בית פורומים אידישע געדאנק

די בעלזא פיוס מיט א ניכטערן בליק - קרעדיט פאמאגראנט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/1/2012 18:42 לינק ישיר 

בחצרסטאמאר כתב:


איך נעם אן דעם כלל, אלעס איז אמת לאימתה ואין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות
(נ.ב. פארוואס ווען ר' מיכל זילבער זאגט אז זיין חתימה איז פאלש גלייבסטו עם נישט, און איך דארף גלייבען דיינע שקרים?)


ער זילבר האט קיינמאל נישט געזאגט איינער טרייט צי זאגן פאר עם און ער זאגט בכלל נישט אזוי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 18:51 לינק ישיר 

KJ. ביטע אנטלויף נישט.
דו זאגסט אז דער מנחת יצחק האט צוריקגעצויגן.

ביטע ברענג באווייזן דערויף, ווייל עס קוקט אויס אז דו האסט דאס יעצט געבאקן, ווייל דו האסט נישט וואס צו ענטפערן.

און איך קלער נאר אריין וואסערע שייגעץ שטיק עס שטעקט אין דיר אוועקצומאכן א "פסק הלכה" פאר דיין תאוות היצר און פאליטיק.

וואס א שאנדע.

נאכאמאל, ביטע אנטלויף נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:07 לינק ישיר 

איך האב יעצט באמערקט KJ תגובה אויפן מנחת יצחק'ס בריוו, צוריקגעדרייטע דעיט וכו' וכו'
איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט KJ איך געדענק אבער גוט יענע צייטן, איך געדענק ווען דער בריוו פון בי"ד איז ערשינען און וואסערע אפקלאנג דאס האט געהאט אין די גאס, איך קען דיר נישט זאגן א פונקטליכע דאטום ווען ס'איז ערשינען, אזויפיל געדענק איך אז דאס איז געווען בעפאר די היסטארישע גענעראל פארזאמלונג וואס איז פארגעקומען ה' תזריע תשמ"ט, וואס איז נאך דאן געווען פאר פסח צוליב עיבור יאר.
נו מיט ווי פריער האט מען געקענט צורקדרייען א דעיט?
בנוסף איז דאך דא חוץ דעם בריוו נאך א בריוו פון מנחת יצחק אדרעסירט צו רבינו הברך משה איבער דעם נושא וואס איז היינט ארויפגעלייגט אויפן אנדערן פארום, אויב איך האב נישט קיין טעות, האב איך געזען דעם בריוו אין יענע יארן בכתי"ק, קומט  KJ און זאגט אז ער איז נישט געווען בכח אונטערצושרייבן, נייס טריי

דא איז דער בריוו פון מנחת יצחק

בס"ד

ירושלים עיה"ק ת"ו, יום ג' שנכפל בו כי טוב,

ו' לחודש אשר ישועות בו מקיפות, שנת תשמ"ט לפ"ק

 

אשא שלום לידיד ה' וידינ"פ עוז, האי גאון וצדיק, אלפי ישראל הולכים לאורו,

אדמו"ר הגה"ק שליט"א מסאטמאר, ונשיא עדתינו החרדית.

 

אחדשה"ט וש"ת וצדקתו, כראוי וכמשפט לאוהבי שמו הגדול, בזו השעה נתכבדתי ביקרו בהני תרי אברכים יקרים מתושבי העיר הגדולה לאלקים קרית יואל רבתי, ושמעתי מהם מקרוב כל הענינים, ואחת אדבר למעכ"ק אדמו"ר שליט"א כי לא ידאג כלל, ובעז"ה לא ינוח וכו' על גורל הצדיקים, הק"ק והמוסדות יסדום רביה"ק זי"ע בקדושה עליונה, ובע"ה תרוממנה קרנות צדיק להאיר פני עולם בתורתו וצדקתו מתוך שמחה והרחבת הדעת בבריאות השלימות, ובעז"ה בנו הרה"ג שליט"א ש"ב ביודעי ומכירי קאמינא הוא האיש אשר לו נאה ולו יאה לישב על מדין ולהרביץ תורה לרבים ולו יתר שאת ויתר עז לשקוד על תיקוני הקהלה שיתנהל כרצון ה' ויראיו דרך הקודש שהורה לנו רועה נאמן מרן רביה"ק נ"ע, זכותו הגדול של רביה"ק נ"ע יגן עלינו ועל מעכ"ק אדמו"ר שליט"א ממלא מקומו בקודש, ויקוים דברי נעים זמירות ישראל דהמע"ה ושמתי לעד זרעו וכסאו כימי שמים, ותחזינה עינינו בהרמת קרן התורה וישראל בביאת גוא"צ בב"א.

