בית פורומים אידישע געדאנק

א פינגער איז נישט קיין האנט (בעלזא)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/1/2012 19:13 לינק ישיר 
א פינגער איז נישט קיין האנט (בעלזא)

די ליניע פון צד מרז''ל  איז זייער גראד, וואס ער האט פוער פיו געווען אויף רביה''ק זי''ע האט ער געטון על פי השו''ע, אבער ס'נעמט נישט אוועק אויף דעם וואס ער האט אפגעלאכט פון תורת החת''ס ותלמידיו (וואס האבן מתיר געווען שטאפ גענז..) פון התבדלות מרשעים, און ער איז די פאן טרעגער פון התחברות לרשעים, פארדעם טאר מען ניט האבן קיין שייכות מיט די כת עד אשר ישובו מדרכם.
 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:29 לינק ישיר 

אויף די צווייטע חלק פון דיין תגובה איז דא אין איד די וואך א לענגערע ארטיקל פון הרב מנשה פילאפף שליט"א ווי ער איז שיין מסביר דאס התחברות לרשעים פון בעלזא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:39 לינק ישיר 

הרב געלעכטער,

עס איז זייער שיין דער ארטיקעל פון הרב פילאפף

אבער דער זעלבער הרב מנשה  פילאפ האט עפעס נעכטן געדארפט רעדן אין "ראדני".
וואס האט פאסירט אז מ'האט עס גערוקט צו "קאראד"?

יך ווייס אז יעדן ליל חמישי (מיטוואך ביינאכט) איז ראדני פול געפאקט מיט לומדים, אבער האט מען נישט געקענט טרעפן איין שטיבל צי רעדן און מ'האט עס געמוזט אראפרייסן די צעטלעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:49 לינק ישיר 

וואס הייסט "געדארפט רעדן אין ראדני?" ווען האט ער געדארפט און ווען איז עס געווארן אויס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:50 לינק ישיר 

אראד ק'אראד =אזוי ווי אראד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:52 לינק ישיר 

גוט געזאגט סעלפאון.

געלעכטער, ער האט נעכטן געהאלטן א דרשה, אבער ס'איז נישט געווען אין ראדני ווי געפלאנט, נאר אין אראד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:56 לינק ישיר 

פון אן אנדערע תגובה(איך האף די מנהל ערלויבט דאס)
לאנצוט כתב:
אוטספאוקן.

זייער גראד.

1) א דרשה אין ראדני דורך הרב הגאון הצדיק ר' מנשה פיליפ קעגן בעלזא מיטוואך נאכט, קודם  יא. נאכדעם ניין. נאכדעם קיין אראד.
דאס איז ערשטע גראדע סטעפ אויפן לייטער.
 ס'איז זייער נארמאל אז ווען איינער טוט א פאזיטיוו שריט מיטן איבערבעטען די רבין (נישט קיין חילוק אלץ וואסערע סיבה) זאל מען נישט אין סאטמאר יעצט האלטן אן אפציעלע דרשה אקעגן אים.

2) דער איד שרייבט אז בעלזא האט מקיים געווען דעם פסק אין שלחן ערוך ה' יום הכיפורים.
דאס איז צווייטע גראדע סטעפ אויפן לייטער.
יא, ווייל ער האט דאס געטון, אבער זיי ברענגען אויך ארויס אין די זעלבע ארטיקעל די צווייטע זייט פון מטבע.

3) דערנאך קומען היציגע קול קורא'ס קעגן בעלזא אין ראדני, איינס שארפער פון צווייטן.
דאס איז די דריטע גלייכע סטעפ. און די באן פארט ווייטער.
יא, ווייל ביי די צד רז''ל איז דא וואס ברענט זיי קנאות וואס רביה''ק האט אונז געלערענט


ווי האט נאר באב קערי געזאגט איבער איראק, איך בין געווען די מלחמה אין איראק איידער איך בין געווען דערפאר....

אבי ס'איז שלום !

ביטע נישט פארגעגסן: מיר זענען דעקעלעך !
 .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 20:03 לינק ישיר 

אוטספאוקן דאס האב איך געשריבן פון די ערשטע מינוט:

דער איד נעמט די ליניע פון "קול סאטמאר".

און אין ראדני איז די ליניע נעגאטיוו. בשעת ער האט געמאכט א פיוס, הענגט מען די צעטלעך אז ער האט מבזה געווען רביה"ק זי"ע.

אלזא, יא פיוס אדער נישט פיוס.

ביי מיר הייסט דאס צירקוס. (ביי דיר אויך, אבער ס'איז דיר שווער מודה צו זיין, און איך פארשטיי דיר)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 20:26 לינק ישיר 

די צעטעל (ארויסגענומען 3 שורות) איז נאך אקטועל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 20:35 לינק ישיר 

ביסט גערעכט אוטספאוקן. ס'איז נאך אקטועל.
פארוואס ווערט נישט די אקטועלע קול קורא געדרוקט אין דער איד, טאקע מודיע צו זיין דעם דבר ה', אז ס'איז נישט בטל געווארן, ווען ס'איז דא א טשטוש הדעות.
פארוואס דארף מען עס מעלדן דווקא אין די ווענט פון ראדני.
און פארוואס ווען ר' מנשה פילאפף רעדט, איז עס אין אראד. איז שוין נישטא קיין ארט אין ראדני.
עס איז דאך אקטועל און יעדער איז "בדעה אחת"?

צום שלוס:
אוטספאוקן טייערער:
דו שפילסט א געים פון ווערטער. און דו מאכסט דיך צונאר אז ס'איז קיין שום "שפלינטער" נישטא.

איר רעדט זיך איין, אז ס'איז דא איינער וואס
יעדעס ווארט וואס דו און "אלע אנדערע 20 ניקים" שרייבן, מאכט איר זיך אלע צונאר.

שפיל ווייטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 20:43 לינק ישיר 

ווייל די איד לייגט נישט אריין קיין געשטיקעלע זאכן (וד''ל) זיי האבן א שיינע  גאנצע ארטיקעל פון ר''מ פילופ וועגן זייער התחברות לרשעים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 20:43 לינק ישיר 

לאנצוט, איך הער נאך אלץ נישט וואס הייסט ער האט "געדארפט" רעדן אין ראדני? איז געווען א צעטיל אז ער גייט רעדן אין ראדני דערוועגן? ‎​
 
והשנית האב איך דיר שוין מסביר געווען עטליכע מאל, אז דו ווילסט וועל איך עס איבערגיין מיט דיר. דער איד מיט די צעטליך זענען נישט קיין סתירה. דער איד האט געדעקט די טרוקענע פאקטן אז ער איז געקומען מפייס זיין כמבואר בשולחן ערוך, און די צעטליך אין שול און דער מאמר פון הרב פילאפף אין דעם תורה רובריק שטעלן קלאר אז אפילו ער האט מפייס געווען דעם רבי'ן איז ער נאך אלץ א מתחבר לרשעים וכו', דעריבער איז ער נאכנישט כשר, אפילו ער האט מפייס געווען. פארשטענדליך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 20:50 לינק ישיר 

געלעכטער:

יעדער ווייסט אז "בעלזא איז ווייטער אסור", פינקט ווי "גור" איז ביי אונז אסור, און עס איז גארנישט נשתנה געווארן. אלעס איז די זעלבע אסור, און די שיטה הקדושה בלייבט ווייטער קאי וקיימא, פיוס ארויף אדער פיוס אראפ.
אלזא, קיין ארטיקל אין דער איד איבער התחברות איז נישט דער פאינט דא.


מיר רעדן לגבי דעם שטעלונג פון צד מהרז"ל איבער דעם "פיוס" ביים ציון פון רבי'ן זי"ע.
דער פיוס ווערט פאזיטיוו געקאווערט אין דער איד, פינקט ווי קול סאטמאר. פינטל. אן קיין שום פראטעסט אדער פלאקאט אדער קול קורא אדער סיי וועלכע נעגאטיוון בליק.

דער זעלבער פיוס ווערט אראפגעריסן אויף די ווענט אין ראדני מיט מחאות און פראטעסטן!
צי זאגן אז ס'איז די זעלבע דער איד און די מחאות, איז געמאכט פורים פון דיר און פון דיין גאנצע קאמפאני!

טוה עס ווייטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 20:59 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
געלעכטער:

יעדער ווייסט אז "בעלזא איז ווייטער אסור", פינקט ווי "גור" איז ביי אונז אסור, און עס איז גארנישט נשתנה געווארן. אלעס איז די זעלבע אסור, און די שיטה הקדושה בלייבט ווייטער קאי וקיימא, פיוס ארויף אדער פיוס אראפ.
אלזא, קיין ארטיקל אין דער איד איבער התחברות איז נישט דער פאינט דא.


מיר רעדן לגבי דעם שטעלונג פון צד מהרז"ל איבער דעם "פיוס" ביים ציון פון רבי'ן זי"ע.
דער פיוס ווערט פאזיטיוו געקאווערט אין דער איד, פינקט ווי קול סאטמאר. פינטל. אן קיין שום פראטעסט אדער פלאקאט אדער קול קורא אדער סיי וועלכע נעגאטיוון בליק!
‎​
 
דו ווילסט שטעלן מסקנות צי דו ווילסט זיין אויפריכטיג? דער איד דעקט דעם פיוס ווי א נייעס, עס איז הכל מודים אז דאס איז א וועלטס געשעעניש דעריבער באקומט דאס דעקונג. פלאס וואס דער איד ברענגט אזוי שיין ארויס פארוואס ער האט געדארפט מפייס זיין, און אז מ'האפט אז ער וועט גענצליך תשובה טון. אין דעם זעלבן איד איז דא א השקפה מאמר וואס שטעלט קלאר אז טראץ דעם וואס ער האט מפייס געווען דעם רבי'ן ז"ל, איז ער נאך אלץ זיך מתחבר לרשעים און איז גארנישט בעסער פון אלע ציונים און אגודאים (אפילו אפשר ערגער.) ‎​
 
אבער אז מ'רעדט שוין פון ווער עס איז פורים, איז אפשר בוסטו מיר מסביר דעם פורים אז בחצר און קול סאטמאר דעקן דאס אזוי ברייט, און אין דער בלאט איז נישטא קיין ווארט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 21:04 לינק ישיר 

געלעכטער

איר האט געוואלט קול סאטמאר זאל אויך לייגן א בילד

אזוי ווי די בלאט

יא? . . .




דו פארשטייסט די חכמה פון לייגן א בילד

און איך זאג אז ווען די איד ווייסט ווען אז די בלאט גייט דאס טאן

וואלטן זיי דאס אויך געטוען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 21:04 לינק ישיר 

ווי סאיז נישטא קיין הנהגה איז אלץ דא עקסטרעמיסטן וואס ווילן ארויפלייגען זייער מיינונג אויפען גאנצע ציבור. עיין בחב״ד די משיחיסטן. בברסלב נ נח. בסאטמאר הבני יואל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > א פינגער איז נישט קיין האנט (בעלזא)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext