|
|
| נשלח ב-11/1/2012 21:58 |
|
| |
לפי עניית דעתי, אויב איז וויענער רב'ס אריין גיין אין זאל א שנעלקע פאר די אהרונים, איז זיכער אז דאס נישט אריין גיין פון קארעלסבורגער רב צו די חתונה פון זיין נעפיו א''פ, א געזינטער פראסק פאר די זאלונים, אסאך נענטער צו א "דראמא" און צו א "מעסער אין הארץ" ביסטו מסכים מיט מיר?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 22:09 |
|
| |
איך האב הנאה אז דו דעליווערסט אונז די זאלונים, אבער למען הקלארקייט פאר די וואס ארבעטן נישט אויף די בלאט סיסטעם פון ספין און שקרים, דער זאל געהערט נישט צו די זאלונים, זיי זענען זייער וועלקאם דא צו יעדער צייט, זייע רבי איז שוין געווען דא מסדר קידושין אויך, און דער זאל מאכט גרינגער די ערעפנונג פון זייער נייע חתונה זאל וואס גייט זיך עפענען בקרוב אי"ה.
די זאל געהערט אויסשליסליך צו קהל ומוסדות בני יואל, און דאס אריינווארפן דא יעדע פינפטע תגובה זאלונים איז א א פורים און חוזק, ווען די זאלונים וועלן עפענען זייער זאל, דעמאלס וועט עטץ האבן די ריכטיגע פאן, זיי קענען בעסער ענקער שפראך ווי אונז, גארטלטס ענק אונטער און גרייטס זנעל אן נאך א גרויסן פורים פנקס.
תוקן על ידי KJ ב- 11/01/2012 22:19:23
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 22:26 |
|
| |
דיינע אויגן זעה איך איז שוין אביסל ליכטיג געווארן. ברוך השם.
יעצט לגבי דיין פראבלעם מיט'ן אריינווארפען "זאלונים", מוז איך זיך אנטשולדיגן, און דיר זאגן אז דו האסט א גוטע הערה. ווייל עס איז טאקע אמת אז די זאל באלאנגט פאר בני יואל און נישט פאר די זאלונים.
מיט דעם גיב איך דיר גערעכט. פון די אנדערע זייט פון די מטבע איז דער זאל געווארן א אישו וואס די זאליס האבן אנגעהויבן נוצן אקטיוו קעגן די ארונים, נישט בשב ועל תעשה, נאר בקום ועשה. און אסאך רבנים פון די זאלונישע קהלה האבן אפילו געגעבן א בריוו צו שטיצן דעם זאל, כאטש וואס זיי האבן קיין שום שייכות נישט מיט די בני יואל געהאט ביז היינט.
אלזא, דאס נוצן זאלונים איז אומדירעקט אויסגעהאלטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2012 03:21 |
|
| |
נאכאמאל ר' לאנצוט, אויב איז וויענער רב'ס אריין גיין אין זאל א שנעלקע פאר די אהרונים, איז זיכער אז דאס נישט אריין גיין פון קארעלסבורגער רב צו די חתונה פון זיין נעפיו א''פ, א געזינטער פראסק פאר די זאלונים, אסאך נענטער צו א "דראמא" און צו א "מעסער אין הארץ" ביסטו מסכים מיט מיר?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2012 06:43 |
|
| |
מעג איך אפשר ויסן ווער דער א"פ איז?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2012 17:48 |
|
| |
רעסטלער: איך אגרי נישט. א שנעלקע אויף היידפארק מיינט געשטאכן א מעסער אויף טויט.
אומזיסט: א.פ איז ר' אברהם פייערווערקער, א פלומעניק פון קארלסבורגער רב.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2012 18:24 |
|
| |
סאיז גוט אז דו האסט געשריבן דעם נאמען, ווייל כמדומה האט ער שוין נישט קיין קינדער אינדערהיים פאר אפאר יאר, על כ"פ איך בין 99 % אז אין דעם זאל האט ער כלל נישט חתונה געמאכט.
בד"וו, וויאזוי איז ער א קרוב, און ועם מיינסטו קארלסבורגער רב?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2012 18:44 |
|
| |
| אומזיסט כתב: |  | סאיז גוט אז דו האסט געשריבן דעם נאמען, ווייל כמדומה האט ער שוין נישט קיין קינדער אינדערהיים פאר אפאר יאר, על כ"פ איך בין 99 % אז אין דעם זאל האט ער כלל נישט חתונה געמאכט.