ידידו דושהדרג"ק שליט"א ומברכו בחג פסח כשר ושמח בהכשר ויתרון ונזכה לעלות לציון ברנה בבנין בית הבחירה בב"א.

 

המצפה לתשועת ה' הקרובה לבוא הכותב וחותם בידידות רב

יצחק יעקב ווייס

רב ואב"ד פעיה"ק ת"ו




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 20:06 לינק ישיר 

KJ. ביטע אנטלויף נישט.
דו זאגסט אז דער מנחת יצחק האט צוריקגעצויגן.

ביטע ברענג באווייזן דערויף, ווייל עס קוקט אויס אז דו האסט דאס יעצט געבאקן, ווייל דו האסט נישט וואס צו ענטפערן.

און איך קלער נאר אריין וואסערע שייגעץ שטיק עס שטעקט אין דיר אוועקצומאכן א "פסק הלכה" פאר דיין תאוות היצר און פאליטיק.

וואס א שאנדע.

נאכאמאל, ביטע אנטלויף נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 21:28 לינק ישיר 
מיין הערות און רויט

בחצרסטאמאר כתב:
די בעלזא פיוס מיט א ניכטערן בליק

צווישן חסידישע אידן איז יעצט הימל און ערד בעלזא – סאטמאר....

יעדער דרייט זיך מיט א צומישטן קאפ, און די מחשבות פליען אן א קאנטראל, רוב דערפון ווערן געטריבן פון הרגישים, נגיעות, אדער ווייטאג'ן, און ווי מ'קוקט און ווי מ'דרייט זיך שרייט ארויס אז ס'פאדערט זיך א קאלטן הסבר, און זיך אראפ זעצן מיט ישוב הדעת, מיט א גראדע מחשבה, אראפ צו געבן וואס און ווען די איצטיגע פיוס באדייט, און וואס דאס מיינט פאר אונז סאטמערע חסידים,

דאס איז פארשטענדליך אז סאטמאר האט געהאט אין די לעצטע 30 יאר א פראבלעם מיט בעלזא, מכח 3 סיבות,

1) די חלק הציונות שבו, 2) דאס רעדן אויף רביה"ק זי"ע ביי די שטייעדיגע תורה, 3) די מערכה קעגן די עדה החרדית, ווי בעלזא האט געפנט א אייגענע שחיטה (אונטער די מועצה דתית) קעגן די עדה.
בעלזא שחיטה און הכשר ווי אויך אלע אנדערע הכשרים האבן גארנישט מיט דו "מועצה הדתית" דו איינציגסטע הכשר וואס איז אינטער דו מועצה הדתית איז דו רבנות

נאכדעם הייבט זיך אן א רייע מיט קשיות וואס ווערט געפרעגט מצד זאלונים וואס שליגען שווער אראפ די לעצטע געשעניש, ס'הערט זיך א טענה, זאל ער אליין קומען איבער בעטן, זאל ער רעדן א דרשה, זאל ער צושפארן זיין שחיטה, זאל ער איבער בעטן דעם מנחת יצחק וואס האט אויך גע'אסר'ט ב"י מוסדות אין ק"י וכו' וכו'.

