בית פורומים אידישע געדאנק

דראמא: וויענער רב שטעכט אריין מעסער אין לב אהרן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/1/2012 19:37 לינק ישיר 

"לויט דעם ווינער רב" איז עס נישט אזוי ברור,
אזוי עכ"פ איז משמע פון זיין השתתפות און די חתונה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 19:48 לינק ישיר 

געוואלדיג. ווייל פון די אהרונים האבן איך פארשטאנען אז עס רעדט זיך פון א יהרג ואל יעבור ממש.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/1/2012 19:55 לינק ישיר 

מיין אויפריכטיגע מיינונג האב איך שוין אויסגעפלוטערט.
אז ווינער'ס גיין איז א שנעלקע פאר די ארונים. פינטל.

און דאס נישט גיין פון קארלסבורגער רב איז א שנעלקע פאר די זאליס/בני יואל.

זיי אויפריכטיג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 19:57 לינק ישיר 

ווי האסטו פארשטאנען "יהרג ואל יעבור"?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 20:03 לינק ישיר 

דער דברי יואל (רבי ז''ל בלע''ז - בלשון עם הארץ זרילע) האט געהאלטן אז מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא איז אסור באיסור גמור, און ער האלט אז מען דארף איבערמאכן די קידושין, עם כל זה האט ער געפסקעט אז דאס איבער מאכן די קידושין זאל זיין בלי ברכה, נאך האט ער געשריבן אז ס'איז זייער נישט גלייך זיך משתתף זיין ביי די דאזיגע חתונות, אבער דער איסור איז קלאר נאר אויפן חתן/כלה, די עלטערן פון חתן כלה, און דער מסדר קידושין, אויף זיי איז חל א איסור חמור, און דאס קאפל טאר נישט וואוינען צוזאמען ביז זיי מאכן איבער די קידושין, אגב, א גרויסער חלק פון די פסולע חתונות האבן טאקע איבער געמאכט די קידושין, און היינט צוטאג ווילן די מיידלעך דארט נישט חתונה האבן, זיי ווילן נישט בלייבן מיטן פלעק, און טאקע דעריבער איז דארט געווען קרוב צו 5 חתונות דאס לעצטע דריטל יאר, אבער דאס איז נאר בדרך אגב, דער עיקר איז אז צוזאם מישן דעם איסור גמור פון מסדר קידושין זיין בלי רשות, וואס ממש אלע רבנים ודיינים האבן אנגענומען, און קיינער, אויסער אפאר געציילטע מחוצפים און עזות פנים'מער האבן צובראכן און געטרעטן אויפן פסק פון רבינו הקדוש זי''ע, אויסער זיי האט קיינער דארט נישט געוואלט מסדר קידושין זיין בלי רשות, דאס איז א פאקט וואס איר קענט נישט לייקענען, אבער משתתף זיין איז זיכער עפעס אנדערשט, טראץ וואס רובא דרובא תלמידי וחסידי הבעל דברי יואל זי''ע האלטן זיך צום איסור און וועלן דארט נישט איבער טרעטן די שוועל ווען עס קומט פאר א חתונה בלי רשות המרא דאתרא, עם כל זה וועט אלץ זיין א אויסנאם, צו מען נישט ביישטיין דעם פרעשער פון א טאטע, אדער צוליב אנדערע סיבות, און זיי וועלן זיך דארט יא באטייליגן, אבער דעם איסור חמור וועלן זיי זיכער נישט עובר זיין, והדבר פשוט מאוד, אז זיך פרייען מיטן באטייליגן פון וויענער רב ביי א חתונה איז עפעס א ניצחון איז זייער נאריש, לאמיר זען ווינער רב זאל דארט מסדר קידושין זיין, אויב דאס פאסירט וועל איך מודה זיין אז ס'איז א פליק פארן מרא דאתרא, אבער ביז דאן, מיינט עס גארנישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 20:14 לינק ישיר 

איך וועל בלויז ציטירן פון דיין חבר לאנצוט: ‎​
 
[quote]

קיין שום רב האלט זיך נישט פון מסדר קידושין זיין דארט.

