בית פורומים כל העולם כולו

בעלזא רבי שיקט מחילה בעטן פון רביה"ק מסאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/1/2012 09:23 לינק ישיר 

הבדלה_מנין כתב:
ווען דער בעלזער רבי האט גערעדט אויפן רבין זי"ע האט ער דאס אויך געטאהן דורך שליחים אדער האט ער דאס געטאהן בכבודו ובעצמו??


ווען ר"א לייטנער האט גערעדט אויפן רבין זי"ע האט ער איהם איבערגעבעטן דורך שליחים אדער ער האט דאס געטהון בכבודו ובעצמו ?? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 10:05 לינק ישיר 
אביסל היסטאריע

איך ווייס נאך נישט וואס עס גייט זיך אויסקאכן מיט די גאנצע זאך, דאס איז אמהאל זיכער, אז די טריט וואס דער בעלזער האט דא געטוהן, איז א גרויסער חלק - און אפשר דער חלק הארי, וואס ער האט געדארפט צו טוהן, בכדי צו קענען גערעכטן ווערן אלס 'חוזר בתשובה'.

די סיבות צו דעם טריט, איז לכאורה דאס וואס ער איז לעצטנס זייער נישט געזונט (לרפו"ש), ער איז לעצטנס זייער ווייניג צווישן מענטשן.

מען טאר נישט פארגעסן, אז די מערכה פון בעלזא אנקעגן אונזער קרייז, האט זיך נישט אנגעהויבן אנקעגן סאטמער ממש, עס האט זיך אנגהויבן קעגן די העדה החרדית בכלל, און קעגן דעם פוסק הדור דעם הייליגן מנחת יצחק זצוק"ל.

געוועהן איז דאס באלד נאך די הסתלקות פון רביה"ק, סוף יאהר תשל"ט, ווען די העדה החרדית האט אויפגענומען דעם מנחת יצחק - אלס מרא דארעא - רב פון ירושלים עיר הקודש, דער בעלזער איז דעמלטס געוועהן א יונגערמאנטשיק פון 32-33 יאהר, און האט באקומען אן אפעטיט צו איבער נעמען די שטעלע פון רביה"ק - וואס האט געדינט אלס גאב"ד ירושלים, דער בעלזער האט פארשטאנען זיינער צייט, אז ער און נאר ער, איז דער נאטירליכער - נעקסטער 'רשכבה"ג' - נאכן הסתלקות פון רביה"ק.

באלד נאך דעם וואס מען האט אויפגענומען דעם מנחת יצחק, אלס גאב"ד עיה"ק ירושלים, האט מען אים פערזענליך אנגהויבן צו פייניגן אויף א שרעקליכן אויפן, מען פלעגט אים אויפוועקן אויף די נעכט, מען האט אים געשיקט אמבאלאנסן, פייער לעשער, פאליס, טראקס מיט צעמענט, א.ד.ג.,

ערב יום הקדוש שנת תש"מ, האט דער מנחת יצחק באקומען א טעלעפאן קאל, פון א אנונימער רופער, מיט קללות נמרצות מאוד, אלס פארן חטא פון ווערן אויפגענומען אלס דער רב פון די העדה החרדית.

דער מנחת יצחק זצוק"ל, איז געוועהן זייער א איידאלער אייראפעישער איד, די אלע שטיקלאך - און די אלע טעראר האט זייער שווער משפיע געועעהן אויף אים, און איז געוועהן זייער צובראכן דערפון.

סוכות צייט תש"מ, האט דער בית דין פון די העדה החרדית, ארויס געגעבן זייער א שארפן בריוו, קעגן די אנאנימע טעראריסטן, און געשריבן, אז ווער עס מאכט די אלע שטיקלאך - אדער ווער עס ווייסט ווער עס טוט דאס, און וועט נישט קומען איבער געבן די פרטים ביז א געוויסן דאטום, וועט זיין אין חרם.

די טעראריסטן - די מחוצפים, האבן זיך וויא פארשטענדליך אויס געלאכט, אבער עס האט נישט לאנג געדויערט, און עס איז ארויף געשווימען 2 נעמען פון בעלזער יונגעלייט: ש.א. מיט זיין חבר ז.פ. (ביידע האבן זייער נישט גוט אויסגעשפילט ה"י), אלס די יונגען וואס שטייען אונטער דעם טעראר.