לאמיר איבער גיין די השתשלות הענינים און אזוי קומען צו א קלארן בילד, און אפשר כאפן א בליק וויאזוי קוקט דאס אן א נארמאלע מח וואס דרייט זיך ביי די אונז סאטמארע חסידים, און וויאזוי קוקט עס אן א קרומע קאפ וואס איז היינט א זלמנוי,

השתלשלות ענינים

האדמו"ר מבעלזא אין די ל' יארן געוועהן א פרישע שטערן בעולם החסידות, יעדער געדענקט ווען ער האט געוויילט אין ווילאמסבורג בשנת תשל"ב ווי זקני רבנים ובתוכם פאפא רב זצ"ל צעלימער רב זצ"ל האבן פארשפארט די בתי מדרשים און מיטן גאנצן ציבור געגאנגען קיין בעלזא, (דעמאטס קינגס טערעס) דרך אגב יענעם שבת צופרי איז ער געקומען אויף קידוש צום שוואגער רבינו שליט"א אויך היוז סט., אויך איז ער אראפ געפארן ספעציעל קיין מיאמי לקבל פני קדשו של מרן רביה"ק זי"ע, ער איז געוועהן דער איינציגסטע רבי וואס האט באקומען אין די נישט געזונטע יארן א אפציעלע באזוך צוריק דורך דער מרן רבינו הברך משה זצ"ל מיט ר' יאסל אשכנזי ע"ה, אלע חסידישע ערליכע אידן האבן געלייגט האפענונג אויף דעם אז ער זאל מרומם זיין בית בעלזא לשם ולתהלה, אויך מוז ארויס געברענגט ווערן אז כ"א אב יומדה"ל פון מהר"א מבעלזא איז דער מנחת יצחק געגאנגען יאר יערליך צו יארצייט טיש קיין בעלזא.

אין די סוף ל' יארן ווען בעגין איז געווארן ראש ממשלה, און די מדינה האט געפענט די קאסע צו שטיצן מוסדות, האט אויך בעלזא אנגעהויבן נעמען די גרעסערע געלטער, דער ברך משה זצ"ל איז געוועהן אין א"י תשל"ח
און תשל"ח איז דער בירך משה נאך נישט געווען רבי, אדרבה אויב איז דו מעשה אזוי ווי דו שרייבסט דאן פארוואס האט מען גארנישט געהערט פון סאטמאר רבי דער דברי יואל - ער האט דאך געלעבט און תשל"ח???
און פראבירט צו רעדן מיטן אים בנוגע דעם ענין, אבער לפי עדותו האט ער מזלזל געועהן אין דעם גאנצן ענין,
לאמיר זאגען אז דער מנחת יצחק (וואס איידער ער איז געוורען גאב"ד העדה, האט ער געזאגט הלל יום העצמאות) האט אום געבעטען און בעלזא רב האט אום נישט געוואלט פאלגען ווייל ער האט זיך געוואלט פירען אזוי ווי זיין פעטערס שיטה כ"ק מרן מהר"א מבעלזא זצ"ל וואס האט געזאגט אז עס איז א מצוה צונעמען ווי מער פון זיי, הייסט דאס מזלזל געווען?  
פאמאגראנט, בחצר, לאמיר אייך פרעגען, אויב אייער באבע מעשה איז אמת, איז דען דא א גרעסערע זילזול ווי דעם אז דער מנחת יצחק האט פראבירט כופה זיין אויף בעלזא אז בעלזא זאל משנה זיין פון דו דרך פון מהר"א מבעלזא???

און אזוי ווי דאס ענין פון נעמען געלט איז אגענומען געווארן פאר זייער א ערנסטע ענין און א חומר הדבר, ווי עס איז שטארק ארויס געברענגט געווארן אין די תקופה פון מייסד זיין קרן הצלה, האט דאס בי"ד הגדול שבירושלים ובראשם בעל מנחת יצחק זצ"ל ארויס געגעבן א שארפן פסק אז מ'זאל נישט האלטן קיין קינדער אין די דאזיגע מוסודות "להוציא הילדים משם",
דאס איז טאקע אמת!!! אבער דו קשיא איז פארוואז נאר אויף בעלזא פארוואס נישט אויף "גור און אנדערע???
לאמיר אייך פרעגען פאמגראנט, בחצר, ווען א בית דין וואלט ווען געפאסקנט דו זעלבע אויף סאטמאר, וואלט סאטמאר געשטיצט און געגסען פון דו שחיטה און הכשר פון אזא בית דין?????????

