| נשלח ב-17/1/2012 21:29 |
|
| |
מיט א ניכטערן בליק: אנאליזן און אפהאנדלונגן וועגן בעלזא - סאטמאר
איך עפן דעם אשכול זאל ביטע זיין פריי פון וויצן, און נארישע הערות אויף די בעלזא - סאטמאר סומטאכע. בלויז ערוואקסענע און נארמאלע אנאליזן זאלן דא געשריבן ווערן און דעבאטירט ווערן.
אדאנק
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 21:31 |
|
| |
באקומען פון א חבר אין אימעיל:
אויבן אויף איז דער הסבר אזוי: די ביטערע מלחמת חרמה קעגן בעלזא, וואס רבינו הברך משה האט אונטערגענומען, האט געהאט צוויי פאזעס. איינס תש"מ, ווען זיי האבן געעפנט אן אייגענעם בית-דין, צו צעברעכן די עדה החרדית, צווייטנס תשמ"ב, מיט אלע רבנים'ס חתימה, נאך זיין שטייעדיגע תורה קעגן רביה"ק זי"ע.
יעצט איז די שאלה וויאזוי צעגלידערט מען עס. לאמיר זאגן די תשמ"ב מערכה איז אויס, וואס טוט זיך אבער מיט די תש"מ מערכה, וואס איז געווען אין א געוויסן זין אסאך שארפער. דער ברך משה האט געוויינט ביי שלש סעודות תורה אז די בעלזער זענען ווי די רעפארמער, זייער פלייש איז נבילה, זייער הכשר איז ווערט ווי א שטאפער אויף א פלעשל. בכלל זענען דעמאלט ארויסגעקומען די ספרים פרשת הכסף קעגן געלט-נעמען, וואס בעלזא האט דעמאלט פורץ-גדר געווען. זיי האבן אנגעהויבן לערנען פרעמדע שפראכן קעגן חרם אין ירושלים פון רבי יהושע לייב דיסקין זצ"ל, וכו' וכו', וויאזוי ווערט דאס אלעס אפגעווישט ווען דער בעלזער דיין פון מאנטרעאל פארט מיטן בעלזער דיין פון מאנסי צינדן ליכט אין אוהל אין קרית יואל? וואספארא מחילה בעט מען פון רבותינו הק', אפשר דארף ער זיך אויפשטעלן ביים ארון הק' איבערבעטן די תורה. שיקן א מנין צו רבי יהושע לייב דיסקין'ס ציון, צום מנחת יצחק'ס ציון, וועמענס בלוט זיי האבן געטרונקען, און אלעס מתקן זיין, און נאכדעם קען מען טראכטן תכסיסי השלום.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 21:33 |
|
| |
א אנדערע אנאליז, ערהאלטן אין אימעיל
1. מצד סאטמאר, איז עס א "בזיון נורא" און "ליצנות גדולה". ווען ראובן איז מוציא לעז אויף שמעון באופן מבהיל, און איז גורם פאר שמעון בזיונות, מיט נאך שאדנס, צי געלט, כבוד, א.ד.ג. שמעון ווערט נעבאך נפטר, ראובן ווערט אויך עלטער, און וויל חוזר זיין ממעשיו הרעים, גייט ראובן מיט ביטערניש צום קבר פון שמעון, און בעט אים מחילה. משא"כ ווען בעלזא רב דרוקט זיך אויס מיט חוצפה אויפן רבי'ן זי"ע, האט ער נאר "זיך" מבזה געווען. ער האט פוגע געווען בין אדם למקום בלויז!! ער האט נישט פארשעמט, און נישט פוגע געווען, און נישט געמאכט קיין שאדן כל שהוא, נישט פארן רבי'ן זי"ע און נישט פאר קיין שום זאך וואס האט שייכות מיטן רבי'ן. ער האט "זיך" מבזה געווען, ועל כולם האט ער זיך מתחצף געווען, און גערעדט אויף קדושי ארץ שוכני עפר וכו' וכו'. אויב וויל ער טאקע תשובה טאן, זאל ער זיך פארנעמען מער נישט צו רעדן אויף קיין צדיקים, זיך מאכן געוויסע סיגופים אינעם ענין פון דיבור, און פארשטייט זיך צוריק ציען פון זיינע דיבורים (וואס דאס האט ער שוין טאקע געטאן).
2. מצד בעלזא איז עס א טפשות איום ונורא! דאס איינציגסטע וואס איך קען אויף דעם זאגן, אז פון הימל פירט מען אים דא אריין אין א בלאטע אלס אן עונש, בבחינת כל המחלל ש"ש ... נפרעין ממנו בגלוי. גיי פארשטיי וואס פעלט אים דאס אויס? קודם כל, (ס'איז שווער אויסצושמועסן) אבער אן אונגארישער איז אן אונגארישער... און די נייע סאטמארער מעסעדזש יוכיח -444-9899*220 ער פליט שוין אריין אין התבדלות, און אין די אלטע בעלזא שיטה... איך זאג ענק דאס איז א פלאנטער אן קיין וועג ארויס.
והשנית, וואס פעלט דיר יעצט? וואס גייסטו שוין מרוויח זיין?? צו וואס זאל מען יעצט פריש ארויסנעמען דיינע אלטע חטאים, דו האסט שוין היינט צו טאגס צוויי גאנצע דורות וואס הויבן ניטאמאל צו וויסן וועגן א תש"מ אדער תשמ"ב מערכה, גייסטו יעצט עפענען א שאכטל מיט ווערים?? איך זאג נאכאמל אין זה כי אים אן עונש פון הימל, אז צו זיינע עלטערע יארן, אנשטאט וואס ער זאל עס האבן בכבוד, דהיינו, אהערגעשטעלט א חסידות איינס אין דער וועלט, מיט אלע אלע אלע פיטשעווקעס און צוגעהערן, בכל קצוי תבל, אמעריקא, קאנאדא, אייראפע, און ארץ ישראל, און איז אויסגעוואקסן א חסידות וואס יעדער שעצט, און אפילו ער אליין איז שוין היינט א היבשער נשוא פנים, רעדט ווייניג, באווייזט זיך ווייניג, אנשטאט דעם, גייט מען יעצט פריש אויפוויקלען אלטע חטאים עוונות ופשעים, למען ידעו דור אחרון...
און גיי פארשטיי פארוואס???
איך וויל מוסיף זיין נאך א פונקט: ווען יצחק לייב וויינגארטן איז ארויף מיט א מנין צום ציון פון ברך משה'ן מפייס זיין, האט עס געטראגן פיל מער אן ערנסטן כאראקטער, ווייל עס איז געווען ערנסט. דא פילט יעדער, אריינגערעכנט די בעלזאים אז עס איז א שפיל. זיי ווייסן נאר נישט וואס דער שפיל באדייט. זיי פרובירן דאס צו פארוואנדלען אין א קידוש השם. נו, דארף מיין מח שטימפיג ווערן דאס אפצוקויפן.
ווער געדענקט דעם בריוו פון וויזשניצער רבין פון מאנסי וואו ער בעט איבער דעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל?! דאס האט אויך געטראגן אן ערנסטן כאראקטער. א בריוו געשריבן בכתב ידו, אן קיין פאמפע דעראמפע, אן קיין בילדער, און אפילו נישט קיין קאפיעס פונעם בריוו. אזוי ווי אן ארגינעלער פיוס גייט צו. נישט קיין געקונצלטע "מעמד" בקשת מחילה. און ער האט געהייסן דאס אויפהענגען אין די וויזשניצער בתי מדרשים ווען עס איז איבריג צו זאגן ווי ווייניג דאס שמעקט פאר א חסידות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 21:39 |
|
| |
א דאנק פאר'ן עפענען אשכול נומער 4 נומער פאר צוועק.
עס איז נישט נאריש און נישט קלוג. נישט פערדיש און נישט סייענטיפיש. עס איז א הלכה אין שלחן ערוך.
פארוואס עס האט דעם בעלזער גענומען 30 יאר פארשטיי איך נישט. מעגליך אז זיין יצר איז זייער זייער גרויס בכמות ובאיכות, די חז"ל זאגן אבער אז "אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו. מעגליך ווען איך וואלט געווען א וועלט'ס רבי מיט רבבות חסידים וואלט מיר עס אויך זייער זייער נישט געשמעקט.
למעשה האט דער בעלזער דא מקיים געווען א הלכה אין שלחן ערוך כדת וכדין אן קיין שום חולק. ער האט געשיקט א מנין אנשים חשובים עד למאוד פון דאס שענסטע וואס זיי פארמאגן, און געטאן ווי די הלכה הייסט.
אלזא, די אנאליזאציע צי עס וועט אים לוינען אדער שאדן מאכן, צי איז ער יעצט א פערד אדער א חכם איז נישט דא. ווייל לדעתי האט ער געוויזן פאר די גאנצע וועלט אז ער האט געגרייזט.
וויפיל מענטשן קענט איר וועלכע קענען דאס באווייזן?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 21:41 |
|
| |
דער בעלזער רבי האט אריבער געשיקט א מנין דיינים איבער דעם רבי'ן
יעצט וואס איך וויל פארשטיין וועמענס געשפעט איז עס ? עפעס גייט זיך יעצט טוישן ? ווער זאגט ער זיכט איינעם צי געפעלן ?
ער האט איינגעזעהן ער האט געמאכט א טעות אז ער האט גערעדט אויפן רבי'ן אין ער בעט אים איבער ער מיז עפעס געפעלן אין זיך א דורך רעדן מיט א יעדן סאטמאר'ערן פאר ער טוט עס ?
מען לערנט דא אריין פשט שוין מער ווי אין א ראשון
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 00:34 |
|
| |
פארוואס טאקע האט קול סאטמאר געטוישט די נעכטיגע מעסעדזש?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 00:40 |
|
| |
מען האט טאקע גערעדט דא אזוי
אז קול סאטמאר האט אראפגענומען אפאר ווערטער פון די בעלזע נייעס
אפאר ווערטער וואס איז נעכטן געווען איז אראפגעשניטן
האב איך געהערט אז ווייל סאיז געווען צו שטעכעדיג קעגן בעלז
(זיי האבן געוואלט ווייזן אז בעלזא און סאטמאר זענען נאכנישט מחתנים.....)
און מען האט געטענהט אז ווען יענער טוט אזוי ווייט זיך משפיל זיין אפילו ער איז ווייטער א ציוני שטעכט מען נישט צוריק יעצט מיט אזא מעסער
דער עולם איז זייער צופרידן געווען פון די מהלך
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 02:21 |
|
| |
א יונגערמאן קומט מיר יעצט פרעגן שטילערהייט : וואס איז באמת דער פראבלעם מיט ציונות היינטיגע צייט ???
נא האב איך אים געמוזט מסביר זיין פון אנפאנג אז דע רבי איז מבאר אין ויואל משה אז בחירות (ווער רעדט נאך פון די שבועת אמונים וואס מ'שווערט פארן ווערן א חבר כנסת) איז א רעדע פון עבודה זרה ממש אזוי ווי אמאל זיך ביקן צו א געשטאלט. פרעגט ער מיר: פארוואס ? און איך מוז עם מסביר זיין וועגן די שלש שבועות, אייגענע געזעצן געמאקראטיע חוץ חוקת התורה, אז ווען קיינער גייט נישט וועלן איז נישט דא קיין רעגירונג, צו אפילו אויב יא אבער מיטן גיין וועלן נעמסטו א חלק וכו'. און איך שטיי און איך טראכט צו מיר: רבוש"ע ער איז דאך א סאטמערער יונגערמאן , איבער 30 יאר , ווי קען מען זיין אזא ליידיגער קאפ ??
