| נשלח ב-15/1/2012 23:28 |
|
| |
ס'איז צייט צו ברענגען א סוף צו די חרדישע געוואלדטאטן!!!
יא יא, יעדער ווייסט אז די לינקע פושעים האבן פיינט א פרומען יוד מער ווי א נאצי, אבער אין דעם איז נכלל יעדער פרומער יוד און נישט נאר די עדה החרדית.
די אומרוען וואס די חרדים פירן דורך אין ירושלים און בית שמש זענען גועל נפש. פוי!!!
פון וועם האבן זיי זיך דאס אויסגעלערנט?
מיינע רבי'ס אין חדר האבן מיר אלעמאל אויסגעלערנט אז הקול קול יעקב והידים ידי עשיו. מיינע רבי'ס האבן מיר אלעמאל געזאגט אז די ציוניסטישע פאליציי ימח שמם פייניגן די אידן אין ירושלים אבער די אידן אין ירושלים זענען וואוילע אומשולדיגע שעפעלעך. עס איז א וואן וועי סטריט. די ציוניסטן שלאגן און די פרומע אידן כאפן.
יא יא, דאס האט מען אונז געקענט איינרעדן פאר די עידזש פון יו טוב. היינט זע מיר אונז זייער גוט וואס דארט טוט זיך. עס זענען פארהאן טויזנטער ערליכע אידן, יראים לה', וועלכע זענען מחנך זייערע קינדער ע"פ שיטת הויואל משה זי"ע.
דערנאך זענען פארהאן א קומץ חרדישע אידן וועלכע צינדן אונטער גארבידזש קענס, שיסן אויס פענסטערס, בלאקן באסעס, ספרעיען גראפיטי, שפייען און שרייען, שרייען אויף שוטרים (וואס האבן ליידער באקומען א פרייען חינוך) "נאציס" און אנדערע קללות נמרצות. פארוואס? ווייל זיי פראבירן צו האלטן אביסל סדר און אוועקשטופן יונגעלייט וואס בלאקן באסעס (נישט קיין טראקטארס וואס גראבן קברים) און לאזן זיי נישט פארן. (אויף די באסעס זיצן געווענליך חרדישע אידן וועלכע יאגן זיך אין כולל, אין ישיבה, אין חדר, אדער צו די ארבעט, אבער צוליב די ווייעלענס קענען זיי נישט אנקומען וואו זיי ווילן) אדער ווי למשל היינט ווען חרדישע מטורפים האבן אויסגעגאסן אויל אויף די גאסן כדי צו שאפן עקסידענטס.
רבותי, עס זענען דא היינט ב"ה גרויסע תשובה באוועגינגען וואס זענען מקרב אזויפיל אידן לאבינו שבשמים. די אלע פירערס פין די תשובה באוועגינגען זאגן אז דער גרעסטער חורבן פאר זיי זענען די חרדישע אידן פון ירושלים און בית שמש וועלכע פירן זיך אויף ווי פרעים. פרייע אידן קוקן זיך צו צו די זעלבע בילדער וואס מיר זעען און זיי זאגן, "הזאת נעמי? פארדעם קען איך שוין בלייבן א חילוני. אויב וויל איך ווייאלענס וועל איך ענדערש גיין צו א רעסלינג מעטש"
גענוג איז גענוג!
אונז האט מען געלערנט אז דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום. איך וויל בשום אופן נישט אז מיינע קינדער זאלן זען בילדער ווי אידן פירן זיך אויף אזוי ווי די שווארצע ביי ראיאטן אין הארלעם און זיי זאלן מיינען אז דאס איז דער תורה וועג.
דער תורה וועג איז נאכאמאל, הקול קול יעקב.