בעלזא האט דאס נישט געקענט פארטראגן ווייל זיי האבן זיך געהאלטן העכער און שענער פון יעדן איינעם און דער "להוציא הילידים" פסק איז געוועהן פאר זיי א פערזענדליכע פאטש, האט זיך אנגעהויבן א רייבעריי צווישן זיי אין די עדה החרדית, און איינס האט געשלעפט דאס אנדערע, ביז בעלזא האט מייסד געוועהן א אייגענע בי"ד, מיט א אייגענע שחיטה, מיט א אייגענע כשרות ארגענעזאציע, דאס איז געוועהן אין די צייט פון נאכן הסתלקות פון רביה"ק זי"ע וואס דאן האבן זיי געשפירט אז מ'קען זיך הייבן דעם קאפ און מאכן שבת פאר זיך.
איך קען אייך נישט פארשטיין - דו שרייבסט אז עס האט זיך אנגעהויבן און תשל"ח, הייסט דאס אז בעלזא האט זיך אויף געהויבן דו קאפ נאך פאר דו פטירה און נישט נאך, ביטע בעסער מסביר זיין - איך וועל נאר צולייגען אז בעלזא איז שטענדיג געווען מיט א דערהויבענע קאפ.

ביום ו' שבט תש"מ אנהייב די הנהגה פון מרן הברך משה זצ"ל האט ער ביים יארצייט סעודה פון זיין טאטן מרן העצי חיים זי"ע, ארויס געקומען זייער שארף און ער האט דאס מדמה געוועהן צו די אמאליגע אטארדאקסישע קאנצעליי וואס ווערט ס'האט זיך אפגעריסן פון דעם איז פארעכנט געווארן ווי שטאטעסקווא, עס מוז אויך ארויסגעברענגט ווערן אז בעצם אין ירושלים זענען פארהאן מערערע בתי דינים לדיני ממונות, און אנדערע כשרות ארגענעזאציעס, ווי למשל רב לאנדא'ס פראדוקטן אדער חוג חת"ס נאר דער עיקר און דער יסוד פון די שארפע אויסטריט פונעם ברך זצ"ל'ס דרשה איז געוועהן צוליב די אייגענע שחיטה.
לייג נאר צו אז דער בירך משה האט זיך אריינגעמישט און א מחלוקה/פאליטיק וואס האט גארנישט געהאט מיט סאטמאר און אנקעגען סאטמאר, און איז נאר געווען ציווישען "עדה" און "בעלזא"
ווי אויך לייג צו אז דער "בירך משה" האט אנגעריפן ברבים דו גאנצע בעלזא קהילה בשם "נאלאגען" ווען בעלזא האט נישט געטיען קיין שום שלעכטס פאר סאטמאר.

נאך די דרשה האט זיך די מחלוקה נאך מער פארשארפט און ס'איז געגאנגען לכאן ולכאן, עס האט זיך געצויגן נאך אנדערהאלבן יאר און מוצאי שמח"ת תשמ"ב איז ער ארויס געקומען מיט די באקאנטע "שטייעדיגע תורה" ווי ער האט באופן נורא ומבהיל מטיח דברים געוועהן כלפי דעם דרך פון התבדלות וואס מיר האבן מקובל פון רבותינו הק' תלמידי חת"ס, און בעיקר קעגן רביה"ק זי"ע, (ביי די דרשה איז נישט דערמאנט געווארן דעם יעצטיגן רבי'ן דער ברך משה זצ"ל).

אויף דעם ארויף האט זיך די פייער צופלאקערט און די באקאנטע קול קורא איז ארויס לאור עולם "אל תגעי במשיחי" וואס אויף דעם האבן אונטער געשריבן שרייב בעסער "וואס מען האט אינטער געשריבן זייערע נעמען שלא ברשותם" (כפי המכתב מהגה"ק מאודווארי זצ"ל ועוד)
אדמורי"ם רבנים וצדיקים וואס פלעגן זיך געווענדליך מונע זיין פון אונטער שרייבן אזעלכע קול קורא'ס אבער דא צוליב דעם חומר הענין האבן זיי געגעבן זייער חתימה.