פון דארט אין ווייטער האט זיך אנגהויבן די 'מערכה' (אין בעלזא רופט מען דאס עד היום הזה 'די מערכה'), בעלזא האט דעמלטס ווינטער תש"מ, געפנט אליינס א בית דין - א אייגענער כשרות ליין - תש"מ איז געוועהן שנת השמיטה, און באלד האבן זיי געפענט א שמיטה ליין, א אייגענע שחיטה, א.ד.ג.,

וויא פארשטענדליך, סאטמאר (זיינער צייט), דער רוקען ביין פון יהדות החרדית, און ארץ ישראל, האט זיך אנגענומען מיט פילן ברען, פאר די העדה החרדית, און שפיץ פון הייליגן רבי'ן דער ברך משה זי"ע.

עס איז דעמלטס געוועהן הימל - און ערד, בעלזא מיט סאטמאר, פאטשקעווילן - צייטונגען - דרשות - מחאות - ספרים - און וואס נישט, עס האט געקאכט - און געווירבלט מיט א געפערליכע פארע.

דער אויכפונקט פון די חוצפה פון בעלזער, אנטקעגן דעם הייליגן רבי'ן רביה"ק בעל דברי יואל [ויואל משה], איז געוועהן, מוצאי שמחת תורה שנת תשמ"א ביי די 'שטייענדיגע תורה' (אזוי רופט מען דאס אין בעלזא), ער האט גערעדט זייער געמיין ביליג און פראסט אנטקעגן רביה"ק, ער האט זיך צווישן די ווערטער אנגערופען "ווען זיי האבן נאך געגעסן געשטאפטע גענז, האבן מיר שוין......".

נאך דעם דרשה זיינע, וואס איז געוועהן וויא געשריבן מלא דופי - זלזול - אנטקעגן די שיטה הקדושה בכלל - און אנטקעגן רביה"ק פערזענליך בפרט, איז דעמלטס ארויס זייער א שארפן בריוו אנטקעגן דעם בעלזער, וואס אלע גדולי ישראל פון אונזער קרייז האבן אויף דעם געחתמ'ט, עס איז נישט אינטערסאנט אויס צורעכענען דא אלעמען, אבער עס איז אינטערסאנט צו צייכענען אז הרה"ק ר' יאנקעלע פון פאשווארסק זי"ע, וואס האט זיך געהלטן אלס בעלזער חסיד, און איז געווען נאנט צו בעלזא - איז געוועהן בראש החותמים.

(פאר די בעלזער איז געוועהן דער חתימה פון ר' יאנקאלע זי"ע, זייער א שווערער ביסן, און שטענדיג געזוכט צו לייקענען - א.ד.ג).


מודה ועוזב ירוחם, אזא טריט פון שיקן א מנין אידן, מראשי המחנה של חסידי בעלזא, איבער צו בעטן במקום מנוחתם פון רבוה"ק, נישט בצנעה - נאר באופן גלוי כלפי די גאנצע וועלט, איז א מוירעידגע זאך, און לאמיר האפן, אז עס וועט זיך קענען עפענען א נייער בלעטל, און די היסטאריע.


תוקן על ידי גערעכט ב- 17/01/2012 10:08:20




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2012 11:12 לינק ישיר 



זייער שיין ארויס געברענגט די היסטאריע דא איז א קאפי פונעם קול קורא

ווען ברך משה איז געווהן אין א"י האט געהייסען עס וועט זיין א שלום מיט די בעלזער 
אבער ר משה ארי פריינד גאב"ד ים האט נישט געלאזט נאר אויף תנאי אז די בעלזער 
וועט אינטער שרייבען א צעטל אז דאס וואס ער האט גערעדט אויף די רבי זי"ע איז 
געוועהן מעשה נערות. אבער די בעלזער האט זיך איינגעאקשענט אין נישט געוואלט
אינטער שרייבן איז די שלום פלענער בטול געווארען. 

