בית פורומים אידישע געדאנק

ברעיקינג: בעלזא שלוחים דרייען זיך אין קרית יואל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/1/2012 02:50 לינק ישיר 

אלץ נאר אז עס זאל זיין שלום ביי כלל ישראל - אן קיין שום אייגענער אינטערעסע

כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א, טיט נישט היינט פאר דו בעלזער מוסדות א צענטעל פון וואס ער טיט פאר כלל ישראל מוסדות, ווי לדוגמה ישיבה און מוסדות לבעלי תשובה, קירוב רחוקים וקירוב קרובים, דו טאטע פון דו יתומים און א"י און נאך, דו בעלזע בעלי תשובה מוסדות האבען היינט א באדזשעט וואס איז כמעט גלייך אויף גלייך פון דו באדזשעט פון דו בעלזע מוסדות, ווען און דו זעלבע צייט מיטשעט זיך דו בעלזער מוסדות איז כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא פארנימען מיט שאפען געלט פאר דו מוסדות התשובה אנשטאט שאפען געלט פאר זיינע אייגענע מוסדות.

און דאס איז אלץ ווייל כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א דאגה'ט פאר כלל ישראל און נישט פאר זיך. איינער פון זיין עיקר דאגות איז אז עס זאל זיין שלום ביי כלל ישראל.

·         אזוי האט ער געטיען מיט דו אגודה איינס פאר דו לעצטע בחירות, ווען דו אלע אגודה פארטייען האבן זיך נישט געקענט פארגלייכן האט בעלזא מוותר געווען אויף א נציג און כנסת.

·         אזוי האט ער געטיען ביי דו לעצטע בחירות, ווען בעלזא האט מוותר געווען און אוועק געגעבן זכות קדימה פאר וויזניץ (אפי זיי זענען קלענער ווי בעלזא).

·         אזוי האט ער געטיען מיט גור און חיפה ווען גור האט זיך פראבירט צו קריגען מיט בעלזא אופן בעלות פונעם שטאטישע שול, וואס בעלזא האט דאס 100% לעגאל באקימען און בעלזא האט געהאט אלא לעגאלע רעכטן זיך צו שלאגען פאר דעם, און מיט דעם אלעם האט בעלזא מוותר געווען און אוועק געגעבן פאר גור א חלק.

·         אזוי מיט מחנובקא, ווי כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א א מנהיג פון א קהילה פון אריבער 8,000 משפחות, לויפט נאך זיין שוועסטער קינד וואס האט זיך דערמאנט בערך 35 יאהר נאך וואס בעלזא האט באקרוינט א נייעם רבי און בערך 45 יאהר נאך דו בעלזער ירושה (נאכן פטירה פון כ"ק רשכבה"ג מרן מהר"א מבעלזא זצ"ל) איז ציטיילט געווארן (ווען דער מחנובקרס טאטע וואס איז דאן נישט געווען קיין פרימער איד און האט נישט מחשיב געווען דו רעביסטיווע [בבחינת "ויבז עשיו את הבכורה"] האט געבעטן און אנגענימן געלט פאר זיין חלק הירושה) אז ער וויל אויך זיין א בעלזער רבי, און כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א פראבירט אלעס אויף דער וועלט זיך אויס צו גלייכן מיט אום.

·         און אסאך נאך.

 

און אז כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט געזעין אז למען השלום, פעלט זיך אויס אז ער זאל שיקן א מנין אידען האט ער געמאכט א פשוטער חשבון,

1)      איך שיק מיינע אינגעלייט און כנסת המינים = אויף צו טיען פאר כלל ישראל.

2)      איך שיק מיינע איגעלייט האנדלען מיט דו ערגסטע עלעמענטן פון כלל ישראל כדי זיי מחזיר בתשובה זיין = אויף צו טיען פאר כלל ישראל.

נא, אז איך קען טיען דו אלע זאכן אלטס נאר למען כלל ישראל – קען איך אויך שיקען א מנין אידען צום ציון פון דו סאטמערע רבי'ס אויב מען האלט אז למען שלום ציווישען כלל ישראל פעלט זיך עס אויס.