פון דאן אן במשך די אלע יארן איז בעלזא געוועהן א חסידות וואס איז געזעסן אין א ווינקל און נישט אנגעקערט מיט די קנאי'שע וועלט, די לעצטע פאר יאר בשנותיו האחרונים פון מרן הברך משה זצ"ל האט אנגעהויבן צו קומען שליחות'ער פון בעלזא צו רבינו שליט"א מיט א טענה פון למה נגרע, וואס זענען מיר אנדערשט פון גור, וויזניץ, מאחנובקה - בעלזא, סקווירא, סערעט – וויזניץ, ערלוי, ביאן ועוד ועוד, וואס די אלע גייען צו די בחירות, אדער נעמען געלט פון די מדינה, און האבן א אנדערע מיינונג בנוגע ציונית ווי סאטמאר, וואס מ'האט מיט זיי שייכות און מ'לעבט בשלום, און מ'קען זיך אפי' טרעפן און געבן פריסת שלום.

אויף דעם האט אייביג רבינו שליט"א געגעבן די אנטווארט אז דאס ענין האט נישט מיט מיר דאס האט מיטן טאטן, הפה שאסור הוא הפה שהתיר, און אזוי ווי דער טאטע האט געפירט די מערכה דארף די פארקערטע טייל אויך קומען דירעקט פונעם טאטן, ווען מרן הברך משה איז נסתלק געווארן און רבינו שליט"א איז געזעסן אבלות האט האדמו"ר מבעלזא גערופן מנחם אבל זיין, און דערנאך האט זיך אנגעהויבן א קייט פון משלחת'ן צו ארבעטן אויף א שלום פלאן, ובתוך פון די מושלחת'ן איז געוועהן אב"ד פאפא – בעלזא מאנטריאל זצ"ל, ווי אויך הנגידים ר' חיים לאקס ע"ה ויבל"ח ר' חיים יושע באב"ד מטארטיקאוו, ועוד ועוד.

יעדעס מאל ווען סיי וועלכע מושלחת איז געקומען און פראבירט צו רעדן איבער שלום בפרט מיט די טענה אז דער רבינו שליט"א איז זיין שוואגער, האט דער רבי יעדעס מאל געזאגט אונז זעמיר אידן שומרי תורה ומצות און מיר האבן א שו"ע און נאר דאס איז אונז מחייב, אין שו"ע שטייט וויאזוי מ'דארף מפייס זיין א שוכן עפר, (קומען אויפן ציון אדער שיקן א שלוח).

ווי פארשטענדליך איז דאס פאר בעלזא געוועהן זייער א שווערע תנאי אראפ צו שלינגען און זיי האבן פראבירט בכל מיני אופנים אויסצוקרויזן דעם תנאי און טרעפן א צווייטן וועג פאר שלום, ווי למשל שיקן די דיינים מיט בגדי שבת צו די חתונה פון רבי'נס יונגסטע טאכטער, שיקן משלוח מנות ביום הפורים, נעמען אויסשליסליך פלייש פון שחיטה המודרת פון ק"י ועוד ועוד, רבינו שליט"א האט זיך געהאלטן ביי זיין'ס ביז ווילאנג מ'טוט נישט וואס שטייט אין שו"ע קען מען נישט גיין ווייטער, דאס האט אנגעהאלטן א ערך פון קנאפע פינף יאר.

די וואך מאנטאג פ' וארא האט אנגערופן דער גבאי ונאמן ביתו פון האדמו"ר מ'בעלזא שליט"א ר' שמעון וואלף קליין הי"ו אז ער איז גרייט דאס אויסצופירן בשלימות ובשליחות פון זיין רב, און דאס זאל זיין אן קיין עגמ"נ, רבינו שליט"א האט באפוילן די חברה קדישא ר' אברהם יושע וו"ב – משמש מיט ר' יוסף ווייס זאלן שטיין על המשמר אז אלעס זאל אדורך גיין בשלום.

ווי מ'זעהט אויף די בילדער איז דער פיוס געוועהן מיטן העכסטן מאס דרך ארץ און הכנעה, דארט זענען געוועהן די חשוב'סטע דיינים פון ק"ק בעלזא, און כמה אנשים חשובים, קודם ביים ציון פון רביה"ק בעל דבר"י זי"ע און דערנאך ביים ציון פון מרן הברך משה זי"ע, דאס איז באמת א שריט וואס דארף אויסגעלויבט ווערן ווען אידן פירן זיך עפ"י תורה ועפ"י שו"ע, עס מוז ארויס געברענגט ווערן לשבחם אז אזא שריט איז נאכנישט געטון געווארן אין חסידישע היסטאריע עכ"פ זייט די וועלט מלחמה זיכער נישט, אז מ'האט זיך אזוי אראפ געבויגן דעם קאפ און געוויזן די שטעקסטע מאס התבטלות. (מי יתן הי' אז אין סאטמאר זאל מען זיך אויך פירן עפ"י שו"ע און זיך שטעלן צו א די"ת).

די נייעס איז גלייך צושפרייט געווארן אין די גאנצע וועלט אין א פאזעטיווע בליק, און ביי יעדן רעכטדענקיגע מענטש האט מען אפלאדירט די שריט פון בעלזא, ספעציעל האט מען נאכגעהערט פון הגאון האדיר פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א  לייג צו "וואס ער האט שוין מיט יאהרן צוריק איבער געבעטען כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א" בכתב און פון כ"ק מרן אדמו"ר משפעווארסק שליט"א, ווי אויך פון הרה"ח ר' שלמה פאפנהיים יו"ר הנהלת העדה החרדית.

ר' שלמה האט מגלה סוד געוועהן די וואך, אז לפני פטירתו פון כ"ק הגרי"מ דושינסקי זצ"ל גאב"ד ירושלים האט ער אים גערופן פערזענדליך אין שפיטאל און איבער געזאגט ווי פאלגענד, "איך בין די לעצטע געבליבענע פון דעם ארגינעלן בי"ד וואס האט ארויס געגעבן דעם שארפן איסור קעגן בעלזא איך האב געהאפט אז איך אליין וועט נאך דערלעבן דאס אראפ צו נעמען, אבער אזוי ווי ליידער איך זעה אז ס'וועט נישט געטון ווערן אין מיין צייט, בעט איך אייך איר זאלט טון וואס נאר מעגליך אז מ'זאל מיט די בעלזא דורך קומען און דעם איסור אראפ נעמען".
האדמור מדושינסקי זצ"ל האט איין געריסן וועלטן אויף דו שלום, ברשות בעלזא איז דא א בריוו פון אום.

דאס איז די טריקענע מעשה מיט די פאקטן אויף וואס קיינער איז זיך נישט מחולק, יעצט הייבט זיך אן א דעבאטע אויפן עתיד ווי ווייט דארף מען גיין, און עס קומען ארויף די דריי אויבן דערמאנטע פראגעס,

חלק הציונות שבו: די פאקט איז אז בעלזא איז נישט מער ציוני'סטיש ווי די אויבדערמאנטע חסידות'ער, צו בחירות, געלט נעמען, עברית, און אויב פארשטייט מען אז פאר סערעט וויזניץ קען מען מאכן א שבע ברכות אין שטוב, פארוואס זאל בעלזא זיין אנדערשט?, ובנוגע שטחים ושלימות הארץ איז גאר מאחנובקה בעלזא אסאך ווייטער פארקראכן ווי בעלזא גופא כידוע.

בזיון רביה"ק זי"ע: איז שוין קלאר ארויס געברענגט געווארן אז בעלזא האט זיך געפירט 100 פראצענט עפ"י שו"ע וואס דער שו"ע איז מחייב אין אזא פאל, און ארויס געקומען מיט די גרעסטע מאס הכנעה איבער געבעטן דעם רבי'ן זי"ע בשלימות, און מ'קען נישט צולייגן אייגענע הרגישים, זאל ער רעדן, זאל ער שרייבן, זאל ער אליין קומען, ווייל נישט דאס שטייט אין שו"ע.

עדה החרדית: ווי אויבן דערמאנט איז די פייער און דער איסור געוועהן בעיקר געצילט קעגן זייער זעלבסט שטענדיגע שחיטה, כהיום איז שוין איבער צוויי יאר נישט אין דינסט זייער שחיטה, בעלזא מיט אנדערע חסידישע קהילות האבן זיך צוזאמען געשטעלט א שיינע שחיטה נישט אין ירושלים, און ס'שטייט נישט אונטער די מועצה הדתית.