אינטערסאנט אז אלע גדולים האבען אינער געשריבען קעגען די בעלזער אפילו 
הרה"ק מ'טאהש שליט"א אין די בעלזער האט שפעטער געשוקט א שליח פרגען
האט די טאהשער געענפערט אז ער האט נישט אינער געשריבען נאר מען האט
געניצט זיין נאמען אן רשות האט די בעלזער געהייסן בעטען פאר א כתב מחאה 
האט הרה"ק גענפערט ער זאגט זיינס ער איז נישט מחיוב מוחה צי זיין וואס 
יענער טיט אין זיין נאמען. אבער די אודווארי זצ"ל האט יא געגעבען א כתב אין
געהייסען עס באהאלטען ביז נאך זיין פטירה. ווער ווייסט וויפיל נאך רבנים חתימות
זענען געוועהן פאלטש אדער געצווינגען? 

דא איז א קאפי פון די כתב 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 18:26 לינק ישיר 

רבותי! ביטע געדענקט אז דער עיקר האט געליטן פון דעם בער דער הגה"ק בעל מנחת יצחק, יעדן טאג טאג, טאג טעגליך צו ס'איז געווען ערב יום הקדוש ווען דער רב דע מנחת יצחק האט געווארט אויף א טלפון פון זיין בן יחיד ר' בעריש ווייס שליט"א זיך צו ווינטשן א גוט יאר, האט ער געשיקט זיינע אינגאטשעס זאלן האלטן אין איין קאלן צו די נומבער פון דעם רב כדי עס זאל זיין די גאנצע צייט פארנומען די טלפון ליין. די זעלבע זאך ערב סוכות און ערב פסח, מיט א געפערליכע רשעות האט ער געשיקט זיינע טערוריסטן צו פיניגן דעם מנחת יצחק זצוק"ל, ס'איז נישט מעגליך צו מאכן שלום מיט דעם אגריפס'ער בער אנדעם וואס ער אליינס זאל גיין איבערבעטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2012 18:37 לינק ישיר 

דער זעלבער הייליגער מנחת יצחק זי"ע האט גע'אסור'ט די בני יואל. מיט דעם זעלבן כח התורה.
דא לאכטסטו זיך אויס, און דא לאכט זיך א צווייטער אויס.

ברודער טייערער: תורה אחת לגר ולאזרח הארץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 18:40 לינק ישיר 

ווייסט איינער וואס איז דער ציהל פין סאטמארבאם? חוץ ארויפרוקען די צאל פין זיינע תגובות? (איך מיין נישט דוקא אים דעם אשכול)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 19:27 לינק ישיר 

יא דער בעלזער שגץ האט זיך געלאזט איינבעטען אין געשיקט א דעלעגאציע איבער בעטען דעם רבין ז:ל ? וואט א דזשאק..ער וואלט זיך געדארפט אויף שטעלען בפני כל עם ועדה אין איבער בעטען דעם רבין ז:ל נישט שיקען דעלעגאציעס...זאגט נאר ארונימלך..
האט ער שוין צי געמכט זיין שחיטה? ניין
גייט ער נאך צים כותל? יא
גייט ער נאך צי די בחירת? יא
שיקט ער נאך זיינע יונגעלייט צי דינען אין מושטרה? יא
אבער דער עיקר איז אז ער האט געשיקט א דעלעגאציע....
אין דער עיקר איז אז אלע תילמידי וחסידי רבינו זענען שקצים
קואשי רב שגץ
ר/אברהם לייטנער שגץ
ר מאטעלע שגץ
ר/ יחזקאל ראטה שגץ
ר/ישראל חיים מנשה פרידמאן שגץ
ר/זלמן לייב פילף שגץ
ר/ שלמוה לייב וויינבערגער שגץ
אבער דער עיקר איז אז דער בעלזער שגץ איז א צדיק
איך קען מיך פשוט נישט איינהאלטען אין אויסשרייען מיטן גאנצען הארץ ברוך הוא אלק/שבראנו לכבודו והבדילנו...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 19:31 לינק ישיר 

אמת'ע דיבורים אין קאנטראסט צו הוילע פראפאגאנדע!

אין די טעג שטעלט זיך ארויס אינטערסאנט בילד צווישען די צוויי סאטמארס בנוגע די מערכה קעגן ציונות.

