|
|
| נשלח ב-11/1/2012 04:09 |
|
| |
די צושרויפטע זאליס דארפן זיך נעבעך טרייסטן מיט חלשות, אז וויענער רב שטעכט א מעסער אין לב אהרן, נאכדעם וואס כמעט קיינער וויל נישט חתונה מאכן אין דעם געאסרטן זאל, און אפילו כ''ק אדמו''ר הגה''ק מטשאד זללהע''ז האט נעבעך בחרפתו געמוזט נעמען דעם וואנדער שטעקן ביז קיין מאנסי, (די לצים זאגן אז אויב איז פאלאקס לאט איינס מיטן בית החיים דקרית יואל, איז מאנסי זאל איינס מיט זייער טריפה'נעם זאל) און פארוואס איז רעב מאיער יודל געגאנגען חתונה מאכן אין מאנסי איז זייער פשוט, דער מעליצער רבי שליט''א האט געזאגט קלאר און דייטליך, אז אן קיין רשות פון מרא דאתרא טאר מען דארט נישט מסדר קידושין זיין, און ער וועט נישט גיין צו די חתונה מסדר קידושין זיין בלי רשות, האט דער הייליגער טשאדער בחרפתו הגדולה געדארפט פארלאזן זיין באליבטן זאל און געגאנגען גלות אפרעכטן קיין מאנסי, נו, וואס טיט מען מיט די בושות עצומות,דארף מען זיך טרייסטן אז וויענער רב איז דארט געווען ביי א חתונה, האט ער מסדר קידושין געווען דארט בלי רשות?, חס מלהזכיר!, ער האלט אויסדריקליך אז ס'איז אסור ווי חזיר, אבער פאר א טרייסט איז דאס גענוג אז ער איז דארט געווען, ווי גלייך דאס גיין איז דער עיקר און סידור קידושין איז דער טפל, דער איסור אהין צו גיין איז נישט מער ווי א גדר, בבחינת הידור מצוה, נו, וויענער רב איז נישט אזוי מקפיד אויף הידורים, והראי' ער ניצט בראדוועי מצות, וואס איז אסאך א שוואכערע מדרגה ווי אריזאנא מצות, אבער פאר ווינער רב איז בראדוועי מצות אויך כשר, איז ער נישט פון די מהדרין מן המהדרין, אבער קיין איסור גמור ווי דארט מסדר קידושין זיין בלי רשות וועט ער זיכער נישט עובר זיין, פונמקט ווי ער וועט נישט חלילה עסן מאנישעוויץ מצות.
לאמיך ענק פרעגן, אויב איז וויענער רב חלילה געגאנגען צום כותל (רח''ל) איז דאס א מעסער אין ויואל משה?, איך ווייס נישט צו וויענער רב איז יא געווען צו נישט געווען ביים כותל, אבער דאס ווייס איך זיכער אז אסאך גרעסערע היימישע רבנים גייען צום כותל, און שעמען זיך נישט אריין צו שטעכן א מעסער אין הייליגן רעבעזיחרוינעווראחע,
ביז קיין איין היימישער נייטראלער רב וועט דארט נישט גיין מסדר קידושין זיין בלי רשות רבינו שליט''א וואס איז דער מרא דאתרא פון קרית יואל, וועלן זיי דארפן שפרינגען און טאנצן מיט לעכערליכע נצחונות, דער פאקט איז אז פון חצי אלול ביז חצי טבת וואס איז א דריטל יאר איז דארט געווען קנאפע 5 חתונות, און אין וויליאמסבורג/מאנסי איז געווען די זעלבע צייט אריבער 20 בני יואל חתונות, א טרעמענדאס סוקסעס, נו, נאך אזעלעכע סוקסעסן, דארפן זיי זיך טרייסטן מיט חזקי בערקאוויטש און ווינער רב אז זיי זענען יא דארט געווען, א מעכטיגער געווינס פאר א באנטש אוף לוזערס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 04:42 |
|
| |
איך האב הנאה פון דיר, האסט מינימיזירט דיינע ערווארטונגן אויפן דורכפאל פון דיין מערכה אנשטאט ווי ביז היינט וואס מ'האט עס געמאסטן מיט דעם אז קיין נייטראלער רב טרעט נישט איבער דעם שוועל פונעם זאל, האט מען עס אראפגערוקט אויף דעם אז קיין איין נייטראלער רב איז נישט מסדר קידושין. נו, האסט א נחמה פורתא אויף נאך א וויילע.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 04:46 |
|
| |
נישט אמת! די אישא איז אלץ געווען סידור קידושין, און דאס אריין גיין אין דעם זאל איז אלץ געווען א טפל, און אלע פרירעדיגע אשכולות און תגובות איז נאר געווען געשריבן איבער סידור קידושין, אז קיין איין רב גייט דארט נישט מסדר קידושין זיין בלי רשות, און אזוי ווי איר קענט דאס נישט דורך ברעכן, טרייסט איר זיך מיט איבער טרעטן די שוועל, נעבעך נעבעך פאר אזא געווינס.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 04:52 |
|
| |
לאמיך דיך טאקע פרעגן, אלץ אפיציעלער ווארטזאגער פון די הייליגע מערכה, איז געווען רשות ביי די נעכטיגע חתונה פונעם מרה דאתרא אדער פונעם דומ"ץ דאתרא?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 05:54 |
|
| |
עס איז געווען מערערע אשכולות ווי די אהרוינים האבן זיך געשווארן אז די חתונות האבן קוים מנין, יעצט איז השתתפות פלוצלינג קיין פראבלעם
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 06:53 |
|
| |
רעסטלער, וואס איז מיט וועגשיידער רב? ער איז נישט קיין חבר אין די לישקע - קישקע בג"ץ בד"ץ, קיינמאל נישט אונטערגעשריבן קיין קו"ק קעגן די אהרונים, וואסערע דין האט ער?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 14:22 |
|
| |
וועגשיידער האט יא אונטערגעשריבן קו"ק קעגן די ארונים, דו"ק ותשכח
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 16:15 |
|
| |
וועגשיידער? ווער איז דאס דאס? קיינמאל נישט געהערט פון עהם! איז ער א קאזין מיטן ווינטבלאזער רבי?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 16:56 |
|
| |
וועגשייד איז ערגעץ צווישן נאנאש און ראחוב.. פון די רבנים האסטו שוין יא געהערט?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 18:40 |
|
| |
פונעם ראחובער פון ראסס סטריט האב איך געהערט, עפעס א משפחה צו עם?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 19:01 |
|
| |
| דזשיגאן כתב: |  | | לאמיך דיך טאקע פרעגן, אלץ אפיציעלער ווארטזאגער פון די הייליגע מערכה, איז געווען רשות ביי די נעכטיגע חתונה פונעם מרה דאתרא אדער פונעם דומ"ץ דאתרא? |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 19:09 |
|
| |
ניין, און פאר דעם האט טאקע ר' בלום געשטאכן א מעסער און ר"א,
טאקע א דראמא!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 19:16 |
|
| |
איז וויאזוי בוסטו מיר מסביר דאס השתתפות פון א רב בישראל, וואס פאר א טשעינדזש האלטן די אהרונים אויך אז ער איז רב, ביי א חתונה וואס איז פסול, און דער פארפאלק וואוינען אן א קידושין רח"ל?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 19:24 |
|
| |
לא קפיד,
ספעציעל ביי נונטע משפחה, דער זאל איז דאך נאר א טפל, א חומרא, דער עיקר איז דאך דער סידור קידושין,
נו, ער איז נישט אזא עקסטרעמע מחמיר צו זאגן אז בדיעבד איז עס א פסול'ע קידושין, אבער לכתחלה האמיר דערווייל נישט קיין איינציגער נייטראלער רב וואס זאל מסדר קידושין זיין בלי רשות ר"א
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 19:28 |
|
| |
הייסט דאס אז עס איז בכלל נישט אזוי ברור אז בדיעבד איז דער קידושין פסול? דו עפענסט מיר דא די אויגן!
|
|
|
|
|