דברות קודש חוצב מלהבות אש פון רבינו שליט"א ביים קרית יואל'ער דינער
היינט ביים דינער אין קרית יואל לטובת די מוסדות הקדושים, האט רבינו שליט"א מאריך געווען בדברות קדשו א לענגערע צייט און האט ברייט ארומגערעדט בענינים העומדים על הפרק.
רבינו שליט"א האט שטארק מרעיש עולמות געווען איבערן נגע און קרענק פון אונזער דור, דער סעלפאן מיט טעקסט מעסעדזשעס. דער רבי האט געזאגט אז מ'זעט בחוש אינגעלייט וואס זיצן אינדערהיים און אגאנצן צייט נעמען זיי ארויס דעם טעלעפאן צו טעקסטן, אז דאס שטערט זייער שלום בית און זייער חינוך הבנים!
אזוי אויך האט רבינו שליט"א מעורר געווען אז א סאטמארער אינגערמאן ברויך אויסצוהערן יעצט אין די ימי השובבי"ם די שובבי"ם טעיפס פון רביה"ק זי"ע וועלכע וואשן אויס דעם נפש פון די צוהערער.
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א גענומען איבער די פראבלעמען פון אחב"י אין ארה"ק. די מערכה איבער די הפקעה אין מירון, דער רבי שליט"א האט געזאגט גאר שטארקע ווערטער אנצייגענדיג ווי ווייט די קרייזן וועלכע נעמען געלט פון די מדינה זענען פארפארן פונעם וועג, אז אפילו רשב"י, וואס הכל מודים אז ר' שמעון לכל, אבער ווען עס קומט צו א מערכה איבער זיין מקום קבורה הערט מען נישט קיין ווארט פון די קרייזן, נאר פון די הייפעלע ערליכע אידן וועלכע זענען לוחם על צביונה של קדושת העיר והארץ ע"פ דרך התורה.
דער רבי האט אויך בארירט דעם שנאת הדת וואס הערשט די טעג אין ארץ ישראל, ציטירענדיג פון א געוויסן גרויסן רבי'ן אין ארץ ישראל וואס האט געזאגט ביי די חנוכה ליכט אז דער וועג וויאזוי זיך צו שלאגן מיט די שונאי הדת איז דורך בויען נאך בנינים פאר מוסדות התורה. האט אויף דעם דער רבי געזאגט אז דאס איז טאקע דער ענטפער אפצושלאגן די כוחות הטומאה ווען די מוסדות זענען על טהרת הקודש און נישט מיט פארדרייטע השקפות וכדומה, אבער אויב איז דער קדושה מעורב מיט די טומאה איז דאס נאך פיל ארגער.
דאס זענען בערך די נקודות וואס דער רבי האט ארומגערעדט. מיר האפן צו באקומען דעם פולען טעקסט פון די דברות קודש און זיי ארויפלייגן.
נשלח ב-9/1/2012 01:49
מ'קען הערן די דברות קודש אויף התאחדות אברכים תורה ליין 718-506-9054 דערנאך נומבער 2
נשלח ב-9/1/2012 02:02
תוקן על ידי SatmarHQ ב- 09/01/2012 02:02:30
נשלח ב-10/1/2012 04:40
זייער שטארקע ווערטער!
רעדענדיג פון ציון המצינת פון התנא האלוקי רבי שמעון בן יוחאי, זאגט די רבי: מ'זעהט ווער עס שלאגט זיך פאר רבי שמעון'ס קבר עס זאל נישט ווערן א טוריזם צענטער, נאך יארן וואס עס איז די שווארץ אפפעל פון כלל ישראל, רבי שמעון איז נישט די רבי פון די עדה החרדית און נישט פון סאטמאר!, רבי שמעון איז כלל ישראל'ס רבי! און דאך זעהט מען נישט אז קיינער חוץ די הייפעלע עהרליכע יודן!
דער רבי פירט זיך נישט צו אנגרייפען מענטשען פרעזענדליך, ער האט גערעט פון א פאקט און זאל זיך יעדער אפלערנען די פשט און מעג יעדערער קלערען ווער ס'האט עס געזאגט, און זעכער גייט ער נישט רופען קיין רבי מיט נארישע צונעמען ווי "בער" אדער אנדערע זילזולים
נשלח ב-10/1/2012 19:05
כהאב נאך נישט גיהערט א רבי רעדן פון די דרשה פון א אנדערע רבי
פשוט פאָני
נשלח ב-10/1/2012 19:05
איך ווייס נישט צי ער האט זיך ממש געבעטן, צי ער האט באצאלט דערפאר, אבער אין די פרעסע איז עס געווען.
און רבינו שליט"א האט דאס זייער שיין מסביר געווען, אז די עצה פונעם בעלזער מ'זאל בויען נאך מוסדות און אזוי ארום זיך שלאגן מיט די טומאה, איז זייער גוט ווען דער מוסד איז על טהרת הקודש, אבער אויב איז דער מוסד א חלק פונעם קשר רשעים וואס נעמט געלט פון די מדינה, איז דאך דער קדושה מעורב מיט טומאה, האט מען גארנישט פון אויפשטעלן נאך מוסדות.
נשלח ב-10/1/2012 19:10
מיינסטו צו זאגען אז דו ביסט נאר צוגעוואוינט צו הערען רעדען פון א אנדערע רבי ווען מ'לייגט צו עפרא לפומיה, אדער זיין מיינונג איז נישט קיין מיינונג, דעמאלץ איז עס נישט אזוי פאני?
נשלח ב-10/1/2012 19:21
דשיגאן
איך פארענפער נישט די ארונים
איך רעד אבער אויך נישט פון פאליטיק זאכן
א נארמאלע אידישקייט דרשה האב איך נאכנישט געהערט אזוי
רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט מסתמא נישט גערעדט אזוי פאָני צו רעדן פון יענע רבי'ס דרשה
אפשר בין איך מיך טועה לאמיר הערן
נשלח ב-10/1/2012 19:24
איך ווייס נישט צי דו בוסט א סאטמארער בכלל, אבער דער רבי דער ברך משה זי"ע האט ביי אפיציעלע אידישקייט דרשות, ווי למשל כ"א כסליו, מער ווי איינמאל אטאקירט דעם בעלזער און אפילו אנדערע רבי'ס און חסידות.
נשלח ב-10/1/2012 20:14
גראדע איז די שטעלונג פונעם בעלזער'ס גע'גנב'ט פונעם חזון איש. אינעם שמועס פון רביה"ק מסאקמיר מיט'ן חזון איש האט דער חזון איש דאס געזאגט
אז דער איינציגסטע עצה וויאזוי מ'קען בייקומען די טומאה פון ציוניות איז נאר דורך בויען מוסדות הקדושים.
דער בעלזער האט דאס פשוט א גנב'ע געטאן.
נשלח ב-10/1/2012 20:28
רבי יונה (לאנצוט) זאג כאטש להבדיל ווען דו זאגסט דעם הייליגן חזון איש'ס נאמען ביינעזאם מיטן בעלזער !
אבער אפילו לויט דיין פארדרייטע שיטה האט דאס זיכער דער חזון איש געזאגט אויף מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט, נישט מוסדות וואס זענען מעורב טוב ברע.