‫‫ווי באקאנט דרייט זיך איבער דאס לאנד די לעצטע צוויי חדשים מיט א שרעקליכען רדיפת הדת אויף די ערליכע אידן אויף א שרעקליך פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, און מען האלט אין איין הערן פון פרעמדע קרייזן, וואס סאטמאר איז בכלל נישט זייער טעיסט אז דער סאטמאר רב זי"ע (נישט דער בעל דברי יואל) איז געווען גערעכט, און געהאט א ווייטען בליק ווען ער האט געשריגען אז עס וועט נאך קומען א צייט וואס א ערליכער איד וועט נישט קענען וואוינען אין א"י ה"י.

‫‫זונטאג פארטאגס - ווען דא איז געווען מוצש"ק - איז עס געקומען צו א קלימאקס ווען מען האט ארעסטירט 6 אינגעלייט אין שפיץ פונעם משב"ק פון ירושלימער רב, הרה"ח ר' עמרם שפירא הי"ו. ווי נאר רבינו שליט"א האט דאס געהערט האט אים דאס זייער שטארק וויי געטאן און ער האט געשפירט אז ער מוז זיך ערגעץ לאזן הערן דאס ווייטאג פון די ערליכע אידן און ווייזן אז ער פילט מיט זייער ווייטאג און איז גרייט צו טאן און העלפן מיט וואס אימער צו זיך צוריק שלאגן מיט די ציונים ימ"ש.

‫‫בשעת מעשה איז פארגעקומען אן ענגע מסיבה פאר נגידים ביים רבי'ן אין שטוב אין ביהמ"ד ברך משה, וואס איז פארופען געווארן דורך דעם געטרייען משב"ק לבית סאטמאר הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א טאקע לטובת כולל יטב לב אין ארצינו הקדושה, דער מקום וואו עס האלטן זיך אויף די הייפעלע ערליכע אידן וואס ווערן נישט נאך געשלעפט נאכן ציוניסטישן שמעלץ טאפ, און ביי דעם געלעגענהייט האט זיך רבינו שליט"א אויסגערעדט וואס די ערליכע אידן מאכן מיט אין א"י אויף א שרעקליכן פארנעם, און ספעציעל איבער די שרעקליכע ידיעה וואס ער האט יעצט באקומען פון ירושלים איבער די ארעסט פון ר' עמרם. דער רבי האט קלאר געשטעלט אז מיר אידן דא אין אמעריקע וועלן נישט זיצען מיט פארלייגטע הענט נאר מיר מוזען איינלייגן וועלטן מיט אלעם וואס נאר מעגליך זיך אנצונעמען פאר אונזערע ברודער אין ארצינו הקדושה.

‫‫די פאר אמת'ע אין שטארקע דיבורים האט רבינו שליט"א געזאגט מוצש"ק פאר א ענגער ציבור אין א קליין בית המדרש'ל אויף 550 בעדפארד עוו. אויפן זעלבן מקום ווי  דער אלטער סאטמאר רבי זי"ע פלעגט לאזן הערן זיינע הייליגע דיבורים בשעתם, און די ווערטער פון רבינו שליט"א האט אפגעקלונגען אין די גאנצע וועלט, און אפילו אין אלע ציניסטישע צייטונגען, טעלעוויזיע און ראדיא אז דער סאטמאר רבי זאגט אז ער גייט נישט שווייגן אין גרייט זיך אויף א מאסן דעמאסטראציע אויסשרייען די וויי געשריי פון די ערליכע אידן. ( דאס איז שוין נאך דעם ווי די בעלזא - וואס לעבן גוט מיט די פרייע - האבן פארלייגט וועלטן אז מען זאל דערשטיקן דעם סאטמאר רבין'ס ווערטער, נאך וואס דער רבי האט שארך אראפגעריסן די פארלאפענע וואך ביים דינער אין קרית יואל זייער פאלטשע השקפה.)

‫‫אפגעזען אז עס האט געהאט א גרויסען השפעה אויף די פארשאלטענע ציונים ימ"ש וואס האבן געפילט אז זיי צוען איבער דאס שטריקל, און דער ציניסטישער שופט האט ארויסגעלאזט ר' עמרם גענצליך פריי מכלומרשט אז עס איז נישט דא גענוג באווייז (כאילו עס איז זיי געווען אמאל א פראבלעם מיט באווייז...)

