורה, אבער איז נאר א פראבלעם פאר די וועלכע ווילן מאכן די "אפיקורסישע מדינת הציונית" פאר א מדינה על פי תורה".

לויט מיין קוק ווינקעל איז די מדינה דורכגעבאקן טריפה און א שטיקל עקירת הדת בכל פרטיה ודקדוקיה, מן המסד ועד הטפחים, מכף רגל ועד ראש, און איך וועל גארנישט באקליגט ווערן אז די אפיקורסים וועלן עס מאכן מער פענסי "על פי התורה". ווייל עס איז געבויט אויף אויסצורייסן תורת משה און מציאות הבורא און דעם עם הנבחר. ממילא וואס אינטרעסירט מיר צי זיי עפענען א פארקינג לאט אדער נישט.

וואס אינטרעסירט מיר אז די כופרים פרעסן חזיר און עסן חמץ גמור בפסח, איז דאס "מיין" פראבלעם?
דארף איך פראטעסטירן און מאכן מחאות קעגן זייער חילול שבת?

און טאמיר איך וועל שוין יא געווינען און זיי וועלן אפשפארן די קרתא פארקינג לאט און וועלן פארמיידן דעם דאזיגן חילול שבת איז יעצט דער חרון אף א טראפ קלענער.

מאנכע זאגן אז מ'דארף קעמפן פאר "קדושת ירושלים" און דערפאר פארברענט מען די מיסט קאסטענס און מ'שיסט אויס די רעד לייטס - פון וועלכע קדושת ירושלים רעדן זיי?

דערפאר קום איך נאכאמאל צי אז לדעתי דארף מען בלויז קעמפן פאר די קאטעגאריע איינס, וואס זענען גזירות נוראות צו צווינגען אידן אויף העברת הדת אפילו אויף א מנהג קל, עאכו"כ אויף א דרבנן. אויף דעם דארף מען ארויסגיין במלחמה אדירה ביז מ'וועט אי"ה אויספירן, אבער אויף אלע אנדערע זאכן וואס "שמעקט" פאר אנדערע צו האבן "מהדרין באסעס" ווי קיין שום פרוי "טאר" זיך נישט זעצן פארנט, האט נישט קיין זין זיך צו שלאגן, ווייל ביי חיים פריינד'ס באסעס, אויב א מרשעת זעצט זיך אין פארנט קען מען איר אויך "לעגאל" נישט הייסן גיין אין די בעק.

נאכאמאל א דאנק פאר דיין אינטעליגענטע אויפקלערונג. ממך ילמדו וכן יעשו.
תחזקנה ידיכם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2012 19:29 לינק ישיר 

איך האב נישט געוואלט דא אריינרעדן וויבאלד ס'האט נישט אויסגעזען ווי איינער האלט ביים פארשטיין וואס מ'רעדט צו אים, אבער אויב איז טאקע אזוי און לאנצוט האט פשוט תמימות'דיג נישט געוואוסט פון וואס מ'רעדט דא, וועל איך אויך אריינווארפן מייינע צוויי צענט...

מיט די קרתא פארקינג לאט פארשטיי איך אויך נישט פונקטליך וואס די מערכה איז, אבער אזויפיל זעה איך, אז ביד"ץ האט עמטליך פאררופן דארט מחאות, מן הסתם איז דאס גענוג נאנט צו די היימישע געגנט אז זיי זאלן דאס אנקוקן ווי פירצות בחומת שבת אין די היימישע געגנט, די חילול שבת דארט ווערט געטון דורך אידן, נישט גויים, ס'שוואכט זייער אפ די שבת ווען מ'זעט אין היימשיע געגנט אפענע חילול שבת, ירושלים'ער גאסן זענען פארשפארט גאנץ שבת צוליב די 99% חרדי'שע אידן וואס פארנעמען די געגנט...

