בית פורומים אידישע געדאנק

דראמא: דושינסקי רב שטעכט אריין מעסער אין בלב אהרן, באנייט בני יואל חתונה זאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/1/2012 18:14 לינק ישיר 

די משלים וואס זענען בכלל נישט דומה לנמשל זאגן גארנישט, ווי kj monroe האט אויפגעברענגט, די בחירות איז מער גלייך צו די גע'אסר'טע סקול דיסטריקט און פרבליק סקול ווי מערערע גדולי הרבנים האבן געזאגט זייער דעת תורה אז ס'איז אסור און די "נוגעים בדבר" וואס האבן "אליין" גע'פסק'ענט פאר זיך אז זיי  מעגן זיך אנפולן די קעשענעס מיט די טריפה געלטער אקעגן די דעת פון מערערע רבנים,

איז אנדערש ווי א "דעת יחיד" א "פעיראלל דיין" וואס האט געזאגט א פסק [אויך אונטער גרויס דרוק כידוע], און פיל רבנים נעמען אנטייל ביי די חתונות וואו לפי שיטתם פון די "דעת יחיד'ניקעס" איז דאס א מעסער אין די תורה און אין די גאנצע מושג פון מרא דאתרא, און דאך זעט מען ביי יעדע איינציגסטע חתונה נאך נייטראלע רבנים וואס האלטן קלאר אז ס'איז נישט קיין שום פראהלעם צו גיין אויך די חתונות, טראץ וואס די דעת יחיד שרייט אז ס'איז רח"ל נישט ווייניגער ווי מרבה ממזרים בישראל, [נעבעך], און די רבנים לאכן אין די פויסטן אריין און באשיינען די חתונות איינס נאכ'ן אנדערן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2012 18:21 לינק ישיר 

אלע רבנים וואס זענען מתיר די חתונה זאל זענען גענוי "פעיראלל".
און נוגעים בדבר טוען עס קלאר נאר אלס א שנאה כבושה, און מיט א "תאווה" צו פיקסן און אנפראסקען, נישט אז איינער האט זיי געפרעגט א שאלה, און זיי זענען בכלל שוקל.

ווייל במציאות קענען זיי דאך ענטפערן פארוואס רביה"ק זי"ע האט געשריבן "ובוודאי יתחרטו" וד"ל.

נאר איך מעג און דו נישט.

לגבאי א דעת יחיד און א פעיראלל, איז ער למעשה נתמנה געווארן אלס "דומ"ץ דמתא", און נאר ווען ער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו די מעשים תעתועים פון עוקרי התורה, ווערט נישט זיין דעת תורה אויס.

די דעת תורה קען נאר עקספייערן ווען ער ווערט אן עבריין. נישט ווען דיין תאווה איז דיר גובר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 18:25 לינק ישיר 

אהא, צענדליגער רבנים, אפילו אזעלכע וואס האבן נישט צו פיל מיט סאטמאר בכלל, און אזעלכע וואס זענען נייטראלע איז אלעס בלויז נגיעות, דער "איינציגסטער" וואס איז פשוט ריין פון נגיעות איז דער "פעיראלל דיין דמתא", דו כאפסט נישט וואסארא לץ דו ביסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2012 18:27 לינק ישיר 

אלע זענען שונאים פאר איין מענטש. נוגעים ממש. וועלכע זענען פסול להעיד וכש"כ להורות.
דאס איז לויט די תורה הקדושה.
די תאווה צו פיקסן מאכט נישט קיין הלכה!

לויט הלכות היידפארק רעד איך נישט אריין. ווייל דאס איז בניגוד לדת תורתינו הקדושה.

ודי בזה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 18:28 לינק ישיר 

און בדרך אגב, די מקור פון דעם טיטול "פעיראלל דיין" שטאמט פון ענק! דער כלל אז רוב ענקערע דורות זענען געבוירן געווארן אויפ'ן סמך פון די פסקים פון די וויליאמסבורגער "פעיראלל דיינים" און אלעס ווערט אויס, ווייל זיי האלטן יעצט אנדערש ווי ענקערע אינטערעסן און נגיעות, ווערט אלע זייערע פסקים אויף למפרע אויס, און איר ווערט אלע פגומים און בני ה.... רח"ל ווייל זיי זענען נישט בדעה אחת מיט ענקערע שטיק,
זיי מחליט וואו גילט דער פעיראלל טיטול און ווי נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2012 18:32 לינק ישיר 

KJ,
עס קאסט א לאך.

ווען מ'רופט צו דין תורה יעקב כהנא, קומט דער דיין וועלכער רעפזענטירט אים, און זאגט: "ניין.. גיי נישט, נאר איך קען פסק'ן"..

שוין געזען אזא דזשאוק פון תורת משה?

דאס הייסט טיפיקל פעיראלל דיין המקבל שוחד, און האט נאך א נגיעה נוראה קעגן דעם צד, און וויל גאר זיין דער וואס פסק'ט.