‫‫עכ"פ, דאס איז געשען אין די זעלבע צייט וועט 3 וואכן צוריק, ביום כ"א כסלו ווען ביידע סאטמאר'ס האבן געמאכט דעם יערליכען גרויסע צוזאמקום, און ביי די ארונים האט דער פירער זייערער דערקלערט פאר זיינע טויזענטער צוהערער (נאכן הערן וואס דער ברודער האט שוין געזאגט) "אז מען טאר נישט אראפרייסן דעם אמעריקאנער פרעזידענט אבאמא אזוי ווי די פרומע ציונים טוען".

‫‫גלייך דערנאך האט מען איינגעשפאנט די גאנצע מידיע מיט א פרעס ריליעס, אלעס כדי צו איבערצייגען פאר די קעלבער אז די וועלט שאקעלט זיך מיט זייער שטריק ווען אין פאקט איז נאך  אזא באמבע נייעס - ווי דער בלאט האט דאס אראפגעלייגט - האט מען פון קיין פרעזידענט נישט געהערט וואס ער זאגט דערצו, און אפילו פון די ציונים איז קיין ווארט נישט געהערט געווארן (אפילו ביי דעם באזוך פון דעם פרומען ציוני, און שטענדיגער מתגרה באומות, דוב הייקינד, יענע וואך אין זייער 13 הופפער צענטראל).

‫‫ווידעראמאל יעצט ביים ארעסטירן די 6 אידן הערט מען פון דעם ארוישע לאגער בלויז דעם ציוניסטישען קאלבישן סלאגאן אז די ארעסט איז וועגן כשרן געלט.... מען דארף נישט איינטיילן די פרייע.... געלע לאטעס איז צו משוגע.... וכדומה. מען זינגט דעם זעלבן ניגון ווי די משכילים פון בעלזא ודומיהן וואס שטאפן זיך אן מיט געלט פון די טריפה'נע מדינה. צו דער זעלבער צייט נופש'ט דער שטריק אין פאלם ספרינגס מיט א זעלטענעם רואיגקייט, אזוי וועט ער קענען גיין באזוכען דעם בעלזער מיטן קלויזנבורגער ווען ער וועט פארן שוואוילטאגן שבת שקלים אין ארץ ישראל, על אפם וחמתם פון זיין וויזניצער שוואגער ר' ישראל און חיים הערש מייזליש, און מ'וועט זאגן אז דאס איז דער רבי וואס שטעלט זיך נישט צו צו די קיצונים עפ"ל, און שטיצט נישט די "געלע לאטע" קנאים.

 

‫‫דא שטעלט זיך ארויס צום וויפילטן מאל ווער עס מיינט פראפאגאנדע אין ווער עס מיינט עס אמת'דיג!

 

-------------------------------------------------------3

דאס האט ערשיינט אין איינע פון די שרייב פלעצער אין ארץ ישראל

גרויס נייעס ווערט געמאלדען פון די צוויי חסידישע הויפען – די בעלזע הויף וואס שטייט בנשיאות אדמו"ר מבעלזע שליט"א ירושלים, און פון די סאטמערע הויף פון קרית יואל וואס איז בנשיאות דער אדמו"ר הרב ר' אהרן שליט"א – דער שוואגער פון אדמו"ר מבעלזא:

נאך יאהרען וואס די צוויי חסידות סאטמאר און בעלזא זענען דערווייטערט כרחוק מזרח ממערב, איז דעקומען צו א דורכברויך צו א דערנעטערונג צווישען בעלזא און עכ"פ איין חלק פון סאטמאר די וואס זענען בנשיאות הרב ר' אהרן שליט"א פון קרית יואל, און ווי אלע זעהן פאהר וועלען זיך די צוויי שוואגערס אדמורים בקרוב צוזאם באגעגענען.