אבער בנוגע די מערכה מיט די וויליאמסבורג ב"פ באס איז שווער צו פארשטיין וויאזוי די כאפסט נישט וואס דאס מיינט, וואס וואלטן אמעריקאנער אידן געטון אויב קומט ח"ו ארויס א גזירה אז מאנסי, מאנרא, ווימס"ב-ב"פ באס קאמפעניס טארן נישט האלטן אפגעזונדערט די באסעס? נישטא קיין ווערטער, די וויי געשריי וואלט געגרייכט ביז וואשינגטאן אדער האג..

דאס זעלבע וואס איינער האט דערמאנט בנוגע די אנפאלן פון "אינדיווידועלע" פרומע אויף פרייע ווערט צובלאזן און מענטשן ווערן ארעסטירט רעכט און לינק, און ווען ס'איז די זעלבע  אנפאל אויף חרדים אדער נאך ערגער שטעלט די פאליציי טויבע אויערן, און דאס זעלבע מיט די פרייע פרעסע און מידיא, זיי פייפן און בלאזן אגאנצן פון א פאל ווי איין צו'חוש'טער האט אנגעבליך געשפיגן אויף א קליין נישט צניעות'דיג מיידל, און זיי רייסן אראפ אלע חרדים צוויי וואכן צייט פאר די אומדערהערטע עולה, און ווען אידישע קינדערלעך ווערן אנגעשפיגן און צושלאגן וועט מען דאס נישט טרעפן פאר קיין געלט אין זייער העסליכע מידיא, ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי אנגעצויגן פאר א ערליכע איד צו וואוינען אין ארץ ישראל..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2012 19:50 לינק ישיר 

וויכטיג כתב:
איך האב נישט געוואלט דא אריינרעדן וויבאלד ס'האט נישט אויסגעזען ווי איינער האלט ביים פארשטיין וואס מ'רעדט צו אים, אבער אויב איז טאקע אזוי און לאנצוט האט פשוט תמימות'דיג נישט געוואוסט פון וואס מ'רעדט דא, וועל איך אויך אריינווארפן מייינע צוויי צענט...

ענטפער: א דאנק פאר דעם.

מיט די קרתא פארקינג לאט פארשטיי איך אויך נישט פונקטליך וואס די מערכה איז, אבער אזויפיל זעה איך, אז ביד"ץ האט עמטליך פאררופן דארט מחאות, מן הסתם איז דאס גענוג נאנט צו די היימישע געגנט אז זיי זאלן דאס אנקוקן ווי פירצות בחומת שבת אין די היימישע געגנט, די חילול שבת דארט ווערט געטון דורך אידן, נישט גויים, ס'שוואכט זייער אפ די שבת ווען מ'זעט אין היימשיע געגנט אפענע חילול שבת, ירושלים'ער גאסן זענען פארשפארט גאנץ שבת צוליב די 99% חרדי'שע אידן וואס פארנעמען די געגנט...

ענטפער: דו זאגסט אז דער חילול שבת ווערט געמאכט דורך אידן. איך הער אבער דערהער נישט. זיי זענען כופרים בתורת משה, און זענען גוים גמורים נאר מזרע ישראל. וואס זאגסטו דורך אידן, מורידין ולא מעלין, און האבן מיט כלל ישראל נישט קיין שייכות. ובכן צי וואס דארף מען מוחה זיין אדער מאכן געוואלדטאטן און אויסשיסן רעד לייטס ווייל אפאר מחללי שבת וועלן דארט פארקן די קארס. זיי זענען מחלל דעם שבת קודש מבואו ועד צאתו, און וואס האט דאס מיט חרד'שע אידן. וועל איך פראטעסטירן ווען איך זעה פרייע חברה דאהי אין ניו יארק זענען מחלל דעם שבת.

