פון קרית יואל קומען באריכטן אז היינט האבן זיך דארט געדרייט אפאר בעלזא פני הקהלה און באזוכט ביי פארשידענע מענטשן וועגן זייער שלום פלאן צווישן ר' אהרן מיט ר' בערל. ווי עס שיינט האט דער בעלזער אנערקענט אז מיט די זאליס זענען זיי פארטיג, ספעציעל נאך די פאריגע וואכעדיגע דרשה פון רבי'ן קעגן דעם בעלזער רעטאריק, הייבן זיי פריש אן פרובירן צו שלום מאכן מיט ר' אהר'לע.
יעצט ביים ציון פון רביה"ק בעטן מחילה אינאיינעם מיט שמעון וואלף קליין
נשלח ב-17/1/2012 00:57
דער ארוני ווארטזאגער יואלי לאנדא האט יעצט געשיקט אויף זייער אפיציעלער טוויטער גרופ אז דער בעלזער האט געשיקט צען דיינים מיט זיין גבאי בעטן מחילה פון רבין ז"ל
דער שלום פלאן איז אין פולן קראפט!
נשלח ב-17/1/2012 00:57
היסטוריה בעולם החסידות: אחרי שנות עויינות, נפרצה הדרך לפיוס בין חסידות בעלזא לחסידות סאטמר ולמפגש פסגה בין שני האדמו"רים.
אחרי שנות עויינות, מנהלים חצרות חסידות בעלזא וסאטמר, מגעים להשכנת שלום בין החסידויות, ולמפגש פסגה בין שני הגיסים האדמו"רים.
האדמו"ר מסאטמר הציב תנאי להשכנת שלום בין החצרות, והוא שעשרה מדייני חסידות בעלזא, יעלו לציון בעל ה'דברי יואל' מסאטמר לבקש ממנו מחילה בשם בעלזא.
היום (ב') הגיע הגבאי הרה"ח רבי שמעון וולף קליין יחד עם 12 דיינים מחסידות בעלזא מרחבי העולם, לקברו של האדמו"ר ובעל הד'ברי יואל' בקרית יואל במונורו והגבאי ביקש סליחה בשם האדמו"ר מהנפטר.
עתה, לאחר הצעד הראשון, ייתכן וכבר בביקורו בחודש הקרוב, של האדמו"ר מסאטמר בארץ ישראל, יתקיים מפגש פסגה בין האדמו"רים.
נשלח ב-17/1/2012 00:57
שוין יעצט גייט שוין ר' אהרלע טרעפן ר' בערעלע ביי זיין נעקסטע טריפ קיין ארץ ישראל
נשלח ב-17/1/2012 01:22
כל הכבוד לחסידי בעלזא, ס'איז זיי זיכער נישט גרינג אנגעקומען.
והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל אמן.
נשלח ב-17/1/2012 01:30
כקען ממש נישט גלייבן וואס איך הער
איז בעלזא טאקע געווען בעטן מחילה?
ממש אומגלויבליך
די הארטנעקיגע בעלזא האבן זיך געבראכן???
נשלח ב-17/1/2012 01:39
יום ב' - פ' וארא - כ"א טבת - תשע"ב - מגילה: י"ב ע"א
•·•·•·•·•·•
צו אדווערטייזן מיט ריכטיגע רעזולטאטן פרבינדט אייך מיט'ן מערכת אויף
געדענקט! אונזער אימעיל ווערט געזעהן דורך אונזערע פולע ליינער פון איבער גרעיטער ניו יארק און איבער דער גארער וועלט!
היסטארישע געשעהניש אין קרית יואל
א היסטארישע געשעהעניש אויף וואס מ'ווארט שוין דערויף די לעצטע איבער דרייסיג יאר איז היינט צום ערשטן מאל געשעהן אין קרית יואל ווען עס זענען ערשינען א מנין פון צען דיינים פון קהל מחזיקי הדת בעלזא, פון בארא פארק, מאנסי, מאנטריאל, אין שפיץ פון א שליח מיוחד פון ירושלים עיה"ק ר' שמעון וואלף קליין נ"י, ביים ציון הק' אין קרית יואל צו א מעמד פיוס ובקשת מחילה.
די דיינים שליט"א האבן געצינדן ליכט און געזאגט תהילים, און דער שליח מיוחד האט געזאגט דברי שליחות ובקשת מחילה, קודם ביים ציון הק' פון מרן רבינו בעל דברי יואל זי"ע, און דערנאך ביים ציון הק' פון מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע. און ער האט איבער געבעטן דעם כבוד פון רבותינו הק' וואס מ'האט בשעתם פוגע געווען.