שוין א לאנגע צייט וואס די צוויי שוואגערס אדמורים ארבעטען צווישען זיך צו אויסארבעטען א שלום און ערמעגליכען צו א פגישה, וואס וועט דינען וואויל ביידע אינטערעסן. סיי פאר אדמו"ר מבעלזא וואס האט אויפגעשטעלט א הערליכע קעניגלעכע הויף אין ירושלים מיט מוסדות איבעראל און הונדערטער חסידים אין ארץ ישראל און אמעריקע קענעדע אנטווערפען לאנדאן און אויך אויסטראליע, און מיט דעם אלעם טוען די בעלזע ווירבלען נאר צווישען זיך און זיי זענען מער ווייניגער אויסגעשלאסען פון די גאנצע חרידישע חסידישע וועלט. און דאס איז אזוי דעווארען זייט ער האט יארען צוריק געפירט א פארביסענע קאמף אקעגען די עדה החרדית און געהאלטען דרשות אקעגען די פריעדיגע רבנים פון די עדה החרדית, און דער קלימאקס איז געווען א שטייענדיגע דרשה ווי אדמו"ר מבעלזא האט גערעט מיט א חוצפה אקעגען דעם הייליגען סאטמערע רבי זי"ע און אקעגען זיין ספר ויואל משה, בשעתו האבען הונדערטער פריעדיגע רבנים ארויס געגעבן זייער א שארפען בריעוו אקעגען דעם בעלזער רבי ווי זיי שרייבען אויף דעם בעלזער רבי "הרי הוא ככל מהרסי ומחריבי כרם ישראל" און ווי געזאגט איז זייט דעלמאס האט זיך בעלזא געבויט ביי זיך אליין אויסגעשלאסען פון די כלליותדיגע חרדישע וועלט.

אדמור מבעלזא האט שוין מערערע מאהל פרובירט צוריק דרייען און ווערען אנגענומען צוריק ביי דעם חרידשען המון, ער האט אפילו שוין אנגעבאטען פאר די עדה החרדית אז זיי וועלען מער נישט געבען קיין השגחות (וואס איז ממילא נישט צו מצליח) פאר א דערנענטערונג מיט די עדה החרדית, אבער ביז דערווייל האט זיך עס נישט איינגעגעבען.

אצינד אזוי ווי עס בלאזט אנדערע ווינטען אין די חלק סאטמערע הויף וואס ווערט געפירט פון דעם עלטערען זוהן ארמו"ר הרב ר' אהרן שליט"א, ווי ער פרובירט צו דערנענטערען  פארשידענע קרייזען וואס פלעגט זיין דערווייטערט אין סאטמאר, זיי האבען שוין דעם כ"א כסלו וואס איז דער גרעסטער צוזאמקום אין סאטמאר איז זייער גאסט רעדנער געווען איינער פון די אגודה לאגער וואס מוטיגט די בחירות, דאס איז א גרויסער דורכבראך אין סאטמאר. ווי אויך האט זיך שוין ארמו"ר מסאטמאר שליט"א (ר' אהרן) דאס לעצטע מאל ווען ער האט באזוכט אין לאנד, האט ער אפגעשטאט א באזוך ביי אדמו"ר מקלויזענבוירג שליט"א, דאס איז אויך געהייסען א געוואגטע דארכבראך אין סאטמאר, עכ"פ דער סאטמערע רבי שליט"א פון מאנארא פירט זיין פאליטיק נאנט צו ווערען ציט די אלע וואס מען פלעגט אמאל צו דערווייטערען, און שוין א לאנגע צייט וואס ווערט אויסגעארבעט א פלאן ווי מען קען פארווישען די אמאליגע מחלוקה און ארבעטען צוזאמען פאר די טובה פון די צוויי גרויסע הויפען פון די צוויי שוואגערס אדמורים,

פאר א יאהר שוין האט אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געשיקט צום ערשטען מאהל משלוח מנות פאר האדמו"ר מבעלז שליט"א, אזוי ארום רייף צו מאכען דעם סאטמערע באדען צו קענען מקבל זיין אזא דערהער פון שלום מיט די וואס פלעגען ווערען גערעכנט "מהרסים" אין די פארגאנענהייט, אין דער זעלבער צייט האט מען שוין פארהאנדעלט מיט בעלז אז די בעלזע קהלה זאל נוצען די סאטמערע קרית יואל שחיטה מהודרת וואס איז די פראכט און שטאלץ פון אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אצינד אז האבען די צוויי שוואגערס האדמורים שליט"א איינגעזעהן אז די צייט איז שוין רייף פאר דעם לעצטען טריט צו דעם אויסדעארבעטען שלום.

