כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א, טיט נישט היינט פאר דו בעלזער מוסדות א צענטעל פון וואס ער טיט פאר כלל ישראל מוסדות, ווי לדוגמה ישיבה און מוסדות לבעלי תשובה, קירוב רחוקים וקירוב קרובים, דו טאטע פון דו יתומים און א"י און נאך, דו בעלזע בעלי תשובה מוסדות האבען היינט א באדזשעט וואס איז כמעט גלייך אויף גלייך פון דו באדזשעט פון דו בעלזע מוסדות, ווען און דו זעלבע צייט מיטשעט זיך דו בעלזער מוסדות איז כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא פארנימען מיט שאפען געלט פאר דו מוסדות התשובה אנשטאט שאפען געלט פאר זיינע אייגענע מוסדות.
און דאס איז אלץ ווייל כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א דאגה'ט פאר כלל ישראל און נישט פאר זיך. איינער פון זיין עיקר דאגות איז אז עס זאל זיין שלום ביי כלל ישראל.
· אזוי האט ער געטיען מיט דו אגודה איינס פאר דו לעצטע בחירות, ווען דו אלע אגודה פארטייען האבן זיך נישט געקענט פארגלייכן האט בעלזא מוותר געווען אויף א נציג און כנסת.
· אזוי האט ער געטיען ביי דו לעצטע בחירות, ווען בעלזא האט מוותר געווען און אוועק געגעבן זכות קדימה פאר וויזניץ (אפי זיי זענען קלענער ווי בעלזא).
· אזוי האט ער געטיען מיט גור און חיפה ווען גור האט זיך פראבירט צו קריגען מיט בעלזא אופן בעלות פונעם שטאטישע שול, וואס בעלזא האט דאס 100% לעגאל באקימען און בעלזא האט געהאט אלא לעגאלע רעכטן זיך צו שלאגען פאר דעם, און מיט דעם אלעם האט בעלזא מוותר געווען און אוועק געגעבן פאר גור א חלק.
· אזוי מיט מחנובקא, ווי כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א א מנהיג פון א קהילה פון אריבער 8,000 משפחות, לויפט נאך זיין שוועסטער קינד וואס האט זיך דערמאנט בערך 35 יאהר נאך וואס בעלזא האט באקרוינט א נייעם רבי און בערך 45 יאהר נאך דו בעלזער ירושה (נאכן פטירה פון כ"ק רשכבה"ג מרן מהר"א מבעלזא זצ"ל) איז ציטיילט געווארן (ווען דער מחנובקרס טאטע וואס איז דאן נישט געווען קיין פרימער איד און האט נישט מחשיב געווען דו רעביסטיווע [בבחינת "ויבז עשיו את הבכורה"] האט געבעטן און אנגענימן געלט פאר זיין חלק הירושה) אז ער וויל אויך זיין א בעלזער רבי, און כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א פראבירט אלעס אויף דער וועלט זיך אויס צו גלייכן מיט אום.
· און אסאך נאך.
און אז כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט געזעין אז למען השלום, פעלט זיך אויס אז ער זאל שיקן א מנין אידען האט ער געמאכט א פשוטער חשבון,
1) איך שיק מיינע אינגעלייט און כנסת המינים = אויף צו טיען פאר כלל ישראל.
2) איך שיק מיינע איגעלייט האנדלען מיט דו ערגסטע עלעמענטן פון כלל ישראל כדי זיי מחזיר בתשובה זיין = אויף צו טיען פאר כלל ישראל.
נא, אז איך קען טיען דו אלע זאכן אלטס נאר למען כלל ישראל – קען איך אויך שיקען א מנין אידען צום ציון פון דו סאטמערע רבי'ס אויב מען האלט אז למען שלום ציווישען כלל ישראל פעלט זיך עס אויס.
לסיכום: בעלזא דארף נישט סאטמאר. בעלזער האט אלע יאהרן געבליעט אן סאטמאר. בעלזער רב האט זיך קיינמאהל נישט געקריקט מיט סאטמאר אויף א פרזענליכן אויפן, און דו מחלוקה איז נאר געווען אויף די דרך און אויף די שיטה (ניין בעלזא האט קיינמאהל נישט געווארפען קיין מיסע פאשקעווילען אויף סאטמאר, בעל דברי יואל, ברך משה). אבער כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א בגודל מעלתו האט געזעין אז פאר דו טובה פון כלל ישראל (נישט דו טובה פון בעלזא) פעלט זיך אויס צו מאכן א טריט האט ער דאס געטיען.
איך ווייס נישט אויב בדורנו איז דא נאך איינער וואס קען אזאנס טיען. "אשרנו מה טוב חלקנו" חסידי וידידי בעלזא.
תוקן על ידי קונצען ב- 17/01/2012 02:57:59