בד"וו, וויאזוי איז ער א קרוב, און ועם מיינסטו קארלסבורגער רב? |
|
איך האב געענטפערט אויף דיין פראגע ווער א.פ. וואס רעסטלער האט ערווענט. און דו ביסט דער וואס האט געפרעגט.
אלזא אומזיסט טייערער, עס איז "נישט" עק וועלט (נאר א שנעלקע) אז קארלסבורגער רב האט נישט געוואלט אריינגיין אינעם זאל. פינטל.
און איך בין דיר מודה אז עס איז "נישט" עק וועלט (נאר א שנעלקע) אז וויענער רב איז יא אריין אינעם זאל.
עס איז צייט אויפצואוואקסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2012 20:34 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  | רעסטלער:
איך אגרי נישט. א שנעלקע אויף היידפארק מיינט געשטאכן א מעסער אויף טויט.
אומזיסט:
א.פ איז ר' אברהם פייערווערקער, א פלומעניק פון קארלסבורגער רב. |
|
אזוי? ס'איז ממש אייניג? וויענער רב'ס יא אריין גיין אין זאל, און רבי יחזקאל ראטה'ס נישט וועלן אריין גיין איז ממש די זעלבע שנעלקע? איך בין רעסעפקפאלי אין דיסאגרימענט מיט דיר, רוב זאכן האלט איך אז ס'איז דברים של טעם, אבער דאס איז זייער נאריש צוזאגן, לאמיר געבן אפאר הייפעטעטיקל עפיזאדס, און זאג מיר צו אלעס איז בלויז א שנעלקע, צו איינס קען מיט רעכט גערופן ווערן א שטעך אין הארץ, למשל:
1) דער סעקולענער רבי'ס גבאי מאכט חתונה אין דעם זאל און דער סעקולענער רבי זאגט זיך אפפון גיין,
2) מעליצער רבי מאכט חתונה מיט א אייניקל פון טשאדער און זאגט זיך אפ מסדר קידושין זיין בלי רשות,
3) דער כוונת הלב רבי באשיינט דארט די חתונה פון א משפחה זיינס,
4) רבי לייבוש לייזער גייט מסדר קידושין זיין אין דעם זאל,
5) כעזקל בראך מאכט דארט חתונה און איז מכבד דעם תולדות אהרן רבי און ער וויל נישא אנעמען סידור קידושין בלי רשות,
און וויל זיך אפילו נישט משתתף זיין אויף די חתונה.
6) כעזקל בראך מאכט דארט חתונה און איז מכבד דעם תולדות אהרן רבי און ער וויל נישא אנעמען סידור קידושין בלי רשות,
אבער איז זיך יא משתתף זיין אויף די חתונה.
7) כעזקל בראך מאכט דארט חתונה און איז מכבד דעם תולדות אהרן רבי און ער נעמט אן סידור קידושין בלי רשות,
איז אלעס איינס און די זעלבע קאטאגאריע, אבער קען מיט רעכט ריין עפיסאד אנגערופן א שנעלקע און דאס צווייטע א געזינטער פראסק און א שטעך אין הארץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2012 20:43 |
|
| |
רעסטלער טייערער: זיי אויפריכטיג. דאס זענען אלעס שנעלקעס. קליינטשיגע פליקאלעך, נישט מעלה און נישט מוריד און האט נישט קיין לאנג-טערמיניגע אפעקט, עס מאכט נישט אויס גארנישט, עס טוישט נישט גארנישט, און האט נישט קיין שום ממשיות'דיגע אפעקט חוץ אויף הייפדארק (ווי יונגלאך טוישן אויס קללות און זידלעריין).
א גרויסער פליק מיינט: ווען די בני יואל/זאליס קאנידאט פאר מעיאר געווינט. א גרויסער פליק מיינט: אויב די זאליס פארלירן ראדני.
אלע אנדערע קליינטשיגע "טיט פאר טעט" זענען קלייניקייטן אין די ביג פיקטשער.
א שנעלקע און דאס אלעס. (היידפארק שפראך מיינט דאס דער'הרג'ט, קאפוט).