 

א דעלעגאציע וואס איז באשטאנען פון צען בעלזע דיינים און פני פון בעלז צוזאמען מיט דעם גבאי הרה"ח רבי שמעון וולף קליין, שליח פון האדמו"ר מבעלזא שליט"א איז ארויף צום ציון פון דעם סאטמערען רביים דער בעל דברי יואל ז"ל און דער בעל ברך משה ז"ל און געבעטן מחילה בשם האדמו"ר מבעלזא שליט"א ושלום על ישראל

 

בקרוב פארט האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויף ארץ ישראל און וועט באזוכען זיין שוואגער האדמו"ר מבעלז שליט"א




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 19:32 לינק ישיר 

פארוואס זאל ער נישט גיין צום כותל? ער איז דאן א'תלמיד פון רביה"ק בעל 'דברי יואל' זיע"א, עפעס אמאל גלערענט ביי איהם? דער רבי האט דאס מחייב געווען ביי גאנץ כלל ישראל? אויב יא, איז פארוואס הגרי"מ דושינסקי מיט הגרי"י פישר זענען אלע יאהרן געגאנגן צום כותל?

צום בחירות גייט ער נישט!!! אזוי וואו זיין פעטער זצ"ל איז נישט געגאנגען, טראצדעם אז ער האט געחאתמעט אויף דעם "חובקדוש".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 19:36 לינק ישיר 
די רעדע איז בכלל נישט וועגן שלום מאכען מיט בעלזא

אייזיל כתב:
מוראדיג מוראדיג

מעט אור דוחה הרבה מן החושך

אך ווי גוט סאיז אז מען מאכט שלום ביי כלל ישראל

בשעת די סיקריקין אין פאגראמטשיקער אין ארץ ישראל מאכן א חילול ה' מסוף העולם ועד סופו זיצן אידן און פארהאנדלען וויאזוי צו מאכן שלום צווישן אידן

טאטע, קוק זיך צו וואספארא טייער און הייליג פאלק דו פארמאגסט און שיק שוין די גאולה שלימה במהרה!!!


איך ווייס נישט אויב די ביזט א בעלזא'ר אדער סתם א ציוני אדער אויפגעקלערט, קיינער רעדט נישט דא פין קיין שלום מיט בעלזא, זאת התורה לא תהא מוחלפת, די גאנצע רעדע דא איז וויבאלד דער בעלזא'ר האט שוין עטליכע מאל געשיקט שלוחים צו זיין שוואגער סאטמאר רבי'ן די לעצטע פאר יאר אז ער וויל זיך איבערבעטן מיט סאטמאר אין ער וויל זיך מיט אים טרעפן, אין די שטייפע אנטווארט פין סאטמאר רבי'ן איז אלס געווען אפי' ער איז מיין שוואגער קען איך נישט הערן דערפון בעפאר ער איז מפייס דעם פעטער מיטן טאטען ז''ל כדת וכהלכה, אין דאס האט זיך אזוי געשלעפט עטליכע יארען, אינדערצווישן האבען די בעלזא געלייגט גרויס דרוק ווייל עס איז זייער פארשענדליך אז דער בעלזער האט געהאלטן אז עס איז נישט לפי כבודו פאר אזא גרויסע מנהיג צו שיקן א מנין מפייס זיין ברבים (סאטמאר רבי האט כמעט געקענסלט איינס פין זיינע נסיעות קיין א''י די לעצטע יארען  ווען מ'האט אנגעהויבן צו לייגן לחץ וועגן דעם ענין), פאר עטליכע יאר צירוק האט ער געשיקט 2 דיינים צום ציון הק' אבער דער סאטמאר רבי האט עס נישט געוואלט אקצעפטירן וועגן עטליכע סיבות, אין יעצט איז עס ענדליך געשעהן ווען ער האט געשיקט די שענסטע דעלעגאציע פין זיינע מענטשן מיט א בריוו איבערצובעטן בשמו, אין לכבוד דעם וועט זיין שוואגער דער סאטמאר רבי זיך קענען מיט אים טרעפן, פינקט ווי זיין אנדערע שוואגער'ס, אבער בנוגע שלום, אין סאטמאר רעדט דא קיינער נישט פין קיין שלום, יעדער באגריסט טאקע אין סאטמאר די פיוס (פארוואס די זאלונים זענען דערקעגן ווייסט איין באשעפר) אבער יעדער ווייסט אז צו ווערן אנערקענט ביי שלומי אמוני ישראל איז נאך א לאנגע וועג, עס איז צו האפען אז המתחיל אומרים לו גמור אין בעלזא צירוק ווערן בעלזא פינדערהיים אין דאס וועט ברענגן די ריכטיגע שלום