דער עתיד: סאטמאר איז נישט דער וואס קען אדער דארף אראפ נעמען די אלטע איסורים פון עדה החרדית, אדמור"י סאטמאר האבן זיך בעבר געטראפן מיט די אויבדערמאנטע מנהיגי העדה'ס רבי'ס מיט רבנים און ראשי ישיבות אפי' ווען ס'איז דא יסודות'דיגע דיפערענץ צווישן זיי בעניני ציונות אמונה ודיעות, און בעלזא איז נישט אנדערשט פון זיי אלע, עס איז צו האפן אז די איצטיגע הנהגה אינערהאלב די היינטיגע עדה החרדית וועט טון דאס זייעריגע שריט המוטל עליהם.

אט די פשוט'ע גראדע אנאליז איז דער נארמאלע בליק פון א א סאטמאר'ע חסיד,

יעצט לאמיר אויפהייבן די אויגן און איבער קוקן די הויכע פלויט צו צד השני, בני יואל, זאליס, אדער סתם בעלי ריב ומדון, וואס האבן א פראבלעם מיט די לעצטע געשעניש, זיי ווילן אזוי שטארק שרייען אבער זיי שטיקן זיך... זיי שפירן אז דא קומט א פרישע פליפ פלאפ, ווי למשל אלע זייערע מערכות ביז אהער.

א) פלייש און ווייץ, וואס שוין די לעצטע פאר יאר איז געשריבן געוואררן גאנצע מגילות און ביילאגעס די חומר הענין פון משנה זיין, און אויף דעם איז ערשינן א חי"ק כל המשנה ידו על התחתונה / חדש אסור מן התורה וכו' וכו וכו', די פלא איז נאר אז ווי מ'דרייט זיך דעם קאפ אויף צוריק זעהט מען אז די געפערליכע שיניום ווערן צוביסלעך איינגעפירט אין זייער אייגן מקום (זעלבסט פארשטענדליך פאר ביזנעס אינטערעסן), ביי די פלייש האט ר' יעקב יודא פאלאק מו"ץ איינגעפירט פרישע תיקונים וואס זענען שוין לאנג דא ביי אונז, בדיקות סכינים וכדומה, און ביי בדיקות פנים האט מען משנה געוועהן פון ר' עזריאל גליק'ס בת קול אז ס'מעג זיין איבער 20 סירכות, און מ'ניצט נאר וואס ווערט אנגערופן שחיטות ב"י מיט א שיינע צו נאמען קעלבער- גלאט.

ביי די ווייץ ניצט מען היי יאר לעת עתה "נישט" די לאנג איילענד ווייץ, ווייל איצט ווייסט שוין יעדער ווען מ'האט געשניטן און ווען ס'האט גערעגנט, ס'איז שוין ידוע לכל און ס'איז שוין אויס סוד, דאס מיינט אז די געפערליכע שינוים וואס מ'האט אויף דעם געקלאגט איכה זענען גאר געווארן עצם מעצמי.

ב) נאכן באזוך פון רבינו שליט"א אין נתני' ביי האדמו"ר קלויזנבורג – א"י צו זעהן די חפצים פונעם יט"ל און כת"י פונעם יש"מ, איז געוועהן א ויצעקו עד לב השמים כאילו אונז ווערן משומדים, און א קורצע תקופה שפעטער ווען מהרז"ל זיצט שבעה נאך די מאמע ע"ה האט ער געלאזט וויסן אז ס'קען קומען מנחם זיין אלע ביידע קלויזנבור'גע רבי'ס, וכל המרבה הרי זה משובח.....

ג) גיין אין קאורט אין אמעריקא (מיט אונזער היתר בי"ד) איז געוועהן עק וועלט, מוסרים, קשר בוגדים, משומדים, רבן דקרו, און א קרוצע תקופה דערנאך לויפט מען אריין אין ציוניסטישן בג"ץ, א זאך וואס איז נאך נישט געטון געווארן ביז היינט ביי קיין שום ערליכן איד אין א"י, אפי' די אגודה און ש"ס פארטיי, און דאהי אין אמעריקא איז מען אויך געגאנגען אין יעדן שטאט עקסטער אין קאורט, וומ"ס, ב"פ, ק"י, אן קיין היתר בי"ד.

