בית פורומים אידישע געדאנק

ברעיקינג: בעלזא שלוחים דרייען זיך אין קרית יואל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/1/2012 00:43 לינק ישיר 
ברעיקינג: בעלזא שלוחים דרייען זיך אין קרית יואל!

פון קרית יואל קומען באריכטן אז היינט האבן זיך דארט געדרייט אפאר בעלזא פני הקהלה און באזוכט ביי פארשידענע מענטשן וועגן זייער שלום פלאן צווישן ר' אהרן מיט ר' בערל. ווי עס שיינט האט דער בעלזער אנערקענט אז מיט די זאליס זענען זיי פארטיג, ספעציעל נאך די פאריגע וואכעדיגע דרשה פון רבי'ן קעגן דעם בעלזער רעטאריק, הייבן זיי פריש אן פרובירן צו שלום מאכן מיט ר' אהר'לע. ‎​
 
עס איז צום גלייבן אז זיי וועלן זיך נישט אנשטויסן און קיין ספעציעלע שוועריקייטן...



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 00:56 לינק ישיר 

יעצט ביים ציון פון רביה"ק בעטן מחילה אינאיינעם מיט שמעון וואלף קליין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 00:57 לינק ישיר 

דער ארוני ווארטזאגער יואלי לאנדא האט יעצט געשיקט אויף זייער אפיציעלער טוויטער גרופ אז דער בעלזער האט געשיקט צען דיינים מיט זיין גבאי בעטן מחילה פון רבין ז"ל

דער שלום פלאן איז אין פולן קראפט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 00:57 לינק ישיר 

היסטוריה בעולם החסידות: אחרי שנות עויינות, נפרצה הדרך לפיוס בין חסידות בעלזא לחסידות סאטמר ולמפגש פסגה בין שני האדמו"רים.

אחרי שנות עויינות, מנהלים חצרות חסידות בעלזא וסאטמר, מגעים להשכנת שלום בין החסידויות, ולמפגש פסגה בין שני הגיסים האדמו"רים.

האדמו"ר מסאטמר הציב תנאי להשכנת שלום בין החצרות, והוא שעשרה מדייני חסידות בעלזא, יעלו לציון בעל ה'דברי יואל' מסאטמר לבקש ממנו מחילה בשם בעלזא.

היום (ב') הגיע הגבאי הרה"ח רבי שמעון וולף קליין יחד עם 12 דיינים מחסידות בעלזא מרחבי העולם, לקברו של האדמו"ר ובעל הד'ברי יואל' בקרית יואל במונורו והגבאי ביקש סליחה בשם האדמו"ר מהנפטר.

עתה, לאחר הצעד הראשון, ייתכן וכבר בביקורו בחודש הקרוב, של האדמו"ר מסאטמר בארץ ישראל, יתקיים מפגש פסגה בין האדמו"רים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 00:57 לינק ישיר 

שוין יעצט גייט שוין ר' אהרלע טרעפן ר' בערעלע ביי זיין נעקסטע טריפ קיין ארץ ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 01:22 לינק ישיר 

כל הכבוד לחסידי בעלזא, ס'איז זיי זיכער נישט גרינג אנגעקומען.

והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל אמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 01:30 לינק ישיר 

כקען ממש נישט גלייבן וואס איך הער

איז בעלזא טאקע געווען בעטן מחילה?

ממש אומגלויבליך

די הארטנעקיגע בעלזא האבן זיך געבראכן???




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 01:39 לינק ישיר 

 

יום ב' - פ' וארא - כ"א טבת - תשע"ב - מגילה: י"ב ע"א

 

 

 

 

 

 

•·•·•·•·•·•

צו אדווערטייזן מיט ריכטיגע רעזולטאטן פרבינדט אייך מיט'ן מערכת אויף

[email protected]

געדענקט! אונזער אימעיל ווערט געזעהן דורך אונזערע פולע ליינער פון איבער גרעיטער ניו יארק און איבער דער גארער וועלט!

 

 

 

היסטארישע געשעהניש אין קרית יואל

א היסטארישע געשעהעניש אויף וואס מ'ווארט שוין דערויף די לעצטע איבער דרייסיג יאר איז היינט צום ערשטן מאל געשעהן אין קרית יואל ווען עס זענען ערשינען א מנין פון צען דיינים פון קהל מחזיקי הדת בעלזא, פון בארא פארק, מאנסי, מאנטריאל, אין שפיץ פון א שליח מיוחד פון ירושלים עיה"ק ר' שמעון וואלף קליין נ"י, ביים ציון הק' אין קרית יואל  צו א מעמד פיוס ובקשת מחילה.

 

די דיינים שליט"א האבן געצינדן ליכט און געזאגט תהילים, און דער שליח מיוחד האט געזאגט דברי שליחות ובקשת מחילה, קודם ביים ציון הק' פון מרן רבינו בעל דברי יואל זי"ע, און  דערנאך ביים ציון הק' פון מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע. און ער האט איבער געבעטן דעם כבוד פון רבותינו הק' וואס מ'האט בשעתם פוגע געווען.