דא בנינ"ד איז קיין דין תורה נישט געווען, עס איז דא א פסק הלכה פון רבינו יואל זי"ע געבויט אויף הלכות פסוקות פון אלע יארן. און פאר דיין תאווה ווילסטו עס אויסרייסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2012 17:56 לינק ישיר 

און ווען יוסל וואלדמאן האט גערופן דזשיגאן צו דין תורה האט ער זיך אויך ארויסגעדרייט אז קהל וועט פסקענען

קיין איין דיין האט נישט רעפרעזענטירט יענקל כהנא, די דיינים האבן רעפרעזענטירט דעם ברך משה, זיי האבן אלע געהערט פון זיין מויל אז בערל פריעדמאן איז ארויסגעווארפן (אגב איינער געדענקט אים נאך????)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2012 18:28 לינק ישיר 

עםהארץל כתב:
און ווען יוסל וואלדמאן האט גערופן דזשיגאן צו דין תורה האט ער זיך אויך ארויסגעדרייט אז קהל וועט פסקענען

קיין איין דיין האט נישט רעפרעזענטירט יענקל כהנא, די דיינים האבן רעפרעזענטירט דעם ברך משה, זיי האבן אלע געהערט פון זיין מויל אז בערל פריעדמאן איז ארויסגעווארפן (אגב איינער געדענקט אים נאך????)



וואס דער ברך משה האט געהאלטן ווייסט יעדער זייער גוט. און דער איז געווען די חוצפה פון די ארונים צו פובליצירן די מעדיצינישע דאקומענטן. עס איז אן עוולה שאין כמוהו, צו נעמען א רבי'ן און צייגן פאר די וועלט אז ער איז שוין ליידער נישט פעאיג צו מאכן באשלוסן.

אבער נישט דאס איז יעצט דער מדובר. יעצט רעדט מען אז דער ברך משה האט דא גארנישט געטאן. משה גבאי האט עס געטאן, און די דיינים האבן געפאלגט די באפעלן פון אט דעם משה פריעדמאן, און וואס ער האט געהייסן האבן זיי געפאלגט ביים ערשטן מאל.

אלזא איז די פראגע, איז דאס נישט ריכטיג שוחד, אז דער דיין וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אן עבד נרצע פאר משה פריעדמאן זאל גאר פסק'ן די דין תורה.

ער האט נישט געמאכט קיין פורים פון זיך, נאר פון די תורה הקדושה.

איבער די דין תורה מיט הצדיק רבי יוסף וואלדמאן שליט"א, דארפסטו ברענגען דאקומענטן פון די הזמנה און אז קהל האט געענטפערט אז זיי גייען דווקא צו רבי געציל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2012 19:52 לינק ישיר 

זיי מוחל ברענג דאקומענטן ווי משה גאבע באפעלט פאר די דיינים, משה האט גארנישט געהייסן און די דיינים האבן געטון וואס די תורה הייסט, אונזער דזשיגאן האט באשלאסן נישט צו פאלגן זיין טאטן און געגאנגען אין קאורט אן א היתר

אויף די מלחמת יוסף טעיפס הערט מען זייער גוט ווי ר' יוסל טענהט מיט ר' געצל אז ער וויל גיין צו דין תורה און מ'הייסט אים גיין צו קהל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2012 20:24 לינק ישיר 

עםהארץל כתב:
זיי מוחל ברענג דאקומענטן ווי משה גאבע באפעלט פאר די דיינים, משה האט גארנישט געהייסן און די דיינים האבן געטון וואס די תורה הייסט, אונזער דזשיגאן האט באשלאסן נישט צו פאלגן זיין טאטן און געגאנגען אין קאורט אן א היתר

אויף די מלחמת יוסף טעיפס הערט מען זייער גוט ווי ר' יוסל טענהט מיט ר' געצל אז ער וויל גיין צו דין תורה און מ'הייסט אים גיין צו קהל


איך דארף ברענגען דאקומענט איז דער דיין ארבעט פאר ר' יעקב כהנא, ווען ער באקומט פון אים א טשעקל יעדע וואך און האט געלאזט ארעסטירן מענטשן רעכטס און לינקס.

די דיינים האבן ארויסגעוויזן אזא משוגענע שנאה און אזא צעדרייטע איינזייטיגע רשעות קעגן איין צד, אז א בלינדער האט עס געזען.

אויב ס'איז נישט געווען משה גבאי דער וואס האט געהייסן, איז עס זיכער דער סמך מם אליינס. די דיינים זענען מקבלי שוחד בלי שום פקפוק האבן נישט נאר געהאט א שנאה כבושה קעגן א צד, נאר האבן געהייסן פאר'ן צד פון ר' יעקב כהנא נישט צו גיין צו דין תורה נאר צו זיי אליין.

דאס הייסט געמאכט פורים פון די תורה.

לגבי ר' יוסף וואלדמאן. ער האט קיינמאל נישט געשיקט קיין הזמנה. נעווער עווער. טעיפס און רעקארדינס וויפיל דו ווילסט. קיין הזמנה נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2012 19:45 לינק ישיר 

ס'איז דיר געלונגען צו אוועקפירן די שמועס פון עיקר הטענה, איז דא איין אוסר אויף דעם נייעם זאל חוץ איין פעיראלל דיין וועלעכער איז קלאר מלא נגיעות מכף רגל ועד ראש? קום נישט מיט דברי יואל, ווייל די אלע רבנים קענען נאך אזוי גוט דעם דברי יואל ווי א פעיראלל דיין מלא נגיעות, למעשה איז דא דארט אסאך חתונות, און ביי יעדע חתונה זענען זיך הערצליך משתתף נאך און רבנים פון סאטמאר און פון אנדערע קרייזן וואס לאכן פון ענקער ניי געקאכטע פאלשן איסור. ודי בזה!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2012 19:58 לינק ישיר 

דער איסור איז נישט ניי, די תורה איז אלט נאך פאר בריאת העולם.

אויב ניי, איז עס זיכער די אגענדע וואס מאנכע האבן. איך בין גלייב נישט אז דו ביסט מסופק צו אן אגענדע קען מאכן די תורה הקדושה עקספייערן.

יעדער עוכר ישראל האט אויף זיין ליסטע אגענדעס וואס ער האט חשק אז עס זאל עקספייערן.

לאנצוט קוקט אויף פאקטן:
דער דומ"ץ דמתא וועמען רביה"ק האט ממנה געווען, האט נאך אין זיין לעבן נישט געלאזט ארעסטירן קיין איין אידיש קינד, און קיינמאל נישט געשריבן קיין שום בריוו קעגן "איין צד" אין זיין גאנץ לעבן.

דער דומ"ץ דקרית יואל האט בלויז מקיים געווען דעם פסק וואס רביה"ק האט געשריבן וואס איז דא בכתי"ק,
און אויך האט ער בלויז איינגעהאלטן דעם זעלבן פסק וואס דער מנחת יצחק האט געשריבן וועגן בני יואל.

נאכאמאל קלאר: די תורה הקדושה עקספייערט נישט צוליב קיינעמ'ס תאווה, מעג זען זיין רבנים מיט זייער ברייטע ביבער היטן און ווייסע און גרינע זאקן אינדערוואכן אדער שבת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2012 20:02 לינק ישיר 

לאנצוט, דו זאגסט דאך אליינס, ער האט קיינמאל נישט געשריבן קעגן איין צד = ווייל ער ווייסט אויך דעם אמת יעצט האט דער דומ"ץ קרית יואל  בלויז מקיים פסק געווען = וואס די אהרונים האבן אים געהייסן (געסטראשעט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2012 20:03 לינק ישיר 

קורץ און שארף, די אלע פשעטלעך ווייסן אויך די אלע דיינים וואס האבן מסדר קידושין געווען דארט, און די דיינים און רבנים וואס האבן געטאקע מורא פון שלעק און שטיינער און זענען נישט געגאנגען מסדר קידושין זיין אבער האבן יא גע'פסק'ענט פאר פיל מחותנים אז מ'קען דארט מאכן חתונה אן שום פקפוק, און זיי קענען זיך אויסלאכן פון די פורים איסור פון די "רבנים מטעם", און די אלע רבנים וואס קומען צו די חתונות לאכן זיך אויס פון פסק צוזאמען מיט אלע דיינע פורים תורות ווי דו פארבינדסט די נישט געשטויגענע פורים גדול איסור גראד צו הר חורב.

שנית, יא, דער דיין האט אונטערגעשריבן אקעגן קהילה קדושה בני יואל, וואס די חתימות האבן גורם געוועזען דארף איך דיר נישט זאגן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2012 20:06 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:

לאנצוט קוקט אויף פאקטן:
דער דומ"ץ דמתא וועמען רביה"ק האט ממנה געווען, האט נאך אין זיין לעבן נישט געלאזט ארעסטירן קיין איין אידיש קינד, און קיינמאל נישט געשריבן קיין שום בריוו קעגן "איין צד" אין זיין גאנץ לעבן. און טאקע דערפאר האט עהם ר' אהרן.....

דער דומ"ץ דקרית יואל האט בלויז מקיים געווען דעם פסק וואס די אהרונים האבן פון אים פארלאנגט מיט כח

נאכאמאל קלאר: די תורה הקדושה עקספייערט נישט צוליב קיינעמ'ס תאווה, מעג זען זיין רבנים מיט זייער ברייטע ביבער היטן און ווייסע און גרינע זאקן אינדערוואכן אדער שבת. אפילו מ'גייט א ווייסע בעקיטשע יעדער שני וחמישי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דראמא: דושינסקי רב שטעכט אריין מעסער אין בלב אהרן, באנייט בני יואל חתונה זאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.