בית פורומים אידישע געדאנק

ברעיקינג: בעלזא שלוחים דרייען זיך אין קרית יואל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/1/2012 20:20 לינק ישיר 

פריש. ביסט גערעכט, איך ווייס אויך נישט ווער עס האט געשטעלט די תנאים.
אבער דאס ווייסס מען אז מ'האט אים געשטעלט תנאים, און ער האט נישט קיין אנדערע ברירה נאר אויספאלגן ווי א טאטעלע.

און עס קומט אים קרעדיט.

לדעתי: ווער עס האט געשטעלט די תנאים איז מינדערוויכטיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:34 לינק ישיר 

לאמיך אביסל מער צושפרייטן פריש'ס דיבורים. די אהרונים זענען ארויסגעקומען מיט איין שמחה נעמען קרעדיט אויף דעם עלי' לציון וואס די בעלזא שלוחים האבן געמאכט. יעצט שטעלט זיך די פראגע צי האבן דאס די שלוחים טאקע געטון צופרידענצושטעלן ר' אהרן טייטלבוים, אדער אפשר האבן זיי דאס גאר געטון אלס פתח צו פרובירן אנהייבן פארהאנדלן מיט די זאליס, וועלכע זענען די עקסטרעמע סאטמאר?
 
איז צו זאגן אז דער בעלזער האט געשיקט די שלוחים קיין קרית יואל בלויז ווייל ער וויל נאכקומען די תנאים פון זיין שוואגער, איז נעריש גערעדט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:38 לינק ישיר 

טאטעלע.

איך בין מסכים מיט דיר 100%.
עס איז קיין שום באווייזן פאראן אז מ'רעדט פון צד מהר"א, און לכאורה איז עס לעכערליך אויך.

אויב אן ארוני איז ארויסגעקומען מיט א שמחה איז עס לכאורה נאר ווייל ער שפירט א שמחה אז דער בעלזער רבי האט זיך געבראכן נאך 30 יאר, און געגאנגען מפייס זיין על אפו ועל חמתו.

דאס הייסט א שטיקל נצחון, און קען פארשטיין אן ארוני וואס פרייט זיך פאר א נצחון קעגן בעלזער רבי'ן.

דו פארשטייסט דאס נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:45 לינק ישיר 

אויף דעם איז דער זאלי פונקט אזוי העפי אז דער בעלזער האט זיך געבראכן, דאך זאגן די אהרונים אז ר' אהרן גייט באזוכן דעם בעלזער און די זאליס רעאגירן גארנישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:55 לינק ישיר 

טאטעלע,

איך רעד פון די נאטירליכע שמחה וואס יעדער נארמאלער סאטמארער איד האט. און דאס וואס איך זעה.

דאס אז ר' אהרן גייט באזוכן און אויף זיך פרייען, פאסט פאר כיתה ב'. און איך האב עס דערווייל נישט באמערקט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:58 לינק ישיר 

לאמיר עס מאכן קלאר...
עס הערשט א גרויס צומישעניש ביי אלע איבער וואס דא איז באמת פארגעגאנגען
לאמיר גיין צושטייטליך דער בעלזער האט געשיקט א מנין איבערבעטן ביים ציון . אפיציעל איז דאס א אייגענע באשלוס עס האט גארנישט מיט קיין תנאים אהער אדער אהין 
דאס איז אפילו לויט די ''אפיציעלע'' קול סאטמאר האטליין וועלעכע האט געטוישט זיין מעלדונג בנוגע דעם ענין
אז עס א פאזיטיווער אנטוויקלונג וואס איז ווערט צו ווערן באגריסט
די אפיציעלע אנטווארט פון ''אלע'' פארטייען רעדט מען בכלל נישט פון קיין שלום
נארוואס דען די וועג ווי אזוי די דעקעלעך אין די חרדישע ציוניסטישע פרעסע מעלדן דאס מאכן זיי א גרויסן טשאלענט אז מען וויל שלום מאכן ממילא האט ער געשיקט א מינין צום ציון הק' כדי נאכצוקומען איינעמ'ס תנאים דעס זענען שפעקולאציעס

אויב שטעלט זיך ארויס ווען דער דזשיגאן פארט אז דאס איז טאקע געווען דער חשבון אז ער זאל זיך קענען טרעפן מיט זיין שוואגער דעמאלט איז דאס קיין מחילה נאר א שפיל
ימים ידברו




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 21:03 לינק ישיר 

ביידען טייערער:

בעטן מחילה און מפייס זיין הייסט ווען מ'איז מקיים דעם פסק הלכה אין שלחן ערוך סי' תר"ו.