 

אנשי שלומינו וואס געדענקען יענע שווערע צייטן, און דעם וויי געשריי פון אלע גדולי ישראל וואס האבן זיך געבעטן "שובי אל מקור מחצבתכם" און מ'זאל ווי פריער חוזר זיין פון די נייע וועגן, זענען צופרידן צו הערן אז נאך אזויפיל יארן ווערט אויסגעדרוקט חרטה אויף די מעשים, און מ'בעט מחילה פון רבוה"ק אין וועמען מ'האט פוגע געווען אין יענע צייטן.מיט האפענונג קוקט מען ארויס אזוי ווי מ'הייבט אן צו זעהן א שטראל פון חרטה אויף יענע מעשים, זאלן זיי זיך גענצליך צוריק קערן צו זייערע ארגינעלע מקורות די הייליגע וועגן פון התבדלות מרשעים ווי אזוי די צדיקים וקדושי עליון לבית בעלזא האבן געלערנט דעם כלל ישראל, און זיי וועלן צוריק קומען צו די רייען פון שלומי אמוני ישראל מיט א גענצליכע אפטיילונג פונעם מלכות המינות אין ארה"ק, און מיטן זיך צושטעלן צו די רייען פון די לוחמי מלחמת ה' צבקות גענוי אזוי ווי זייערע זיידעס אינדערהיים זענען געווען די ערשטע סאלדאטן אויף אלע מערכות ישראל.

 

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 01:43 לינק ישיר 

אויך מיר מחילה 
סאטמאר האט שוין קלאר געשטעלט מיט עטליכע יאר צוריק אזוי ווי די דין איז אז דער בעלעזער מוז זיך אויפשטעלן אין ברבים איבערבעטן רביה''ק זי''ע נאכדעם וואס ער האט געלאזט פאלן זיינע דברי דופי ברבים
נארוואס דען דער טעיסטי דזשיגאן פגר'ט שוין לאנג שלום צו מאכן מיטן בעלזער שוואגער טראץ וואס דער בעלזער איז היינט צוטאגס דער ''עקסטרעמעסטער'' ציוני איבערשטייגענדיג די מתנחלים מיט זיינע עקסטרעמע אנשויאינגען
דאס איז א חלק פונעם מה יפית טאנץ וואס גייט שוין א לענגערע צייט 
איך בין נייגעריג וואס דוד שלמה עקשטיין מיט אלתר קויפמאן (וואס איז נישט דזשיגאנס טעיסט...)
מיט טעלער זאגן דערצו




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 01:55 לינק ישיר 

די עדה האט אלע יארן געהאט געשטעלט איין תנאי

"פארמאכן די שחיטה"

און די בעלזע שחיטה לעבט שוין נישט ב"ה......



ביידען די ברך משה האט געשטעלט אזא תנאי וועגן זאגן ברבים?

אדער דער ויואל משה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 02:05 לינק ישיר 

דער שלחן ערוך שטעלט אזא תנאי
אבער דא איז עס אפילו נישט גילטיג 
דער בעלזער בעט נישט איבער
סאיז שוין א לענגערע צייט וואס רא''ט איז אויף א מיסיע צו געפעלן פאר די לינקע אין מיט רעכט ווארום ער איז דאך אן איידעם ביי וויזשניץ אין האט אלס פיינט געהאט סאטמאר ובתוכם זיין עלטער פעטער זי''ע
 אין דאס איז בלויז איין סטעפ פאראויס אינעם פלאן 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 02:10 לינק ישיר 

כבעט אייך

רעדט ווי ערוואקסענע

די גאס דאהי אין אר"י איז קלוגער פון דעם

בכל הכבוד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 02:22 לינק ישיר 

שיטת לאנצוט:
דער הייליגער מחבר פסק'ט אנדערש, ואין לנו אלא דברי מרן רבינו יוסף קארו זי"ע.
דער הייליגער מחבר פסק'ט אז מ'דארף מפייס זיין מיט א מנין אידן. (און אז מ'שיקט א מנין שלוחים כשרים, איז דער פיוס כדת וכהלכה).

בעלזא האט געשיקט א מנין פון דיינים ואנשים חשובים, און האבן מפייס געווען לויט'ן פסק פון שלחן ערוך.
אלעס אויסער'ן שלחן ערוך איז בטל ומבוטל כעפרא דארעא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 02:27 לינק ישיר 

עפעס טוט די זאלי'ס זייער וויי ווייסט איינער וואס

בדרך אגב דער בעלזער רבי איז בכלל נישט קיין רעכטער טאמיר איינער איז רעכט איז עס דער מאכינווקער רבי

זאלי'ס נעמט'ס די פילן ס'וועט זיכער העלפן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 02:33 לינק ישיר 
Kiryas Joel, NY - Chasidic History: Belz Sends Delegation To Graveside Of Satmar Rabbis To Ask Forgiveness





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 02:34 לינק ישיר 

אבראהאם, ביטע רעדט ווי אן ערוואקסענער.
איך גלויב נישט אז ס'איז אידן וועלכע האלטן זיך קלוגער פונעם שלחן ערוך, באין חולק.

כפי השמועה: היה התנאי הזה שעדת בהאדמו"ר מבעלזא צריך לפייס (או לשלוח מנין אנשים  חשובים לפייס), והפיוס צריך להיות מבעוד יום, ולא באישון לילה.

כפי הנראה, האדמו"ר מבעלזא קיום התנאי בכל פרטיה ודקדוקיה. והרוצה להחזיק במחלוקת, מה טוב ומה נעים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעיקינג: בעלזא שלוחים דרייען זיך אין קרית יואל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext