דער דיין אין ברוקלין האט ליידער מבזה געווען די תורה און זיך אליין בפני כל העולם כולו אן א שיעור מאל.
וזה ברור.
נשלח ב-25/1/2012 21:16
KJ טייערער, איך האב א קאצן קאפ, און עס האט מיר גענומען אביסל זיך דערמאנען אז דו ביסט מיר עפעס שולדיג. בערך א וואך צוריק האסטו געזאגט אז דער מנחת יצחק האט צוריקגעצויגן פון זיין איסור אויף בני יואל.
איך האב דיר צוריקגעשריבן דאס וואס דו זעסט דא אינעם קעסטל:
[quote]
KJ. ביטע אנטלויף נישט. דו זאגסט אז דער מנחת יצחק האט צוריקגעצויגן.
ביטע ברענג באווייזן דערויף, ווייל עס קוקט אויס אז דו האסט דאס יעצט געבאקן, ווייל דו האסט נישט וואס צו ענטפערן.
און איך קלער נאר אריין וואסערע שייגעץ שטיק עס שטעקט אין דיר אוועקצומאכן א "פסק הלכה" פאר דיין תאוות היצר און פאליטיק.
וואס א שאנדע.
נאכאמאל, ביטע אנטלויף נישט.
איך האב דיך כמה פעמים געפרעגט דערוועגן, אבער פאר עפעס א אומבאקאנטע סיבה ביסטו פארשוואונדן געווארן.
יעצט ביטע אז דו ביסט שוין יא דא ב"ה געזונט און פריש, וויל איך דיך דא פרעגן נאכאמאל שיין און בדרכי נועם, ביטע נעם רעספאנסיבילטי פאר דיין סטעיטמענט אויב ס'איז מעגליך.
ביטע אנטלויף נישט נאכאמאל. איך האב נישט קיין צייט דיך נאכצולויפן אזויפיל מאל.
א דאנק. ידידך מ'לאנצוט
נשלח ב-26/1/2012 00:16
איך בין קיינמאל נישט אנטלאפן, נאר אזוי ווי איך האב ב,ה א זשאב און איך קען נישט געבן פאר היידפארק צופיל צייט, גיב איך א שנעלער שפרייז דורך דא און דארט, דו האסט ליידער נישט קיין זשאב, און דו ביסט דא 24/7 קען איך נישט נאכיאגן דיין אלע געמויזעכץ
ועוד, א אשכול וואס איך זע דיין ניק פרוביר איך נישט אפילו אריין צו גיין, דו ביסט ממאס יעדען אשכול מיט שטותים והבלים, דו מיינסט אז דו מוזט אייביג האבן דעם לעצטן ווארט ווען דו האסט נישט נארמאל וואס צו ענטפערען וועסטו רעדן תוהו ובוהו שטותים מיט לאקשן, דו ספינסט און רעדסט פיל מאל אזעלעכע שרעקליכע הבלים אז ס'פארגייט די אפעטיט אנצוקוקן די געשרייבאכץ
בנוגע הגאון בעל מנחת יצחק זצוק"ל איז געווען ידוע דעמאלץ זיין מצב הבריאות, און די ארונים האבן פאר זייער אגענדע אים מבזה געוועזען אזוי שרעקליך מיט פעלטשעווען זיין נאמען אויף די חתימה,
10950א גוטע נאכט, ביטע רוף ארבייט פארמיטלונג באצייטנס פאר דו דארפסט רופן שלום בית קאמיטע, ארבייטסלאזיגקייט איז זייער שעדליך!
נשלח ב-26/1/2012 01:12
אקעי, הייסט דער מנחת יצחק האט נישט עכט צוריקגעצויגן. נאר אזוי ווי ער איז געווען אינעם לעצטן יאר פון זיין פטירה האסט אים אראפגעציפט די יאר.
איך פארשטיי. גראדע קען איך אויך נוצן דעם תירוץ אויף פארשידענע נודע ביהודא'ס און חתם סופר'ס, נישט שלעכט.
אגב, איך בין נישט קלאר פארוואס איך דער אפעטיט פארגייט דיר ווען דו זעסט אז איך האב ערגעץ מגיב געווען. איז עס מעגליך אז ס'איז צוליב דעם וואס איך האב דיך אזוי געזוכט.
אנטשולדיג מיר, כ'וועל מער נישט זוכן.
נשלח ב-26/1/2012 02:03
האסט א שוואכען קאפ? דערמאן זיך נאר ווי אויף'ן ברך משה האבען ענק טאקע גענוצט די תירוץ, אבער נאך ווי, סאיז געוועזען באגלייט גרויסע בזיון ת"ח, K J דו קענסט איגנארען לאנצוט אויזווי איך טוה ווען ער נערווירט מיך, ער וויל אייביג זיין די לעצטע און ער האט זייער אסאך צייט אויף די הענט
נשלח ב-26/1/2012 17:49
גינגריטש כתב:
האסט א שוואכען קאפ? דערמאן זיך נאר ווי אויף'ן ברך משה האבען ענק טאקע גענוצט די תירוץ, אבער נאך ווי, סאיז געוועזען באגלייט גרויסע בזיון ת"ח,
K J דו קענסט איגנארען לאנצוט אויזווי איך טוה ווען ער נערווירט מיך, ער וויל אייביג זיין די לעצטע און ער האט זייער אסאך צייט אויף די הענט
וואס האסטו צוריקגעשאסן יעצט?
הייסט וויבאלד דער ברך משה איז ליידער נישט געווען געזונט, איז שוין יעדער פוסק הדור קראנק?
אויפן ברך משה האט די גאנצע וועלט געוואוסט זיין מצב ליידער, און אויך האט מען עס באשטעטיגט מיט די מעדיקעל רעקארדס.
און יעצט א ווארט צו אלע אטאקעס קעגן לאנצוט:
איך בין איבערצייגט אז די אטאקעס קעגן מיר איז צוליב "מיין טשעלענדזש".
השי"ת האט אייך געגעבן גוטע קעפ, נוצט אויס אייער שכל צו טשעלענדזשן צוריק. ווייל מיט'ן ענטפערן דעקל וכו' ווערט לאנצוט נישט אפגעענטפערט.
דאס אנטערפן אז איר איר האט נישט קיין צייט צו ענטפערן אויף אלע מיינע "שטותים", איז זינלאז. ענטפערט קלוג און צודער זאך און איך וועל מודה זיין בעז"ה, אזוי ווי איך האב שוין כמה פעמים געטאן.
ודי בזה.
נשלח ב-26/1/2012 18:05
איך הער אז די חודש איז דא היפש חתונות אין די הערליכע נייע זאל, ב"ה אז תורה איז מנצח און נישט טעראר און מעשי נבלה...