חרדישע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן גייען אריבער ביטערע רדיפות אין די יעצטיגע וואכן פון די לינקע פושעים. מען רודפט חרדישע אידן איבעראל אין ארץ ישראל און נישט נאר אין מאה שערים און בית שמש. דורכ'ן מאכן ווייאלענס געבן די חרדים פון מאה שערים און בית שמש א תירוץ פאר די לינקע ימ"ש, פארוואס זיי זאלן קענען ווייטער העצן און דורכפירן אטאקעס אויף פרומע אידן.
חרדישע יודן מאכן מיט ביטערע רדיפות איבעראל, קומט א שוטה פון א יונגערמאן און זאגט אויף טעלעוויזשאן אז חרדישע יודן שטיצן אטאקעס אויף זיבן יעריגע מיידלעך און אזוי דארף מען טאן. די לינקע זענען זיך מחי' מיט אזעלכע סטעיטמענטס. עס גיט זיי שטאף צו קענען ווייטער פייניגן "אלע" חרדישע אידן.
אונז מיז מיר זיך אפשאקלען פון די אלימות איינמאל פאר אלעמאל! נישט אין אונזער נאמען!
תוקן על ידי אייזיל ב- 15/01/2012 23:28:03
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2012 01:55 |
|
| |
איך מיין אז די חורבן און בזיון פאר די שיטה הקדושה, וואס קומט ארויס פון די התנהגות אין בית שמש וכו', איז פיל ארגער פון די וואס זענען געגעגאנגען קיין איראן, און האלאקאסט דינייעל קאנפרענץ, דארטען איז עס געוועהן יחידים און מען האט געקענט זאגן אז זיי רעפענטיזרן נאר זיך אליינס, אבער וואס זאגסטו יעצט?!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2012 04:54 |
|
| |
איך מיין אז דער זייער שארפער עדה בריעף האט גארנישט געהאלפען נאר האט אוועק געשטעלט די עדה מיט די אלע ירשולים'ער און בית שמש חיות!
קען איינער מסביר זיין פאר וואס נאר אין ירושלים און בית שמש קומען פאר די ווילדע רייאטען?
וואס איז מיט בני ברק? וואוינען דארט לויטער גויים? אשדוד? און אנדער חרד'ישע געגענטען
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2012 06:20 |
|
| |
איך בין רעספעקטפולי מחולק מיט ענק. איך מיין אז גארנישט האט זיך געטוישט בנוגע ירושלים און בית שמש - אלץ זענען אין די ערטער געווען הפגנות און אין בני ברק נישט. ס'איז נישט קיין נייעס. געטוישט האט זיך אז די אגודה און איצט שוין אויך היימישע פארשטייען אז מ'דארף עס אפשטעלן.
די מעשה מיט שפייען אויף א מיידל איז געווען נאך בעפאר ראש השנה, לויט ווי איך הער, נאר איצט האט עס די מידיא צופויקט. ס'האט זיך איצט אנגעהויבן א העץ קאמפיין אפצושטעלן די ירושלימ'ער אידן. אזוי ווי אייביג, דארפן מיר ווייטער צושטיין צו אונזערע ערליכע ירושלים'ער ברידער.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2012 07:08 |
|
| |
http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=114841 VIDEO ROUNDUP: Israeli Police Beat Charedim As Protesters Shout ‘Nazi’ & ‘Hitler’(Sunday, January 15th, 2012) [MULTIPLE VIDEOS IN EXTENDED ARTICLE]
The following are a collection of videos take at some of the stormy protests on Sunday afternoon and evening, following the arrest of the “Eidah 6″. One of those arrested is R’ Amram Shapira, who serves as the personal gabbai of Eida Charedis Gavad, HaGaon HaRav Yitzchak Tuvia Weiss Shlita. The others are all persons affiliated with the Vaad Artzi tzedaka. Click HERE to watch video #1 on a mobile device. * width="400" height="315" classid="clsid:d27cdb6e-ae6d-11cf-96b8-444553540000" codebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab#version=6,0,40,0"> Click