אנשי שלומינו וואס געדענקען יענע שווערע צייטן, און דעם וויי געשריי פון אלע גדולי ישראל וואס האבן זיך געבעטן "שובי אל מקור מחצבתכם" און מ'זאל ווי פריער חוזר זיין פון די נייע וועגן, זענען צופרידן צו הערן אז נאך אזויפיל יארן ווערט אויסגעדרוקט חרטה אויף די מעשים, און מ'בעט מחילה פון רבוה"ק אין וועמען מ'האט פוגע געווען אין יענע צייטן.מיט האפענונג קוקט מען ארויס אזוי ווי מ'הייבט אן צו זעהן א שטראל פון חרטה אויף יענע מעשים, זאלן זיי זיך גענצליך צוריק קערן צו זייערע ארגינעלע מקורות די הייליגע וועגן פון התבדלות מרשעים ווי אזוי די צדיקים וקדושי עליון לבית בעלזא האבן געלערנט דעם כלל ישראל, און זיי וועלן צוריק קומען צו די רייען פון שלומי אמוני ישראל מיט א גענצליכע אפטיילונג פונעם מלכות המינות אין ארה"ק, און מיטן זיך צושטעלן צו די רייען פון די לוחמי מלחמת ה' צבקות גענוי אזוי ווי זייערע זיידעס אינדערהיים זענען געווען די ערשטע סאלדאטן אויף אלע מערכות ישראל.
•♦•
נשלח ב-17/1/2012 01:43
אויך מיר מחילה סאטמאר האט שוין קלאר געשטעלט מיט עטליכע יאר צוריק אזוי ווי די דין איז אז דער בעלעזער מוז זיך אויפשטעלן אין ברבים איבערבעטן רביה''ק זי''ע נאכדעם וואס ער האט געלאזט פאלן זיינע דברי דופי ברבים נארוואס דען דער טעיסטי דזשיגאן פגר'ט שוין לאנג שלום צו מאכן מיטן בעלזער שוואגער טראץ וואס דער בעלזער איז היינט צוטאגס דער ''עקסטרעמעסטער'' ציוני איבערשטייגענדיג די מתנחלים מיט זיינע עקסטרעמע אנשויאינגען דאס איז א חלק פונעם מה יפית טאנץ וואס גייט שוין א לענגערע צייט איך בין נייגעריג וואס דוד שלמה עקשטיין מיט אלתר קויפמאן (וואס איז נישט דזשיגאנס טעיסט...) מיט טעלער זאגן דערצו
נשלח ב-17/1/2012 01:55
די עדה האט אלע יארן געהאט געשטעלט איין תנאי
"פארמאכן די שחיטה"
און די בעלזע שחיטה לעבט שוין נישט ב"ה......
ביידען די ברך משה האט געשטעלט אזא תנאי וועגן זאגן ברבים?
אדער דער ויואל משה?
נשלח ב-17/1/2012 02:05
דער שלחן ערוך שטעלט אזא תנאי אבער דא איז עס אפילו נישט גילטיג דער בעלזער בעט נישט איבער סאיז שוין א לענגערע צייט וואס רא''ט איז אויף א מיסיע צו געפעלן פאר די לינקע אין מיט רעכט ווארום ער איז דאך אן איידעם ביי וויזשניץ אין האט אלס פיינט געהאט סאטמאר ובתוכם זיין עלטער פעטער זי''ע אין דאס איז בלויז איין סטעפ פאראויס אינעם פלאן
נשלח ב-17/1/2012 02:10
כבעט אייך
רעדט ווי ערוואקסענע
די גאס דאהי אין אר"י איז קלוגער פון דעם
בכל הכבוד
נשלח ב-17/1/2012 02:22
שיטת לאנצוט: דער הייליגער מחבר פסק'ט אנדערש, ואין לנו אלא דברי מרן רבינו יוסף קארו זי"ע. דער הייליגער מחבר פסק'ט אז מ'דארף מפייס זיין מיט א מנין אידן. (און אז מ'שיקט א מנין שלוחים כשרים, איז דער פיוס כדת וכהלכה).
בעלזא האט געשיקט א מנין פון דיינים ואנשים חשובים, און האבן מפייס געווען לויט'ן פסק פון שלחן ערוך. אלעס אויסער'ן שלחן ערוך איז בטל ומבוטל כעפרא דארעא.
נשלח ב-17/1/2012 02:27
עפעס טוט די זאלי'ס זייער וויי ווייסט איינער וואס
בדרך אגב דער בעלזער רבי איז בכלל נישט קיין רעכטער טאמיר איינער איז רעכט איז עס דער מאכינווקער רבי
זאלי'ס נעמט'ס די פילן ס'וועט זיכער העלפן
נשלח ב-17/1/2012 02:33
Kiryas Joel, NY - Chasidic History: Belz Sends Delegation To Graveside Of Satmar Rabbis To Ask Forgiveness