ווען א נייטראלער רב איז מסדר קידושין זאגן די נארוינים אז ער האט געבעטן רשות.

נפול = געווינען
תפול = נאך מער געווינען !
[/quote] ‎​
 
www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=3&topic_id=2910289&forum_id=21016



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/1/2012 20:18 לינק ישיר 

דעמאלטס וויזוי ביסטו מסביר די גזירה אז מ'מוז דייקא נעמען איינע פון די אויסגעשפראכענע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 20:26 לינק ישיר 

פרעג לאנצוט'ן, ער דרייט זיך דא לעבעדיג



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/1/2012 20:37 לינק ישיר 

יא יא גערעכט, ער דרייט זיך דא,
כל זמן איך הער נישט קיין ענטפער פון ענק, וועל איך עס לאזן אויף די חזקה אז די גזירה אז מ'מוז דווקא נעמען דעם שארמאשער ודומיהם, איז א הודאת בעל דין, אז א נייטראלער רב איז דא א ערענסטע חשש אז ער נעמט רשות, אויב נישט פארוואס די גזירה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 20:44 לינק ישיר 

דזשיגאן כתב:
פרעג לאנצוט'ן, ער דרייט זיך דא לעבעדיג


איך בין אויפריכטיג כמעט 100 פראצענט.
דאס גיין פון וויענער רב איז געווען א שנעלקע פאר די ארוינים.

דאס זעלבע, דאס נישט גיין פון קארלסבורגער רב איז א שנעלקע פאר די זאלונים/בני יואל.


זיי אויפריכטיג און זיי מודה.







(איך קלער נישט אז דו קענסט עס באווייזן).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 20:58 לינק ישיר 

אויפריכטיג און מודה זיין זאל דער ניק "דשיגאן"

ווייל דיין סברא אז ס'א "שנעלקע" איז זיך סך מער מחולק מיט אים ווי מיר,

ווייל ער שרייט דאך "דראמא!!", "שטעכט אריין א מעסער!!", ס'טוט זיך, ס'לעבט זיך, דער ווינער רב איז געווארן א זאלי,

אויף דעם זאג איך

NOT SO FAST,

העטער ווען מסדר קידושין געווען וואלט זיך אפשר געפאסט צו זאגן דראמא, שטעכט,

אבער פארן בלויז אריינגיין און זאל ביי א משפחה שמחה?

TAKE IT EASY,

העכסטנס לכל היותר קען מען אפשר זאגן א שנעלקעלע, אבער דראמא???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 21:14 לינק ישיר 

דזשיגאן כתב:
איך וועל בלויז ציטירן פון דיין חבר לאנצוט: ‎​
 
[quote]
קיין שום רב האלט זיך נישט פון מסדר קידושין זיין דארט.

ווען א נייטראלער רב איז מסדר קידושין זאגן די נארוינים אז ער האט געבעטן רשות.

נפול = געווינען
תפול = נאך מער געווינען !
‎​
 
www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=3&topic_id=2910289&forum_id=21016[/quote
]
אזוי? לאנצוט איז מיין חבר? איך האב נישט קיין חברים וואס רופן די אהרונים נארונים, דאס פאסט פאר א זאלי ווען ער האט נישט וואס צו ענטפערן.

