בית פורומים אידישע געדאנק

ברעיקינג: בעלזא שלוחים דרייען זיך אין קרית יואל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/1/2012 05:38 לינק ישיר 

דיפרעשען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 05:51 לינק ישיר 

לויט געוויסע מקורות איז דער מושלחת פון בעלזא דיינים געקומען קיין קרית יואל צו ארויסגעבן א איסור חמור אויף סידור קידושין דארט ווי עס איז דא א מרא דאתרא,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 06:06 לינק ישיר 

אזא צייט זאגט מען: What's your problem? וואס גייט אייך אן אז בעלז מאכט שלום מיט סאטמאר? און לאמיר זאגן אז מהר"א איז געווען אינוואלווד דערין. וואס איז דער פראבלעם? אימעדזשין אז דו קענסט נישט רעדן צו דיין שוואגער און/אדער גיין צו זיינע שמחות פאר 30 יאר. און פלוצלינג הערסטו אז ער האלט אינמיטן טוהן עפעס וואס מאכט אז דו זאלסט קענען רעדן צו אים. וואלטסטו נישט געטוהן אלעס אויף דער וועלט אז דאס זאל צושטאנד קומען? נעמטס ענק ארויס די קאפ פון זאמד און ניצט דעם טעפל וואס איז באהאפטן צו אייערע אקסלען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2012 06:07 לינק ישיר 

שיטת לאנצוט:

איך בין נישט קיין חסיד פונעם בעלזער רבי'ן. אבער ווער עס קען א טראפ לערנען, ווייסט אז דער בעלזער האט געטאן לפנים משורת הדין. (אביסל זיכער).

מיר האבן א שלחן ערוך און דאס איז וויאזוי מיר זענען זיך מחויב צו פירן.

אין שו"ע סי' תר"ו ס"ה שרייבט דער תניא קלאר און דייטליך:

ואם מת מי שפשע כנגדו מביא עשרה בני אדם ומעמידם על קברו ואומר בפניהם, חטאתי לאלקי ישראל ולפלוני זה שפשעתי כנגדו, וצריך שילך לשם יחף.
ואם הוא חוץ לשלש פרסאות מן קברו אינו צריך לילך בעצמו לשם אלא ישלח שלוחו שיבקש ממנו מחילה בעבור השולחו בפני עשרה בפני אדם. 

 אין ס"ו שרייבט דער תניא בזה הלשון:
ואם חרפו לאחר מיתה אינו צריך לילך על דברו אלא מבקש ממנו מחילה במקום שביישו.

למעשה דאס שיקן א מנין דיינים ואנשים חשובים אויפן קבר איז עטוואס לפנים משורת הדין, לפי דברי השו"ע.

איך וועל אבער נישט זיין שאקירט אז מאנכע דא, וועלן דאס אראפרייסן, ווייל ליידער איז דער שלחן ערוך קובע, נאר פאליטיק.

ודי בזה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 06:09 לינק ישיר 

למעשה זע איך נישט אז קיין איין זאלי זאל זיין צעטראגן פון דעם אז ר' אהרן גייט גיין צום בעלזער, ער האט שוין געטאן סאך ערגערס. לעומת זה באגריסן זיי דעם אקט פונעם בעלזער וואס האט נאך צוואנציג יאר זיך געבראכן און איינגעזען אז רבינו משה אמת ותורתו אמת, דער ברך משה איז גערעכט געווען און ער האט טאקע פוער פיו געווען קעגן רבין זי"ע און דערפאר דארף ער איבערבעטן דעם רבין. ווידעראמאל צו זאגן אז יעצט איז שוין דער בעלזער רב כשר לשיטת סאטמאר איז היפאקראטיע ווייל ער האט נאכנישט פארמאכט זיין הכשר, בי"ד און המחנה החרדי, אויף וועלכע רבינו בעל ברך משה זי"ע און נאך רבנים זענען שארף ארויסגעקומען דערקעגן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 06:10 לינק ישיר 

מיט זיין שוואגער גליסט זיך אים מער שלום ווי מיט זיין אייגן ברידער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 06:14 לינק ישיר 

קעציל כתב:
מיט זיין שוואגער גליסט זיך אים מער שלום ווי מיט זיין אייגן ברידער.
‎​
 
אים גליסט אפשר, די פראגע איז נאר צי פארן שוואגער גליסט דאס זעלבע.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 06:37 לינק ישיר 

קןקו אויס ווי דער בעלזער רבי שרעקט זיך נישט פין עדה החרדית אזוי ווי די בני יואל האט זיך אויך נישט דערשראקן פין די עדה החרדית ווען די עדה האט ארויס געגעבן א שארפן מכתב קעגן בני יואל

דער בעלזער רבי מיט די בני יואל זענען איינס אין חוצפה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 07:08 לינק ישיר 

די נ"מ איז אז צו בני יואל גייט די גאב"ד יא, און צום בעלזער נישט. אמת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 07:11 לינק ישיר 

כמדומה לי אז די בעלזער שחיטה איז שוין נישט לאנג פונקציאנעל. עס איז שוין לאנג אפגעשפארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 07:51 לינק ישיר 

א גוט מארגן חברים

איך זאג אייך דער עולם דאהי איז אין שאק

קיינער גלייבט נישט

אבער מען זעהט די בילדער

דער בעלזער בעהט איבער??? אומגלויבליך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 07:59 לינק ישיר 

גערעכט, און עס ראוי לברכה זיין שריט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 17:08 לינק ישיר 

איך בין באמת נתפעל פון די שריט פון דעם בעלזער רב צו טון וואס שטייט אין הייליגן שו"ע און מפייס געווען כדת וכהלכה, דער שריט דארף באגריסט ווערן, ס'איז זיכער נישט לייכט אנגעקומען, און ער האט עס געטון, ס'קומט אים די פולע קרעדיט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 18:44 לינק ישיר 

שמעתי מאנשים נאמנים, אז דער בעלזער האט אלעס געטאן אין דער וועלט אז ער זאל "נישט" דארפן גיין מיט א מנין צום ציון הק', ווייל דער בזיון איז מעל השמים.

דער מציאות אז ער האט זיך געמוזט ברעכן (דא רעדן מען פון א מנהיג העדה פון רבבות אידן), צייגט אז די תנאים זענען געווען זייער זייער פעסט, און אומברירבאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:17 לינק ישיר 

תנאים פון וועם? איך הער נאכנישט קיין שום אפיציעלע ווערסיע אז דעם בעלזערס עלי' לציון איז געווען צופרידענצושטעלן איינעמס תנאים, נאר ער האט בלויז געוואלט תשובה טאן אויף זיינע מעשים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעיקינג: בעלזא שלוחים דרייען זיך אין קרית יואל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.