ד) מאחנובקה האט מען א נאמען געגעבן בעלזא ביי זיין לעצטע באזוך אין פריש געדריקטע פיר קאלירטע בראשורן וואס האלב איז געוועהן געווידמענט פארן מאחנובקה רבי'ן אונטערן נאמען "בעלזא", און די צווייטע העלפט איז געוועהן מיוחד פאר די בילדער פונעם פריש געקויפטע צאנזע ס"ת פון ר' משה שמואל זופניק, וויבאלד קיין אנדערע אויסגאבע האט נישט געקענט שרייבן "בעלזא", כאטש וואס אין עניני ציונות איז מאנובקה גארנישט בעסער ווי בעלזא.

מיר רעדן שוין נישט פון סתם פליפ פלאפ, ווי נישט פארן אויף מיאמי מכח האיסור, און שפעטער יא פארן, אדער אויפנעמען פרעמדע רבנים, ווען איך טו עס בין איך א שייגעץ און ווען ער טוט עס איז עס א מצוה, סך הכל שפירט יעדער זאלי אז דער פליפ פלאפ מאשין ארבעט אויף כח, און ביי נעקסטן באזוך פון מהרז"ל קיין א"י קומט א באזוך קיין בעלזא... ווער ווייסט?...

דעריבער וויל ער נעבאך שרייען אויף מיר שייגעץ היתכן איך ארבעט אויף א שלום מיט בעלזא, אבער ער קען נישט ווייל ער ווייסט אין אונטער זיין באוואוסטזיין אז נעקסט קומט ער צו מאכן שלום....

איר ווייסט וואס נאך אים קוועטשט?.....

דער זאלי קוקט אויפן בילד ווי די בעלזא משלחת בעט איבער דעם רבי'ן ז"ל, און א רגע דערויף דרייט ער זיך אויס מיט די זעלבע הכנעה און בעט איבער מרן הברך משה זצ"ל, אייגנטליך וואס האט דער בעלזא חוטא געוועהן קעגן דעם ברך משה? סך הכל האט ער זיך אויפגעפירט צו אים פונקט ווי יעדער זאלי אין די פארלאפענע יארן ביז די הנהגת מהרז"ל האט ארויס געשפראצט.... אויב אזוי דארף גאנץ ראדני גיין מיט א מנין און גארטלעך מיט די דיינים ומשב"ק איבער בעטן דעם ברך משה.... הא?

און ער פראבירט דעריבער אוועק צו מאכן דעם פיוס, נע, ס'איז הייסט נישט איבער געבעטן, זאל ער רעדן, זאל ער שרייבן, רבי איד, דאס הייסט נישט קיין פיוס?... אפשר זאגט איר מיר ווען יאסל וואלדמאן האט מפייס געוועהן דעם פאטער פון מהרז"ל?.... פארן אנרופן די ארגסטע לשונות פאר מיליאנען גוים?

און ווען האט ר' ישעי' יעקב שטויבער ובניו מפייס געוועהן דעם ברך משה? און ווי? און וויאזוי?

ווען האט הגה"צ מאנטיווידעא רב זצ"ל מפייס געוועהן רביה"ק זי"ע פארן זאגן די ווערטער "געצל מדברת מתוך גרונו"?.... אדער פירן א מערכה קעגן רצון פון רביה"ק אז מ'דארף גיין צוזאמען מיט די ארבער?.... ווי און וויאזוי איז דער פיוס פארגעקומען???....

ווי איז דער פיוס פון ר' שמעון ווייס ע"ה וואס מהרז"ל האט געזאגט ביי זיין לוי' אז ער איז געוועהן א ידיד בלב ונפש פארן טאטן?

ווי איז דער פיוס פון שארמאש'ע רב שליט"א וואס איז לעצטנס געווארן דער מציל ומשיע וואס געט אונטער שריפטן אויף יעדע זאך וואס דער פארטיי / אברהם לויפער פארלאנגט?....

נעבאך כיון דאידחי אידחי, איין פליפ פלאפ ברענגט דאס צווייטע, און זיי קאלערן זיך איבער זייערע אייגענע פליפ פלאפ, ועוד ידם נטי', ממילא איז פארשטענדליך אז זיי שטיקן זיך אין דרייען זיך זייערע אייגענע ראלער קאסטער, און מיר להבדיל נארמאלע מענטשן האפן אז דער עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו, אמן.



תוקן על ידי קונצען ב- 19/01/2012 21:31:39




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די בעלזא פיוס מיט א ניכטערן בליק - קרעדיט פאמאגראנט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.