HERE to watch video #2 on a mobile device. * width="400" height="315" classid="clsid:d27cdb6e-ae6d-11cf-96b8-444553540000" codebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab#version=6,0,40,0"> Click HERE to watch video #3 on a mobile device. * width="400" height="315" classid="clsid:d27cdb6e-ae6d-11cf-96b8-444553540000" codebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab#version=6,0,40,0"> Click HERE to watch video #4 on a mobile device. * width="400" height="315" classid="clsid:d27cdb6e-ae6d-11cf-96b8-444553540000" codebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab#version=6,0,40,0"> Click HERE to watch video #5 on a mobile device. * width="400" height="315" classid="clsid:d27cdb6e-ae6d-11cf-96b8-444553540000" codebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab#version=6,0,40,0"> Click HERE to watch video #6 on a mobile device. * width="400" height="315" classid="clsid:d27cdb6e-ae6d-11cf-96b8-444553540000" codebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab#version=6,0,40,0"> (YWN World Headquarters – NYC)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2012 09:24 |
|
| |
איך קען נישט גלייבן אז ס'איז געקומען צו א מצב אז איך קוק די ווידיא און כ'האב הנאה יעדעס מאל וואס די פאליציי האט א זיג קעגן די בריונים אבער דעס איז די מצב וואס זיי האבן אליין געברענגט אויף זיך.
זיי זענען מחלל שם שמים בפני כל העולם!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2012 19:26 |
|
| |
אייזיל, דו שונא ישראל
דו האסט הנאה ווי מען שלאגט און הרג'עט. שעם דיך, דו שונא ישראל.
לאמיר זאגן זיי מאכן א טעות, אבער הנאה דערפון?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2012 20:49 |
|
| |
אמת, עס איז צייט צו ברענגען א סוף דערצו, אבער פארט איז יעצט נישט די ציי"ט דערצו...
עס איז נישט א פאסיגע צייט אז דער ציבור זאל קאכן איבער דעם, און דערמיט אריינפאלן אין די הענט פון די ציונים, חרדישע און חילונישע.
אבער, וויסן די פאקטן פאר זיך, דארף מען יא, און איך וועל עס פרובירן ארויסצוברענגען אין קורצן:
אין די צייטן פון רבי עמרם בלוי איז נישט געווען אזא זאך ווי אלימות. עס איז יא געווען אפשטעלן די פארקער, וכדומה, אבער נישט קיין מעשי השחתה.
צוביסלעך מיט די צייט האט זיך אנגעהויבן אזאנע "סופער קנאים", קנאים שבקנאים. הגם עס האט זיך אנגעהויבן מיט בלויז נטורי קרתא, האט עס אבער גאנץ שנעל אנגעשטעקט די גאס, און עס האט אנגעהויבן ווערן א באגריף, אז א ירושלימער קנאי מיינט ווארפן שטיינער.
ווען הרב דושינסקי איז געווארן גאב"ד, האט ער געזעהן אז די זאך ווערט ערגער און ערגער, האט ער ובית דינו אראפגעשטעלט א פוס, און אנגעהויבן פאדערן אז יעדער יחידי'שער אקציע זאל פארדאמט ווערן בכל התוקף, אפגעזעהן צו זיין כוונה איז לש"ש אדער נישט.
פרעגט אייך נאך ביי ירושלימע אידן וועלכע געדענקען יענע צייטן, ווען א קינד אדער בחור האט געווארפן א שטיין, האט מען אים באשריגן פון אלע זייטן "בית דין לאזט נישט!" "בית דין לאזט נישט!".
פארשטייט זיך אז עס איז ווייטער געבליבן אזעלכע אויבער חכמים, די אהל שרה [מלפנים תורה ויראה] חברה, וואס זיי האבן קיין שום פראבלעם מיט די עדה נישט, פונקט ווי די נטורי קרתא פון דאהי שרייט אז די עדה זענען ציונים.