לסיכום: בעלזא דארף נישט סאטמאר. בעלזער האט אלע יאהרן געבליעט אן סאטמאר. בעלזער רב האט זיך קיינמאהל נישט געקריקט מיט סאטמאר אויף א פרזענליכן אויפן, און דו מחלוקה איז נאר געווען אויף די דרך און אויף די שיטה (ניין בעלזא האט קיינמאהל נישט געווארפען קיין מיסע פאשקעווילען אויף סאטמאר, בעל דברי יואל, ברך משה). אבער כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א בגודל מעלתו האט געזעין אז פאר דו טובה פון כלל ישראל (נישט דו טובה פון בעלזא) פעלט זיך אויס צו מאכן א טריט האט ער דאס געטיען.

איך ווייס נישט אויב בדורנו איז דא נאך איינער וואס קען אזאנס טיען."אשרנו מה טוב חלקנו" חסידי וידידי בעלזא. 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 03:01 לינק ישיר 

ווען רא"ט וועט מאכט שלום מיט די בני יואל און ר בערל וועט מאכן שלום מיט מחניבקא, דאן וועלן זיי אפשר קענען אנגערופן ווערן אוהבי שלום, סאיז א קנאפע קונץ צו מאכן שלום  צוישן א גאנצע ציוני מיט א האלבע ציוני, א גאנצע טעראריסט מיט א האלבע טעראריסט.
רא"ט גייט גאנץ ווייניג אן די דברי בלע פונעם אויף רביה"ק, און פארן ר' בערל שטערט פארשטייט זיך נישט ר' אהרנס גרויסע קנאות.. צוויי שוואגערלעך מיט גרויסע מיילער, איינער האט זיך מיט געוואלד ארויפגעזעצט אויף א שטאט און דער צווייטער אויף א קהלה, זאלן זיי קוועטשען די הענט, פיין און וואויל,
א חרם פון גדולי ישראל ווערט נישט בטל ווייל רא"ט האט באשלאסן יעצט צו ציען העדליינס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 03:01 לינק ישיר 

ס'געפעלט מיר ווי די זאליס קענען נישט פארדייען דעם פיוס, און שטעלן גאר תנאים
זאגסט נאר, ווען רז"ל האט זיך מתחבר געווען מיט ר"א לייטנער ושאר שונאי אביו האט ער אויך געשטעלט א תנאי אז זיי מוזן איבערבעטן זיין טאטן ברוב עם כדרך שביזו אותו?
האבן זיי אים בכלל איבערגעבעטן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 03:09 לינק ישיר 

ביידען כתב:
אויך מיר מחילה 
סאטמאר האט שוין קלאר געשטעלט מיט עטליכע יאר צוריק אזוי ווי די דין איז אז דער בעלעזער מוז זיך אויפשטעלן אין ברבים איבערבעטן רביה''ק זי''ע נאכדעם וואס ער האט געלאזט פאלן זיינע דברי דופי ברבים

 וואס קען זיין מער ברבים ווי דאס אז די בקשת מחילה איז אויסגעשפרייט אין אלע יודישע וועבזייטלעך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 03:12 לינק ישיר 

וואלן'ל, איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט, אבער פרעג דיין טאטע און דיין שווער צי זיי זענען צופרידן מיט דעם פיוס.

די זאלי'ס, אגב, זענען ווי דו זעסט זייער צופרידן...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 03:13 לינק ישיר 

וואלן, וואו זעסטו אז די זאליס פארדייען דאס נישט? איך האלט גראדע אז ס'קומט קרעדיט פארן בעלזער אז ער האט זיך געבראכן און האט געשיקט שלוחים מפייס צו זיין דעם רבין זי"ע. די שאלה איז נאר וואס ר' אהרן זוכט אזוי שטארק נאכצולויפן די בעלזער, און אריינגערוקט אלס א חלק פון דעם נייעס פונעם פיוס אז ער גייט אים שוין באזוכן אין די קומענדיגע וואכן?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 03:18 לינק ישיר 

עס איז ווערד צו באגריסט ווערן דעם אקט פונעם בעלזער רב פארן שיקן שלוחים כמבואר בשולחן ערוך צו איבערבעטן רביה"ק זי"ע. אבער אהרן ר' טייטלבויםס זיך גלייך ארויפכאפן אויף דעם וואגן שמעקט נישט פאר די בעלזער בכלל, זיי ווייסן זייער גוט אז פאר א גוט בילד וואלט ר' אהרן געקומען קיין בעלזא אן קיין שום פיוס. זיי האלטן אז זייער רב האט דאס באמת געטון ווייל ער וויל ווייזן פאר די סאטמארער אז ער האט חרטה אויף זיינע מעשים, און נישט אז ר' אהרן טייטלבוים זאל אים קומען באזוכן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 03:19 לינק ישיר 

אפשר יעצט וועלן אפגעהאלטן ווערן פאראיינוגטע איבונגען צווישן רא"ט'ס פאבליק סעיפטי און די בעלזא משטרה 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 03:21 לינק ישיר 

לגופו של ענין, וואס טוט זיך מיט בעלז'ס אנגריף אויף די עדה? האבן  זיי צוריק געשטעלט דעם מצב צו וויאזוי עס איז געווען בעפאר תשמ"א?