ווען היידפארק שרייבער זענען מחולק מיט אפענעם פסק הלכה, זענען זייערע ווערטער בטלים ומבוטלים.

האלסט אנדערש, ביטע קלער אויף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 21:38 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
טאטעלע,

איך רעד פון די נאטירליכע שמחה וואס יעדער נארמאלער סאטמארער איד האט. און דאס וואס איך זעה.

דאס אז ר' אהרן גייט באזוכן און אויף זיך פרייען, פאסט פאר כיתה ב'. און איך האב עס דערווייל נישט באמערקט.

 
ליין דעם הויפט באריכט אויף בחדרי, און די צווייטע אדער דריטע תגובה אין דעם אהרוני פארום וועגן די בקשת מחילה, איז די ערשטע זאך אויפן צונג אז ר' אהרן גייט זיך טרעפן מיטן בעלזער אין געציילטע וואכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 21:42 לינק ישיר 

טאטעלע איך האב געמיינט אז דו האסט עפעס טאפעדיקס. איך רעד פון די שמחה פון סאטמארע אידן, ברענגסטו מיר א איזראלי אנאלעסיס, און רופסט עס אן ארונישע שמחה.

לדעתי איז די שמחה אז דער בעלזער האט מפייס געווען דעם רבי'ן נאך 30 יאר, און אז ער אנערקענט זיין שולד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 21:43 לינק ישיר 

אוודאי איז דאס די שמחה, אבער אין פאקט פירן עס די אהרונים צו א מסקנא אז לכבוד דעם גייט ר' אהרן באזוכן דעם בעלזער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 21:46 לינק ישיר 

איך לייקן קאטעגאריש אפ.

די שמחה איז צוליב עפעס אנדערש. עס איז מעגליך אז דאס איז דיין ווייטאג, אבער אויף דיין ווייטאג ביזטו דער איינציגסטער וואס איז אויטאריזירט צו רעדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 22:12 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
ביידען טייערער:

בעטן מחילה און מפייס זיין הייסט ווען מ'איז מקיים דעם פסק הלכה אין שלחן ערוך סי' תר"ו.

ווען היידפארק שרייבער זענען מחולק מיט אפענעם פסק הלכה, זענען זייערע ווערטער בטלים ומבוטלים.

האלסט אנדערש, ביטע קלער אויף.

לאנצעטער, לאמעך דיך טאקע פרעגן באותו ענין,
ביסטו מודה אז רבי ר' אהרן איז מחויב ע"פ הלכה (אין שלחן ערוך סי' תר"ו) אראפצוגיין מיט א מנין מפייס זיין דעם קאשויער רב ז"ל.

ולעניננו, לויט ווי בחדרי פארציילט אז: 
שני אנשי חברא קדישא ענו: "מחול לך - מחול לך" בקול.
לויטן שלחן ערוך (סי' תרו) דארפן אלע צען מענטשן ענטפערן מחול לך??


תוקן על ידי חמץ_גמור ב- 17/01/2012 22:20:19




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2012 22:19 לינק ישיר 

חמץ,

לאמעך פראבירן דיר צו ענטפערן, כאטש עס באלאנגט נישט דא.

דער ר' אהרן האט מפרסם געווען א בריוו בשעתו ווי ער איז מפייס קאשויער רב בחיים חיותו.
ער האט דעם בריוו געוואלט אריינלייגן אין דער איד, אבער אביו בעל ברך משה זי"ע האט געזאגט פאר אהרן פריעדמאן דער רעדאקטאר פון דער איד אז ער לאזט עס נישט אריינלייגן.

דאס איז איינס.

צווייטנס:
דער ר' אהרן האט געשיקט 3 אנשים חשובים צום קאשויער רב פערזענליך, איינער הייסט א. ווייס און דער אנדערע א. הורוויץ און נאך א דריטן וועמען איך דערמאן זיך נישט אצינד, און זיי זאלן פערזענליך מפייס זיין קאשויער רב, אויף וואס ער האט אים מיאוס מבזה געווען.

די קינדער/משמשים האבן זיי נישט אריינגעלאזט צו קאשויער רב.