די תירוץ איז די חינוך פון מאנארא ישיבה די לעצטע 20 יאר. זיי ווייסן נישט קיין חילוק פון די איסור וואס דע רבי האט געזאגט וועגן גיין צום כותל (פשוט זיך נישט מיטצופרייען און ווערן א חלק מיט זייערע נצחונות און התגרות באומות) און גיין צו די בחירות....... ווייסן נישט קיין חילוק צווישן די מחלוקה מיט מתחברים לעבודה זרה און די מחלוקה מיט רבינו שליט"א. ווייסן נישט קיין חילוק צווישן די הולכים לבחירות און דער משוגענער ליובאוויטשער וואס איז געוועזן בעצם קעגן דעם רעיון הציונות (כידוע איז ער געווארן אויס נשיא פון זיין אייגענע ישיבה תומכי תמימים וועגן מ'האט געמאכט דארט א מי שברך פאר די מדינה)אבער האט געכאפט א שגעון וועגן שלימת הארץ אז מ'טאר נישט געבן שטח פאר די אראבער. און ער האט געליטן אויף א מחלה פון אהבת ישראל אז מ'טאר נישט רעדן אפילו אויף רשעים ממילא האט דער בהמה גערעדט אויפן רבי'ן (היינט זענען זיי בעצם אסאך מער צויניסטיש געשטימט). דע קעפ זענען "ליידיגע הארדרייווס". און מ'ווייסט נאר 1 זאך אז "דער רבי/אהרן" וויל אזוי ממילא איז שוין נישט קיין חילוק צווישן שחיטה מתחת,ציונות,רבינו שליט"א,אריזאנע ווייץ, מיט די תורה האט עס נישט קיין שום שייכות. אלעס דרייט זיך ארום דעם רבי'ס/אהרן'ס ווילן [לייען:טעיסט] און מ'טראכט בכלל נישט אז דע גאנצע איידיע פארוואס ס'איז דא אזא זאך ווי "רבי'ס" ביי כלל ישראל איז אז זיי זאלן לערנען תורה מיט כלל ישראל. דער עצי חיים האט אמאל געזאגט אז דער חילוק צווישן זיינע חסידים און אנדערע איז אז ווען 2'טער רבי וועט עסן חזיר און וועט מען זאגן אז דער רבי איז משיח און דער חזיר איז דער שור הבור. און אז איך וועל עס טוהן וועט מען זאגן אז דער חזיר איז א חזיר און דער רבי איז אפגעפארן. וואס רביה"ק האט "שטענדיג" מורא געהאט איז אז דע רבי'ס וועלן אפפירן כלל ישראל פון וועג ווייל די חסידים וועלן האלטן דער רבי'ס פאר אפגעטער. היינט דארף מען שוין ניטאמאל האלטן אז דע רבי איז א אפ-גאט. ס'איז פשוט אזא מין "סעלעברעטי" זאך. ווייל אויב האט עס סייווי גארנישט מיט די תורה איז דאך גוט עניטהינג.
לדעתי העני' האט אהרן יעצט באוויזן וואס דער בעלזער האט באוויזן בימים ההם.
דהיינו: נעמען א גאנצע עדה קדושה וואס שטאמען פון אמת'ע קנאים און זיי מעביר זיין פון זייער דרך פשוט ווייל "זיי פאלגן בלינד זייער רבי/אפגאט/סעלעברעטי דער בעלזער מיט בחירות,מינות, און אהרן מיט "התבדלות" וואס איז ביי אונז א זאך וואס איז די ערשטע סטעפ אריין אינעם שמעלץ טאפ פון מינות. און ווער ווייסט ווי ווייט ער וועט גיין. ס'איז נישטא קיין עצה נאר זיך צו זעצן און לערנען מיטן נייעם דור די אלף בית פון ויואל משה ווי רבינו שליט"א פאדערט אלץ אויף. ווייל איך זעה בחוש אז די אהרונים האבן א השפעה אויף אונזער יוגנט היל"ת. רבותי! גייטס אהיים צו ענקערע קינדער און פילטס זיי אן די קעפ פאר זיי ווערן אויכעט אומוויסנדע אהרונים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 03:45 |
|
| |
דער הייליגער דברי חיים אין פרשת ויקהל האט שוין פארענטפערט די אלע קשיות סיי פארוואס 30 יאהר האט געדויערט ביז די דיינים לבית בעלזא האבן פארשטאנען אז דער וועג וועט בעסער שפילן איבער די וועלט, און סיי פארוואס דער אדמו"ר פון קרית יואל גיסו של האדמו"ר מבעלזא האט געשיקט זיין חסיד ר' יוסל ווייס צו זאגן מחילה לך בשם כל ישראל.