און וואס טוט זיך מיטן חתם סופר? ער האט אים שוין אויך איבערגעבעטן?

----

ביידעוועי, דער בעלזער האט שוין באוויזן אינצווישן אסאך אנדערע פירצות דורך צו ברעכן, קען זיין אז יעדע איינע איז נישט כדאי לעצמו צו ארויס גיין אין א מלחמת חורמה, אבער בעפאר מען טוט א מעשה להיפך, זענען די זאכן אויך ראוי צו אדרעסירט ווערן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 04:36 לינק ישיר 

אומזיסט
מיין טאטע און שווער זענען זייער באקוועם דערמיט
איך לייקן נישט, ס'איז דא אסאך וואס זענען נישט באקוועם, פשוט ווייל מען קען נישט פארדייען דעם פאקט, דא האב איך לוחם געווען קעגן אים און זיך צוקריגט מיט מיינע קרובים (ווער ס'האט דארט) און דא מאכט מען שלום, אבער למעשה אויב האט ער זיך געבראכן דערמיט איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס מען דארף זיי באהאנדלען ערגער ווי די אנדערע אגודיסטישע קרייזן
און בנוגע דעם באזוך פון מהר"א, איך ווייס נאך נישט ווי דו קאנפירמסט עס אזוי, סך הכל שטייט עס אין בחדרי חרדים וואס ווערט רויט ווען זיי זאגן אמת, אבער אפילו אויב גייט עס יא פאסירן איז עס נישט מער ווי א ביקור נימוסין צו א שוואגער פונקט ווי ער גייט צו זיינע אנדערע שוואגערס, און יעצט איז ער גארנישט ערגער ווי ר' ישראל האגער
וואס מיינט מען מאכט שלום? מען גייט זינגען ריגעלע ריגעלע רויגעז? סך הכל וועט מען אים גיין באזוכן פונקט ווי א אנדערע שוואגער, און איך גלייב ער וועט מן הסתם אויך קומען צו די חתונה ווי ער איז א פעטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 04:42 לינק ישיר 

למעשה וואס גייט יעצט זיין אנדערש חוץ אז ר' אהרן וועט שוין האבן נאך איינעם מיט וועם זיך צי פיקטשערן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 04:52 לינק ישיר 

לאמיר ציטיילען די זאך אויף צוויי,  1
 בעלזא איז געווארן לינקס שבלינקס, 2
 בעלזע אלטע חסידים וואס האבן געווארפן די מאוס'טע פאשקעווילען אויף רביה''ק אין תשט''ו האבען זיך אין תש''מ געזען אז רביה''ק איז אוועק אלץ די גרויסע גאון און קדוש, און די אידישע וועלט האט איינגעזען (למחצה שליש ולרבעי) אז זיין שיטה (וואס אלע פריע'דיגע גדולים  האבן געהאלט) איז גערעכט, האבן זיי גענומען א 30 יעריגע זאל זיך אויפשטעלן און חוזק מאכען פונם שיטה און פון די טיילונג אין אונגארען,

איצט אז ער זעט זיך אז ער דארף איבערגעבען די רבי'סטעווע פאר זיין זין וואס איז זייער א ווייטע בר הכי וד''ל  לויפט ער ארום זיך אבערבעטען מיט יעדן רבי...

יא , ווען מיר וועלן זיין איינס מיט די מזרחי, וועלן מיר זיין איינס מיט בעלזא...
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 05:06 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 05:13 לינק ישיר 

רבותי  wishfull thinking  "התבדלות מרשעים" חרטה און די אלע שטותים, ער האט געשיקט די דיינים פאר די זעלבע סיבה פארוואס ער האט געשיקט זיין זין צום מחנובקה, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 05:33 לינק ישיר 

מ'רעדט נישט פון חרטה, ער האט זיך אבער געבראכן פון זיין פארשטינקענע גאווה און געשיקט איבערבעטן, דאס איז א גרעסערע סטעפ ווי שיקן זיין זון צום מאכנובקער



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעיקינג: בעלזא שלוחים דרייען זיך אין קרית יואל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.