אבער, יעדער האט געוויסט די צווישנשייד, עס איז געווען הארט אפגעטילט צווישן די אויבער חכמים, וועלכע מען האט אין יענע יארן אנגעהויבן רופן סיקריקים, און די אפיציעלע לשם שמים מערכות פון די עדה החרדית.
דאס האט אנגעהאלטן יארן לאנג, ביז ביז.
דא וועל איך שוין נישט מאריך זיין, אבער דער "ביז" איז, ביז די טעראריסטישע משוגעים האבן מצליח געווען צו ווערן די שטוב מענטשן ביים ירושלימער רב.
און וואס היינט גייט פאר דארףף איך קיינעם נישט זאגן.
-----
זאל אבער קיינער נישט מיינען אז מען קען זיין דאהי און טיילן מוצא'ס, דער מערכה איז יא לש"ש און דער מערכה נישט, דאס יא און דאס נישט.
די מצב איז ליידער אזוי פארנעפלט, אז עס איז נישט מעגליך, און: עס איז נישט אונזער פראבלעם! מיר האבן דאס נישט אנגעמאכט, און מיר דארפן דאס נישט פארעכטן.
די הנהלת העדה ווייסט זייער גוט פונעם פראבלעם, זיי באוויינען די מצב בייטאג און ביינאכט, און זיי פרובירן צו טאן וואס זיי קענען.
איך לאז עס פאר זיי.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 16/01/2012 20:52:38
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 00:58 |
|
| |
אין יעדע דעמאקראטישע מדינה פירט זיך די פאלעציי אויף אזוי מיט מענטשן וואס מאכן ראיאטן. כ'וועל דיר ברענגען א מיליאן קליפס פון אמעריקע, יוראפ אין איבעראל אין דע וועלט. הפרת סדר, הפקירות, געלט שאדנ'ס, ראיאטן, מהומות, שעדיגן מענטשן און פראפערטי און די עקאנאמיע, ווערט באהאנדלט מיטן חומר הדין.
קוק וויאזוי די NYPD האט באהאנדלט די אוו"ס חברה. אז די מאכסט איבערקערענישן פארלירסטי אלע דיינע רעכט'ן אין א דעמעקראטישע לאנד. מיליאנען מענטשן האבן שוין געטרייט עס צו פייטן אין קאורט אבער קיין שום שופט וועט נישט אוועק נעמין די רעכט פין א פאליס צו האלטן ארדענונג און פראטעקטן אומשילדיגע מענטשן אין נכסים. איך ווייס אז די בני יואל קינדער לערנט מען אויס אז א פאליסמאן מוז לאזן א מענטש מאכן איבערקערענישן אין טאר עם נישט אנרירן, אין וועגען דעם האבן זיי געמיינט אז זיי קענען מאכן ראיאיטען ביי די רביצינס הויז אין די KJPS קען זיי גארנישט טון.