ליידער, ליידער זענען היינטיגע צייטן רוב רובם פון די אינגע מוחות נישט באקאנט די שרעקליכע עגמת נפש וואס רבינו הק' זי"ע האט געהאט ווען מרן הק' הרר"א מבעלזא ז"ל איז נסתלק געווארן און די וועלט האט טאקע געמיינט אז די בעלזער צדיקים האבן געהאלטן אז מ'מעג זיך מתחבר זיין מיט די אגודה. רביה"ק האט זעהר שטארק געהאפט אז מרן הק' ר"א מבעלזא ז"ל וועט נאך מפ]רסם זיין קודם פטירתו אז דער דעת קדשו פון בית אבותיו איז געוועהן זעהר שטארק אקעגן די אגודה און זאת התורה לא תהא מוחלפת.
למעשה איז דאס ליידער געבליבן א בכי' לדורי דורות. והראי' אז דער אדמו"ר פון קר"י קען זאגן אז די בחירות איז דאך נאר א סאטמערע זאך......... כאלו חס ושלום 2 אמוראים האבן א פלוגתא להבדיל אזוי ווי אביי ורבא.
אין אלע אהרונים מיינען טאקע אזוי.
חוץ די חשובע אידן וועלכע לערנען גוט אדורך דעם ספר הקדוש ויואל משה. סיי די ערשטע מאמר, סיי די אנדערע 2 מאמרים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 04:13 |
|
| |
ר' אהרן זיצט רואיג אין פאלם ספרינגס אין די זאלי'ס ברענען א מחי'
נישט דא נאך אזא גיטע וויקאנץ ווי דעס
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 07:30 |
|
| |
| צביהירש כתב: |  |
למעשה איז דאס ליידער געבליבן א בכי' לדורי דורות. והראי' אז דער אדמו"ר פון קר"י קען זאגן אז די בחירות איז דאך נאר א סאטמערע זאך......... כאלו חס ושלום 2 אמוראים האבן א פלוגתא להבדיל אזוי ווי אביי ורבא.
אין אלע אהרונים מיינען טאקע אזוי.
חוץ די חשובע אידן וועלכע לערנען גוט אדורך דעם ספר הקדוש ויואל משה. סיי די ערשטע מאמר, סיי די אנדערע 2 מאמרים.
|
|
הרב צבי הירש, היות איר זייט דאך פונעם עלטערן דור כנראה, און איר זאגט אז איר זייט א בקי בספרי דבי רב, איז אדרבה אפשר זענט איר מסביר פאר אנשים כמוני פארוואס דאס איז "נישט" א מחלוקה פון תנאים, אביי ורבא, ראשונים ואחרונים, וכו'? וואס איז אנדערש די מחלוקת בהלכה פון אלע מחלוקת מימות עולם ביי כלל ישראל?
איר האט באמת געטראפן אינעם רבי'נס ז"ל ספרים, אז א אנדערנס מיינונג איז קיין מיינונג? דאס איז געווען דער רבי זי"ע וואס איר אלס עלטערער דור האט געקענט? איך מיין דער פאקט איז געווען, אז כמעט קיינער, נישט פון די אוסרים און נישט פון די מתירים איז געגאנגען מיטן רבינס מהלך. די עדה האט געאסרט צוליב זייערע טעמים, לאו דוקא דעם רבינס עיקר טעמים, און די מתירים האבן געהאלטן אז אפילו די עדה'ס חששות איז כדאי עבירה לשמה, אדער גאר א מצוה, צו ווייזן אז עס איז דא אסאך ערליכע אידן.
יהיה איך שיהיה, עס קען זיין אז ווען דער ערשטער דור מתירים וואלט ווען געזען דעם רבי'נס ספר דערוועגן, וואלטן זיי געטוישט מיינונג, אדער געענטפערט כדת של תורה, אבער למעשה האבן זיי נישט, און דער צווייטער דור האט זיך שוין אפילו נישט אריין געלייגט אין די צדדי הלכה און די גאר הארבע חשות וואס דער רבי האט אויפגעברענגט, צי ווייל זיי האבן שוין געהאט זייערע פריעריגע פסקים,
און נאכמער פונקט אזוי ווי אונז היינט וואגן מיר נישט מפקפק צו זיין אין א זאך וואס דער רבי זי"ע האט איינגעפירט (איך רעד נישט פון די אהרונים) און אפילו איינער וועט אונז איבערצייגן מיט טויזנט ראיות אז דאס און דאס איז נישט אויסגעהאלטן, וועלן מיר ניטאמאל וועלן הערן וואס אזא איינער האט צוזאגן, ווייל אויב דער רבי ז"ל האט אזוי געטון איז דאס זיכער כשר ומהודר, אקוראט דאס זעלביגע זאגן יענע קרייזן איבער זייערע גאונים וצדיקים,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 18:20 |
|
| |
קיינער איז נישט מפקפק אין דברי מרן רביה"ק זי"ע. און ווער איז נישט קיין סאטמארער חסיד. אבער דאס איז נישט נועל הדלת בפני השבים.