תוקן על ידי ויואמ_אמת ב- 17/01/2012 19:48:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 19:38 לינק ישיר 

איך וויל פארשטיין איין זאך:

נאכדעם וואס דער בעלזער האט מפייס געווען כדת וכדין
וואס איז יעצט דער דיפערענץ צווישן דעם בעלזער רבי'ן און דעם בעלז-מאחנובקער רבי'ן?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 19:48 לינק ישיר 

לאנצוט: לכאורה קיין שום חילוק נישט (אפשר א שטיקל לדברי א' אז דער בעלזער גייט נישט אליין צו די בחירות משא"כ מאחניווקע יא)

איי עמ סמארט, האסט שוין מער ווי איינמאל געוויזן ווי גוט דיין נאמען שטייט דיר בלשון סגי נהור

לאמיר דיר ענטפערן מיט איין ווארט
דער בעלזער מיט זיין דרשה פאר 30 יאר צוריק האט נישט געמאכט אזא חורבן פאר סאטמאר ווי די ליסטע וואס דו רעכנסט דארט אויס
זיי מעגן זיין תלמידים פון סאטמאר, כ'האב פאר דיר נייעס דער בעלזער אליין האט אויך געלערנט אין סאטמאר אין ארץ ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:05 לינק ישיר 

לדעתי:

מיט בעלז וועט זיין גענוי אזא שלום ווי ס'איז דא מיט "בעלז מאכנובקע". אדער אזא שלום ווי ס'איז פאראן צווישן סאטמאר און סלאנים אדער סאטמאר און גור.

איז דען דער ברך משה נישט געגאנגען צו כ"ק אדמו"ר מגור?
איז נישט דער קלויזנבורגער נישט געגאנגען מנחם אבל זיין הרז"ל?

ווער עס האלט אנדערש איז מכובד צו זאגן פארוואס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:10 לינק ישיר 

דייני בעלזא מבקשים מחילה בקברי אדמו"רי בית סאטמר, שלב אחר שלב:


































דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2012 20:13 לינק ישיר 

Belz & Satmar; Peace Gestures

(Tuesday, January 17th, 2012)

After years of distancing from one another there are now signs of a possible peace-making effort between Satmar and Belze, chareidi media in Israel reports Baruch Hashem.

On Monday, 21 Teves 5772, Gabbai R’ Shimon Wolf Klein and ten dayanim from Belz communities worldwide visited the tziyun of the Admor Bal Divrei Yoel ZY”A of Satmar in Kiryas Yoel in Monroe, NY.

The gabbai asked mechila from the tzaddik in the name of the Belzer Rebbe Shlita. “We are the emissaries of Rabbeinu Yissacher Dov Ben Chana, who sent us to ask mechila on that which compromised your kovod”.

The Belze delegation than visit the tziyun of the admor Beirach Moshe of Satmar zt”l and recited the same nusach seeking mechila.

According to Chadrei Chareidim, the dayanim shlita included HaGaon HaRav Tuvia Wettenshtein, HaGaon HaRav Moshe Shimon Binata, Rav Asher Eckstein, Rav Sholom Pesach Langsheim, Rav Wolf Ber Lerner and Rav Mordechai Galitzky.

There is now speculation that when the Satmar Rebbe Shlita visits Eretz Yisrael next month, he and the Belzer Rebbe will meet. They are after all brothers-in-law.

The dispute was the result of a drasha given by the Belzer Rebbe on motzei Simchas Torah in 5740. The Belzer Rebbe has made numerous efforts to make shalom over recent years.

Recently, it was reported that the Satmar Rebbe stated, “When the Rebbe will send a minyan of rabbonim and dayanim to the kever of the Divrei Yoel to ask mechila, the peace process will get underway”.

(YWN – Israel Desk, Jerusalem)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בעלזא רבי שיקט מחילה בעטן פון רביה"ק מסאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.