[quote]
פון אישי אין סאסמאןס שוהל איז געהאנגען צעטלעך מזאל גיין פראטעסטירן אויף סאנז קעגן ר"א ט"ב
איך ווייס נישט פונקטליך ווי איז דאס סאסמאן'ס שול, אפשר מיינסטו סאשעס'מאן'ס שול? אדער אפשר זיצט דאס ערגעץ נעבן פאלאק'ס לאט אין שופלאד פון בלאט אפיס אדער אין קעלער פון געדונגענע הופער.
ווען הגרז"ל איז אריינגעקומען און פרובירט ארויפצוצווינגען זיין פאלשע רבנות קעגן רצון פון רבין און קעגן די הלכה און קעגן דעם גאנצען ציבור איז ער געווען דער פייטער און ווער איז אים נאכגעלאפן? אפאר בחורליך מיט יוסי בראך
איך געדענק נישט אזא זאך אז הגרז"ל זאלן וועלן ארויפצווינגען זיין רבנות אויף קיינעם, אייגענטליך איז דא אין קרית יואל מערערע קהילות וואס זענען גאנץ פריינטליך צו הגרז"ל, און ער האט קיינמאל נישט פרובירט ארויפצווינגען די רבנות, מיר זענען היינט פרייע מענטשן ב"ה, מיט אייגענע רבנים און דיינים. ווער האט יא פרובירט ארויפצווינגען זיין רבנות אויף גאנץ קרית יואל? דער פון סאנז קארט וואס דו וויינסט נאך אזוי ווי מ'האט אים מבזה געווען און געמאכט א פראטעסט קעגען זיינע מעשה אלימות פון פארשפארן א שול
ביים מעמד הוצאות ספר תורה און ביים פראטעסט אויף די גאסן זענען געווען צעטליך אין אלע זייערע שוהלן און לע רעעבנים האבן עס געבעקט און ביים הוצאותת ספר תורה וי מהאט געברענגט ספרי תורה פון באדישל און נאך פאר ווער סגעדענקט האבן זיך משתתף געווען און אויפגעטרען אלע זייערע רעעבנים מיט העצע דרשות היינט צוטאגס זענען מיר ב"ה א גרויסע קהילה-קהילות אין קרית יואל מיט אנהענגער און ידידים איבער נוי יארק, אונז דארפן נישט די הילף פון די זאליס צו מאכן פראטעסטן, אין אונזערע שולן אין קר"י דאווענען פילע הונדערטער מענטשן, מיט איבער 1500 קינדער אין אונזערע מוסדות, ישיבות וכו', ביי די פראטעסטן האבן גערעדט אונזערע רבנים, נישט קיין זאליס רבנים, און נישט מיט קיין העצע דרשות, נאר מיט ווייטאג, ווייטאג פון 25 יאר פייניגונג דורך ענק שלעכטע מענטשן און מענטשן פרעסער, און בעיקר אויפ'ן פארמאכן א מקום קדשו פאר ביליגע פאליטישע אינטרעסן,
קעגן רבן של ישראל אלס אפיקורס ביי אונז אידן וואס האבן נאך א תורה איז מען מבזה קיין תלמידי חכמים, נישט מיט קיין עפרא לפומי'ס און נישט אנדערע אופנים, מ'האט נישט גערעדט ביי די מעכטיגע בני יואל פראטעסטן אויף קיין שום רבן של ישראל, נישט אויף קיין נישט לעבעדיגע און אפילו נישט אויף קיין לעבעדיגע, בסך הכל האט מען גערעדט מיט ווייטאג פון די מטילי אימה על הציבור שלא לשם שמים, דאס רעכנט אריין עפעס א לץ פון סאנז קארט און נאך פון די טעראר גרופע אנפירער
 |
|
|