נאכאמאל! די אישוי פון אריין גיין אין יענעםזאל איז קיינמאל נישט געווען קיין מעידזשאר אישוי, אדרבה, ברענג עפעס א אלטע תגובה ווי סיי וועלעכער אהרוני שרייבט וועגן אריין גיין, דאס איז א חומרה בעלמה, וואס ממש אלע ערליכע אידן האבן אנגענומען, און אפילו ערליכע אידן זיידעס פון חתן/כלה האבן זיך נישט באטייליגט ביי זייער אייניקלס חתונה, ווייל זיי זענען פון די מהדרין מן המהדרין, זיי זענען מהדר אויף אלע הידורים, ווי שחיטה מונחת, אריזאנא ווייץ, וכו', האבן זיי אנגענומען אויך די חומרה, אבער נאך אלעמען איז דאס בלויז א הידור און א גדר, אבער דער איסור חמור פון מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא, וואס איז שוין דורך געשמיסט געווארן אין די לענג און אין די ברייט,, האט נאך קיין איין אנגעזעהענער רב נישט געבראכן, איך רעדט שוין נישט פון סעקולענער רבי און רבי לייבוש לייזער, וואס זענען כידוע גרויסע מעריצים פונעם מרא דאתרא, וואס האבן אפגעזאגט דארט צו גיין מסדר קידושין זיין, נאר אפילו דער קאשויער רבי און דער תולדות אהרן רבי וואס זענען ווייט פון נחשד צו זיין אלץ מעריצים פון רבינו שליט''א, עם כל זה האבן זיי אפגעזאגט פון דארט מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא, דריבער דארפט איר זיך טרייסטן און מחזק זיין מיטן וויענער רב'ס באטייליגן זיך דארט אויף א חתונה, מיט דעם חיזוק זענט איר א שטיק חוזק!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 21:46 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
מיין אויפריכטיגע מיינונג האב איך שוין אויסגעפלוטערט.
אז ווינער'ס גיין איז א שנעלקע פאר די ארונים. פינטל.

און דאס נישט גיין פון קארלסבורגער רב איז א שנעלקע פאר די זאליס/בני יואל.

זיי אויפריכטיג


דו קענסט מיר אפשר ליכטיג מאכן די אויגן? ווי קומט דא אריין קארלסבורגער רב, אויסער וואס דו זוכסט אוועקצוספינען די נושא פון די נייטראלער ווינער רב שליט"א וואס האט ענק געגעבן -כלשונך- א גוטן שנעלקע מיט זיין באטייליגונג, וואס האט קארלסבורגער רב מיט די חתונה איינגעלייגט??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2012 21:50 לינק ישיר 

KJ כתב:
מיין אויפריכטיגע מיינונג האב איך שוין אויסגעפלוטערט.
אז ווינער'ס גיין איז א שנעלקע פאר די ארונים. פינטל.

און דאס נישט גיין פון קארלסבורגער רב איז א שנעלקע פאר די זאליס/בני יואל.

זיי אויפריכטיג


דו קענסט מיר אפשר ליכטיג מאכן די אויגן? ווי קומט דא אריין קארלסבורגער רב, אויסער וואס דו זוכסט אוועקצוספינען די נושא פון די נייטראלער ווינער רב שליט"א וואס האט ענק געגעבן -כלשונך- א גוטן שנעלקע מיט זיין באטייליגונג, וואס האט קארלסבורגער רב מיט די חתונה איינגעלייגט??


איך וועל פראבירן דיר ליכטיג מאכן דיינע אויגן:

דא רעדט מען אז מיט דעם אקט וואס וויענער רב האט געטאן, אז ער איז "אריין" אינעם זאל פון עטרת מאיר צבי האט ער געגעבן א שנעלקע פאר די ארונים !

יעצט, מכלל הן אתה שומע לאו. איז זייער קלאר פאר "א בר דעת", אז מיט דעם אקט וואס קארלסבורגער רב האט געטאן אז ער "נישט געוואלט" אריינגיין אינעם זאל פון עטרת מאיר צבי האט ער געגעבן א שנעלקע די זאלונים / בני יואל!

איך האף אז איך האב עקאמפלישט מיין מישאן דיר ליכטיג מאכן די אויגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2012 21:54 לינק ישיר 

ווען איז דאס געווען וואס ער האט נישט געוואלט אריינגיין אין דעם זאל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דראמא: וויענער רב שטעכט אריין מעסער אין לב אהרן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.