די אומערווארטעטע רעקאציע פון העדה החרדית אויף שלום מיט בעלזא!
אין די וואכעדיגע אויסגאבע "העדה" פון די עדה החרדית בירושלים עיה"ק איז געקומען א אומערוואטעטע רעאקציע צו דעם מעמד בקשת מחילה פון בעלזא ביים רבי'ן זי"ע, און צו די נאכפאלגענדיגע מעלדונג פון ר' אהרן טייטלבוים אז ער גייט באזוכן דעם בעלזער.
דער 'העדה' טוט ברייט באריכטן די דרשה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פאר צוויי וואכן צוריק אין קרית יואל, וואו דער רבי האט שטארק ארומגערעדט וועגן די שבירת חומת הדת וואס קומט פאר אין ארץ ישראל, און דער רבי האט ציטירט א תורה פון בעלזער ביי די חנוכה ליכט וואו ער האט געזאגט אז דער וועג זיך צו שלאגן מיט די עוקרי הדת איז דורכן בויען נאך בנינים און מוסדות התורה, וואס אויף דעם האט דער רבי שליט"א געזאגט אז דאס איז זייער פיין ווען מ'בויעט מוסדות על טהרת הקודש, אבער אויב זענען די מוסדות געבויעט מיט געלט פון די מדינה הטמאה און מיט פארדרייטע השקפות פון זיך אויסמישן מיט די ציונים און זייערע לימודים איז די גאנצע זאך נישט ווערד.
אזוי אויך אז רבינו שליט"א האט שארף אראפגעריסן די חסידי בעלזא פארן אראפנעמען דעם טאוועל אין זייער שיכון אז די פרויען זאלן אריבערגיין אויף די אנדערע זייט גאס פונעם ביהמ"ד, און זיי טוען די אלע זאכן בלויז ווייל זיי ווילן געפעלן פאר די רשעי ישראל.
דאס אלעס ווערט באריכטעט אין די העדה, און מיט דעם איז קלארגעשטעלט געווארן די שטעלונג פון די עדה החרדית אז נכון הדבר דער בעלזער האט איבערגעבעטן רביה"ק זי"ע אויף וועם ער האט פוער פיו געווען, אבער די מערכות כבדות וואס די רבנים גאונים וקדושים פון די עדה החרדית זי"ע ובראשם דער נשיא מרן בעל ברך משה זי"ע האט געפירט מיט די כת בעלזא פארן פרובירן צו צעברעכן דעם כח פון ערליכע אידן אין ירושלים עיה"ק איז נאך בתקפו עד שישיב ולא יחטא עוד.
דער באריכט ערווארט אויסצורופן א שטורעם אויף די גאס, און אויף חסידי ר' אהרן טייטלבוים בפרט וועלכע האבן זיך שוין געפריידט אז מ'האט גע'כשר'ט דעם חזיר פיסל און מ'וועט קענען האבן נאך א בילד מיטן בעלזער. (איינס איז שוין דא כידוע.)
אויב וואס איך זאג איז קעגן שו"ע אדער די תורה, בין איך אלעס מבטל. אבער איך מוז נישט כסדר נוצן אלטע מעטאפאר'ן. איך טרכט אז ענטפערן "לשיטתך" איז די גרעסטע פירכא. אזוי האב איך מקובל.
נשלח ב-19/1/2012 00:28
שוין קעניינעהארע פאריבער גאנצע 2 טעג פון די גרויסע מחילה,
ס'טוט זיך א פלאטיזירעכטס און אניליזראכטס, יא שלום נישט שלום,
מ'האט שוין ציפליקט ר' אהרן אויף שטיקער, היתכן ער מאכט שלום, ער איז א ציוני, ער זאל איבערבעטן קאשויער רב, וכו'
רבותי כאפטס א טיפן אטעם און בארואיגטס ענק אביסל:
דערווייל איז נאך נישטא קיין שום שלום אפמאך מיט קיינעם, זערא, זילטש, נאדא
דאס גאנצע וואס איז דא איז דער בעלזער האט געשיקט שלוחים צו מפייס זיין אדמור"י סאטמאר, וזה הוא,
ר' אהרן זיצט און פאלם ספרינגס, בראט זיך אויפן זון, ווייסט נישט פון קיין שום שלום,
אפי' דער בעלזער איז קען זיין מיטאמאל אינטערסירט צו זיין בשלום מיט סאטמאר, קען זיין ער האט בלויז באקומען א התעוררת צו זיין נקי מעבירות שבין אדם לחברו, האט ער געטאן ווי דער שו"ע הייסט, אבער שלום מיט די היינטיגע סאטמארע חסידות? א מכה!
נשלח ב-19/1/2012 00:28
יא דו בילד איז פון שבט תש"מ
נשלח ב-19/1/2012 00:29
דו אזוי געריפענע דרשה אנקעגען "בעל דברי יואל" איז געווען תשמ"ב, דאס איז געווען
* 2 יאהר נאכדעם וואס סאטמאר האט צושטערט דו שלום ציווישען בעלזא און עדה החרדית.
דער דברי יואל אין זיין ספר ווי ער ריפט אן אלע גדולי ישראל וואס האבן געהאלטן אנדערשט ווי אום "אלא שכרעו לבעל".
ווי אויך האט ער געזאגט ברבים אויף רשכבה"ג כ"ק מרן ר' אהרן מבעלזא זצ"ל "אהרן עשה את העגל" און אז ער אין אז ער איז אזוי ווי דו רבנים און כת שבתי צבי – עפרא לפומא
דער ברך משה, וואס האט ברבים געזאגט אויף אלע בעלזער חסידים אז זיי זענען "נאלאגען" ביניהם זקני וחסידי בעלזא וואס זענען געווען גרעסער און עלטער פון אום.
און דער בירך משה מיטן דברי יואל האבן נאך נישט איבערגעבעטן בעלזא עד היום הזה.