עס איז קלאר אז מ'קען די צוויי נישט צונויפשטעלן.
רביה"ק בעל דברי יואל האט קיינמאל נישט געטשעפט דעם בעלזער אז ער זאל אים מבזה זיין.
אבער קאשויער רב זי"ע ובניו  האבן יא געטשעפט ר' אהרן ואביו הק' בעל ברך משה.

אלזא, קאשוי מיט בעלזא, איז הימל און ערד.

און דאך האט ר' אהרן געטאן 2 גרויסע זאכן מפייס צו זיין קאשויער רב.

לדעתי, איז עס אויך צום קרעדיט פון דעם ר' אהרן זיך משפיל צו זיין און מאכן א בריוו, און נאך עס הייסן מפרסם זיין אין דער איד אין וועלכן ער איז מפייס קאשויער רב.

ודי בזה.


תוקן על ידי לאנצוט ב- 17/01/2012 22:20:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 22:27 לינק ישיר 

קען זיין, אבער כאף אז דו פארשטייסט אז קיינער גייט נישט ווערן עקסייטעד פון א שלום צווישן סאטמאר און ר' אליעזר חיים בלום, די וועלט גייט זיך נישט ציקראצן פון אזא שלום

ועוד זאת, ר' אהרן האט איהם שוין מפייס געווען בחייו, ס'באקאנט דער בריוו פון קאשויער רב צו ר' אהרן ווי ער ערווענט דער פיוס און ער זאגט בענוותניתו אז ער ברויך נישט קיין פיוס,

וליתר שאת האט ער איהם מפייס געווען ברבים ביי די שבעה, אזא זאך האט דער ר"ר בער אויך נישט געטאן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 22:37 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
חמץ,

לאמעך פראבירן דיר צו ענטפערן, כאטש עס באלאנגט נישט דא. (וואו באלאנגט עס?)

דער ר' אהרן האט מפרסם געווען א בריוו בשעתו ווי ער איז מפייס קאשויער רב בחיים חיותו.
ער האט דעם בריוו געוואלט אריינלייגן אין דער איד, אבער אביו בעל ברך משה זי"ע האט געזאגט פאר אהרן פריעדמאן דער רעדאקטאר פון דער איד אז ער לאזט עס נישט אריינלייגן. (און אז מען לאז איהם נישט איז ער פטור?)

דאס איז איינס.

צווייטנס:
דער ר' אהרן האט געשיקט 3 אנשים חשובים צום קאשויער רב פערזענליך, איינער הייסט א. ווייס און דער אנדערע א. הורוויץ און נאך א דריטן וועמען איך דערמאן זיך נישט אצינד (איך מיין ש"ז סאנדער?), און זיי זאלן פערזענליך מפייס זיין קאשויער רב, אויף וואס ער האט אים מיאוס מבזה געווען.

די קינדער/משמשים האבן זיי נישט אריינגעלאזט צו קאשויער רב. (אנגעבליך ווייל ער האט קיינמאל נישט געוואוסט דערפון, פעלט נישט אויס איהם מודיע צו זיין)

עס איז קלאר אז מ'קען די צוויי נישט צונויפשטעלן.
רביה"ק בעל דברי יואל האט קיינמאל נישט געטשעפט דעם בעלזער אז ער זאל אים מבזה זיין.
אבער קאשויער רב זי"ע ובניו  האבן יא געטשעפט ר' אהרן ואביו הק' בעל ברך משה. (למעשה נישט קיין נפקא מינה צו יענער האט אנגעהויבן)

אלזא, קאשוי מיט בעלזא, איז הימל און ערד. (ע"פ הלכה איז למעשה נישט קיין חילוק צווישן די צוויי, אין די ענדע האבן ביידע מסזה געווען א יוד ברבים און דערצו א מבזה תלמיד חכם, זענען זיי ביידע גלייך מחוייב יענעם מפייס צו זיין כראוי)

און דאך האט ר' אהרן געטאן 2 גרויסע זאכן מפייס צו זיין קאשויער רב.

לדעתי, איז עס אויך צום קרעדיט פון דעם ר' אהרן זיך משפיל צו זיין און מאכן א בריוו, און נאך עס הייסן מפרסם זיין אין דער איד אין וועלכן ער איז מפייס קאשויער רב. (א ברירה האט ער געהאט, ווען ער האט געהאט גרויס דרוק פון אלע רבנים און ראשי הקהילה כידוע)

ודי בזה. (די והותר...)


תוקן על ידי לאנצוט ב- 17/01/2012 22:20:08





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעיקינג: בעלזא שלוחים דרייען זיך אין קרית יואל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.