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2012 22:08 |
|
| |
הייסט אזוי! אז ס'איז נישט א טויט קלאפ, איז עס נאר א שנעלקעלע, במחילת כבודך הרמה, טראץ וואס אין פרינציפ בין איך איינשטימיג מיט דיינע טעאריעס, און אויפאסונגען, אבער ווען עס קומט צו מדמה זיין מילתא למילתא האסטו א מוראדיגן שוואכקייט, ביי דיר איז אדער טויט אדער לעבעדיג, ביי דיר טאמער איינער איז אינוואלווד אין א עקסידענט לא עלינו ולא עליכם, און ער פארלירט זיינע ביידע פיס רח''ל, איז אזוי ווי ער איז לעבעדיג איז דאס בלויז א שנעלקע, פארלירן א פינגער ל''ע איז איינס און דאס זעלבע ווי פארלירן א פיס ל''ע, ביי נארמאלע מענטשן איז דא גרעידס, ס'איז דא א שנעלקע, ס'איז דא א פעטשל, ווידער איז דא א געזינטער פראסק, און אויך איז דא א טויט קלאפ, וואס רופט זיך א מעסער אין הארץ, אמת, אלעס וואס איך האב געשריבן איז אזאך וואס איז אויסצוהאלטן, מען קען דאס אלעס אדורך טראגן, מען קען עקזעסטירן ווייטער מיט דעם, און אזוי איז אויך מיט א געזינטער פראסק, מען קען דאס אויסהאלטן, אבער א חילוק איז נאך אלץ דא פון א שנעלקע צו א פראסק, למשל אז סעקולענער רבי וועט גיין אהין מסדר קידושין זיין בלי רשות, וועט דאס זיי א מעכטיגער פראסק פאר די אהרונים, קען מען דאס אדורך טראגן?, זיכער אז יא, אבער א פראסק איז דאס, ווידער ווען רבי יחזקאל ראטה וויל נישט גיין צו זיין נעפיוס אייניקל חתונה, (וואס זיי זענען זייער נאנט) איז דאס א מעכטיגער פליק פאר די בני יואל, אז מעליצער רב זאגט קלאר און דייטליך אז ער וועט נישט גיין מסדר קידושין זיין ביי זיין אייניקלס בלי רשות און מען איז געצווינגען צו גיין קיין מאנסי, טראץ וואס דער אנדערער זיידע איז פון די הויפט אנפירערס פון די מסדרי קידושין שלא ברשות, איז דאס א מעכטיגער פליק פאר די בני יואל, ווען וויענער רב גייט אריין אין דעם האל, איז דאס א שנעלקע פאר די אהרונים, ווען וויענער רב גייט מסדר קידושין זיין שלא ברשות איז דאס א פאטש פאר די אהרונים, און ווען דער ירושלימער רב הרב ווייס גייט דארט מסדר קידושין זיין שלא ברשות איז דאס א מעטיגער פליק פאר די אהרונים. והארכתי במקום שצריך לקצר נאר כדי ארויס צו ברענגען דאס לעכערליכקייט פון דעם אשכול וואס רופט זיך דראמא: וויענער רב שטעכט אריין מעסער אין לב אהרן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2012 22:26 |
|
| |
לדעתי, אלעס איז בלויז א שנעלקע. מ'ווערט נישט היסטעריש.
בקיצור נמרץ: שארט טוירם איז א שנעלקע. (99 פראצענט געווינסן און פארלוסטן זענען אין די קאטעגאריע). לאנג טוירם איז א טויט קלאפ. (מ'קען עס ציילן מיט די פינגער אויף איין האנט, און נאך בלייבן מיט רעשט.)
פינטל.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2012 22:30 |
|
| |
רעסטלער, אדרבה נעם אן אנקעטע און זעה וואס די חכמים דא זאגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2012 22:48 |
|
| |
לאנצוט, דאס אז מען מאכט חתונה און מען באטייליגט זיך אפילו עס איז געאסרט געווארן דורך איינער וואס פארריפט זיך מרא דאתרא אדער דומ"ץ קרית יואל, דעס איז א מעכטיגע פליק בעסער געזאגט א שחיטה מנחת אויף די ארונים ווייל דאס ווייזט אז די אהרונים זענען מער נישט אין קאנטראל ווי אמאל ווען אלע רבנים און סתם מענטשן האבן געציטערט פון דעם "קרית יואל'ע רב".
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2012 23:29 |
|
| |
סעלפאן. ביסט אזא פיקח ווי רעסטלער און ביי ביידע איז א "שנעלקע" שחיטה מונחת.
שחיטה מונחת קען מען מאכן "איין מאל".
ביטע זאג מיר נישט נעקסטע וואך אז מ'האט געמאכט "נאכאמאל" שחיטה מונחת.
דאס אז קארלסבורגער רב איז "נישט געגאנגען" צו א חתונה, איז די זעלבע שנעלקע. נישט קיין שחיטה און נישט קיין מונחת.
וואקס אויף מיט דיין בעיבישע לענגוויטש.
ודי בזה
|
|
|
|
|