סאיז זיי לגמרי נישט איין געפאלין אז זיי זענען אף דאטי אפיסערס וואס קרית יואל האט אריין גיברענגט צי האלטן ארדענונג, אין זיי האבין געדילט מיט דע טראבעל מעקערס אזי ווי זיי דילן מיט טראבעל מעקערס ביי זיי אינדערהיים. דהיינו: אויב מאכסט איבערקערענישן ווערסטי ארעסטעט. אויב לאזטי זיך נישט ארעסטען וועט מען דיר ארעסטן מיט גיוואלד אין נאך דעם וועט מען נאך צילייגן קלאגע'ס ווייל די האסט דיר נישט געלאזט ארעסטן
דעס זעלבע איז דארט אין אר"י. חרדי'שע אידן וואס קיקן אויס אזוי ווי אונז (ליידער ליידער) זענען מבזה יעדע פרימע איד אין די פאליציי דארט, כאטשיג זיי זענען זייער רשעותדיג גייען זיי נאך אלס קעגען די חרדים מיט א איינגעהאלטענע כח. קיק נאר ווי אזוי די ישראלים פירן זיך אויף קעגען די אראבער. דארט קימען זיי נישט אריין מיט שטעקענעס נאר מיט הייסע געווער אין גייען מיט די גאנצע חומר הדין קעגען די אראבער ביזן הרגענען אפאר פין זיי
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 01:19 |
|
| |
יא פאנדיט, איך האב הנאה ווי מען ארעסטירט (שלאגט? קוקט ענדערש אויס ווי די שוטרים ווערן געשלאגן) די וואס שרייען נאצים אויף די שוטרים דארט. איך וויל נישט אז מיינע קינדער און אייניקלעך זאלן מיינען אז מיין טאטע האט געטרייט צו בלאקן באסעס און ווארפן שטיינער און אייער אויף די געסטאפא און זיי האבן אים נאר ארעסטירט און אנגעקלאגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 02:38 |
|
| |
א באס מיט חרדישע יודן אטאקירט מיט ביצים ואבנים (ס'איז מעשים בכל יום. מען ווערט שוין ניטאמאל שאקד)

|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 02:39 |
|
| |
נאך אטאקירטער חרדישער באס

|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 03:15 |
|
| |
אויב אזוי האבן זיך אויפגעפירט די "נאצים" איז אכמעדינידזשאד גערעכט מיט'ן לייקענען דעם האלאקאסט
מדינת ישראל שוטרים ווערן פראוואקאצירט און אטאקירט דורך חרדישע יודן פאר א לאנגע צייט אן אויפהער
(קליפ אין נעקסטן תגובה)
אין ארץ ישראל קומט פאר א שרעקליכע הסתה קעגן חרדישע יודן, א שרעקליכע עקירת הדת, א שרעקליכער טעראר קעגן יעדן פרומען יוד. אבער די וועלט זעהט דאס נישט. די וועלט זעט די מהומות וואס חרדישע פרעים פירן דורך אין בית שמש און אין מאה שערים.
אלע גרויסע נייעס סייטס לינקן צו די קליפס און בילדער ווי מען זעהט וואס די פרעים טיען. זיי פארשווארצן די פנים פון יהדות החרדית און צוברעכן די הייליגע מלחמה קעגן ציונות.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום!
תוקן על ידי אייזיל ב- 17/01/2012 03:23:10
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 20:40 |
|
| |
פון וואו קומט דער בילד. אינטרעסאנט איך האב עס נישט געזען אויף אלע זעלבסט-האסנדע חרד'ישע וועב-סייטס און די ציונ'סטישע הארץ...
וואס הייסט נאך א באס? מיר זעט אויס ווי ביידע זענען אייניג געשפאלטן דער טיר. עס קוקט אויס דער זעלבער.
איך געדענק ווען עס איז אמאל דא געווען א בילד ווי א סיטי באס דרייווער רעדט אויף'ן טעלעפאן ביים פארן האט מען אים אויפגעזאגט. ס'האט זיך עפעס געטאן אז דער דרייווער רעדט אויף'ן טעלעפאן? אפשר האט אלאראמירט הילף, דאס איז מיין לימוד זכות...
די באס פירמע לאזט אזעלכע באסעס אין דינסט? ס'קוקט נישט אויס גלייך נאך די אטאקע, ווייל אויב יא וואלט'ן מענטשן לכאורה נישט געבליבן שטיין אזוי גלייכגילטיג און געפארן דערמיט.
די קויף נאר אפ שנאת הדת... די שנאה שפריצט ארויס פון דיינע נאז לעכער
אנטשולדיג איך קען נישט קוקן דיינע ווידיא לינקס, ווייל איך בין געפילטערט. ס'קען זיין דאס מאכט מיך פאר א סיקריק, אז איך פאנאטישער נוץ נאך א פילטער...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 20:47 |
|
| |
דער אייזיל שפילט סאטמערער
|
|
|
|
|