ביי אונז אידן איז דא אזא זאך ווי תשובה, און דאס האט דער בוכ"ע באשאפן קודם שנברא העולם, כמבואר בפסחים דף נ"ד.
אפשר ביי מענטשן וואס פאליטיק איז פיל פיל העכער פון די תורה רח"ל, און זיי האבן אויסגעריסן א גאנצן סימן אין שלחן ערוך יעצט, קענען אויך אויסרייסן דעם בלאט גמרא.
איך בין ליידער נישט שאקירט דערפון.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 20:33 |
|
| |
לאנצוט, יעדער פארשטייט דיין ציהל, און דו דארפסט דאס נישט האלטן אין איין חזר'ן. דו פרובירסט אראפצומאלן דעם ר' אהרן טייטלבוים פאר א מורא'דיגער שלחן ערוך איד, א איד וואס וועט נישט טון קיין שום זאך אויף דער וועלט אויב דער שלחן ערוך שטומט נישט מיט דעם, און מיט דעם בארעכטיגן זיין גיין באזוכן דעם בעלזער, ווייל לויטן שולחן ערוך איז דאך שוין שלום מיט בעלזער.
האט שוין איינער פריער ערווענט דא אזוי, דאס וואס דו בוסט ביזי מיטן שולחן ערוך אז מ'דארף מפייס זיין הא תינח ווען ס'איז א מחלוקה צווישן ראובן און שמעון, שמעון גייט איבערבעטן ראובן לאחר פטירתו מיט מנין איז דא א פיוס. איז דער בעלזער האט מען מפייס געווען פארן רעדן אויפן רבי'ן זי"ע. אבער דער ברך משה האט דאך געהאט נאך א פראבלעם מיטן בעלזער און ער האט דעמאלס געשריגן און פארפירט ביי שלש סעודות תורה אז די בעלזער זענען ווי די רעפארמער, זייער פלייש איז נבילה, זייער הכשר איז ווערט ווי א שטאפער אויף א פלעשל. מ'שטיינס געזאגט אז דעם גאנצער בעלזערס השקפה איז חזיר טרייף, טא וויאזוי פארענטפערט ר' אהרן דאס?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 20:39 |
|
| |
טאטעלע,
זייער פלייש איז טאקע נבילה, אבער ער האט שוין נישט קיין פלייש. זיין הכשר איז ביי מיר טריפה, און מיר עסן עס נישט. אבער נאך אלץ איז דא א שלחן ערוך ביי אידישע קינדער. און דאס דיקטירט כלל ישראל אין "אלע מצבים". כנ"ל.
אפילו עס שמעקט דיר נישט פאליטיש.
ודי בזה.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 20:47 |
|
| |
אז דו רעדסט פון בעלזער השקפה ענטפער איך דיר זייער פשוט: זיין השקפה איז טאקע טריפה. אבער די השקפה פון די גערער רבי'ס איז די זעלבע טריפה און אזוי אויך די השקפה פון אלע רביים וועלכע זענען א יסוד אינעם ממשלת הכופרים.
דער בעלזער האט געטאן א שרעקליכע פארברעכן מער פון אלע, ווען ער האט גערעדט אויף מרן רביה"ק זי"ע. און דאס אז ער האט מפייס געווען כדת וכדין איז ער יעצט פינקט ווי גערער רבי.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 20:55 |
|
| |
אויף גור אדער וויזניץ האט דער ברך משה קיינמאל נישט געזאגט אז זיי זענען רעפארמער, אפילו זיי גייען צו בחירות און נעמען געלט, אבער אויף בעלזא יא (און דאס איז נאך געווען פארן רעדן אויפן רבי'ן ז"ל)!
|
|
|
|
|