אין ביך אין א קאנטרי וואס א בלאק אוועק פון מיין קאנטרי געפונען זיך רוסישע אידן מחללי שבת בפרהסיא. איך האב שוין מערערע מאל זיי געזאגט וועגן שבת, און עס טוט מיר באמת וויי, אבער וועט מיר איינפאלן צו גיין שרייען און מאכן מחאות.

די מדינה איז א מדינה פון כפירה ומינות. נישט קיין אידיש לאנג. פינטל.

אבער בנוגע די מערכה מיט די וויליאמסבורג ב"פ באס איז שווער צו פארשטיין וויאזוי די כאפסט נישט וואס דאס מיינט, וואס וואלטן אמעריקאנער אידן געטון אויב קומט ח"ו ארויס א גזירה אז מאנסי, מאנרא, ווימס"ב-ב"פ באס קאמפעניס טארן נישט האלטן אפגעזונדערט די באסעס? נישטא קיין ווערטער, די וויי געשריי וואלט געגרייכט ביז וואשינגטאן אדער האג..

דאס זעלבע וואס איינער האט דערמאנט בנוגע די אנפאלן פון "אינדיווידועלע" פרומע אויף פרייע ווערט צובלאזן און מענטשן ווערן ארעסטירט רעכט און לינק, און ווען ס'איז די זעלבע  אנפאל אויף חרדים אדער נאך ערגער שטעלט די פאליציי טויבע אויערן, און דאס זעלבע מיט די פרייע פרעסע און מידיא, זיי פייפן און בלאזן אגאנצן פון א פאל ווי איין צו'חוש'טער האט אנגעבליך געשפיגן אויף א קליין נישט צניעות'דיג מיידל, און זיי רייסן אראפ אלע חרדים צוויי וואכן צייט פאר די אומדערהערטע עולה, און ווען אידישע קינדערלעך ווערן אנגעשפיגן און צושלאגן וועט מען דאס נישט טרעפן פאר קיין געלט אין זייער העסליכע מידיא, ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי אנגעצויגן פאר א ערליכע איד צו וואוינען אין ארץ ישראל..

ענטפער: לויט מיין אינפארמאציע איז עס נישט קיין גזירה אז עס טאר נישט זיין אפגעזונדערט. ניין. עס איז דא א גזירה אז מ'טאר נישט אוועקשיקן א מכשיפה פון פארנט. ביי חיים פריינד'ס באסעס איז דא "לעגאל" די זעלבע גזירה. ווען א מרשעת זעצט זיך אין פראנט, טאר מען איר לעגאל נישט פארשיקן. דארף מען יעצט מוחה זיין און מאכן געוואלדטאטן קעגן די רעגירונג?

דאס זעלבע איז דא א "גזירה" אין די וומסב"ג/ב"פ באס, וואס מ'טאר נישט פארשיקן א מרשעת פון די פאדערשטע זיצן. און ס'איז שטיל, ווייל מענטשן דא "האבן שכל" און מ'רייצט זיך נישט, און די וועלכע ווילן דוקא זיצן אין פראנט ווען זיי זעען אז מען איגנארירט זיי, טראגן זיי אפ ווי די שווארצע פעפער.


נאכאמאל, אפשר ווען איך וואלט דארט געוואוינט וואלט איך געזען אסאך זאכן אנדערש, אזוי ווי משפטים האט מסביר געווען מיט די פרוי מארקאוויטש (טשיילד אביוז קעיס), אבער פונעם פערספעקטיוו פון ניו יארק, אז מ'הערט אז איינער ווייספיש האט פארברענט א טריפה'נע סטאר און מ'האט אים דערפאר ארעסטירט, זעה איך נישט קיין ספעציעלע גזירת כלי', ווייל דא אין ניו יארק וועט מען אויך ארעסטירן וועמען מען כאפט (אדער מען מאכט א בלבול) אז איינער האט פארברענט א געשעפט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רבינו זצ"ל: יבא יום ש'עהרליכע יוד' לא יהא באפשרות לדור בא"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.