|
|
| נשלח ב-19/1/2012 21:05 |
|
| |
געלעכטער.
אויפריכטיג גערעדט, איז די נייעס פון דער איד, געדעקט נישט ווי א נייעס, נאר ווי א פאזיטיווע געשעעניש. דאס איז דער מציאות. און עס ענדיגט מיט דעם זעלבן וואונטש וואס קול סאטמאר האט געהאט. (לחש בלע"ז).
לגבי דער בלאט, וויאזוי איך פארשטיי. זיי האבן אפגעמאכט אז "נישט שרייבן" איז בעסער פון "יא" שרייבן. אויף שרייבן קען מען האבן קריטיק, אויף נישט שרייבן קען מען גארנישט קריטיקירן (אויפריכטיג גערעדט, נישט היידפארק זידלערייען).
לגבי דעם השקפה מאמר האב איך שוין געזאגט אויבן, דאס איז גארנישט נשתנה געווארן, און ס'קען פינקט אזוי זיין קעגן גור און סלאנים, ווייל מיט התחברות לרשעים און נעמען געלט ממקורות זרים זענען זיי אלע גלייכע שותפים לאיסור.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 21:06 |
|
| |
געדארפט רעדן אין ראדני... טיפיקעל ארוני א מינוט נאכן דמיונ'ן ווערט עס שוין א פאקט
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 21:15 |
|
| |
לאנצוט, האסט נישט געליינט דעם מאמר און דו רעדסט ווי א גאנצער ווייסער. דער מאמר פון הרב פילאפף אטאקירט דירעקט דעם בעלזער פאר זיין התחברות לרשעים, באזירט אויף די דברות קודש פון רבין שליט"א מיט צוויי וואכן צוריק אין קרית יואל ביים דינער.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 21:25 |
|
| |
הרב מנשה פילאף איז קעגן דעם פיוס. און דערפאר האט ער נעכטן געהאקט דערויף אין אראד.
איטס אבאוט טיים צו פעיסן רעאליטי.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 21:28 |
|
| |
וואס הייסט קעגן דעם פיוס? דאס אז דער בעלזער האט מפייס געווען איז א פאקט, וועטער יו לייק איט אר נאט. אבער די תוצאות דערפון זענען דא חילוקי דעות. די אינגעלעך אהרונים זאגן אז ר' אהרן זאל שוין גיין טאנצן מה יפית מיטן שוואגער, אזוי אז דער בילד זאל אפהילעכן אין די גאנצע וועלט. די זאליס און עלטערע אהרונים זאגן, יא ער האט מפייס געווען ס'מיינט אבער נאכנישט אז איך מוז יעצט ווערן זיין בעסטע חבר.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 21:33 |
|
| |
ווען מ'גייט באזוכן דעם גערער רבי'ן הייסט עס טאנצן און מה יפית'ן? אויב נישט, איז באזוכן דעם בעלזער רבי'ן היינט צו טאג, אויך נישט. אלזא וואס איז דער פראבלעם.
אויב איז דער פיוס גארנישט ווערט, און צום גערער רבי'ן מעג מען יא גיין און צום בעלזער נישט, איז דער פיוס גארנישט נאר א פורים שפיל. איז דאך דער באשרייבונג אין דער איד א פורים שפיל.
אלזא, פארשטיי איך נישט דיין מהלך יעצט. ווייל לשיטת הרב מנשה פילאפף איז דער פיוס א פורים שפיל, ווייל צום בעלזער טאר מען נישט גיין, ביים וויזיט פון קלויזנבורגער זעט מען יא הרב מנשה פילאף זיצן דארט ווי א גרויסער חסיד.
עס קוקט אויס היפש קאמיש. מ'דארף א קאלקיוליעטאר צו האלטן חשבון.
וואס דענקסטו געלעכטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 21:42 |
|
| |
לאמיר שוין זאגן אז סאיז יא דא חילוקי דעות (וואס איז סתם געזויגן פון פינגער) איז עס דען א פראבלעם אז יעדער האט א מיינונג? מיז עפעס יעדער אריינקוועטשען דאס מח סזאל שטומען מיט שמואל ווידערס? מיז יעדער איינצוימען די געדאנקען לויט ווי די פארטיי פירער געבן אן יעדן דאנערשטיג?
איבער די פארדאבענקייט פון בעלזא האט די רבי געלאזט הערן קלארע דיבורים און דברי מחאה וואס האט אפגעקלינגן איבער דו היימישע וועלט, וואס אנבלאנגט דער פיוס - וואס קען שוין זיין שלעכט מיט בעטן מחילה? וואס ווייטער דאס האט שוין יעדער זיין מיינונג
אויך מיר א בירגער קריג
תוקן על ידי הדלקה ב- 19/01/2012 21:43:14
תוקן על ידי הדלקה ב- 19/01/2012 21:45:19
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 21:46 |
|
| |
לאנצוט! די בלאט שרייבט גארנישט?? א גרויסע פלא די דעקעלעך האבן דאך געפייערט א גאנצע וואך אז דער טעיסטי וועט זיך ענדליך קענען טרעפן מיט דעם שוואגער אין עס וועט זיין ריזיגע פיקטשערס איבראל אין דער בעיבי הקדוש וועט זיין זייער העפי מה נשתנה?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 21:49 |
|
| |
ליין דעם מאמר פון הרב פילאפף די וואך וועסטו פארשטיין די נפק"מ צווישן גור און בעלזא. (כאילו דו ווייסט נישט)
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 21:51 |
|
| |
איך האב שוין געשריבן אז דעקעלע איז א קללה, נישט קיין אנטווארט.
די נייעס די וואך איז אז דער בעלזער רבי האט געשיקט א מנין דיינים וחשובי העדה מפייס צו זיין בשמו רביה"ק בעל דברי יואל, ובעל ברך משה.
דאס איז די נייעס.
די אנדערע זאכן וואס דו שרייבסט, איז מסתם דיין ווייטאג וואס דו דריקסט אויס אומווילנדיג. דאס איז זיכער נישט געווען די נייעס. אפשר אן אנאליז פון א בחדרי חרדים שרייבער.
נאכאמאל, דער בלאט שרייבט נישט גארנישט. פארוואס ווייס איך נישט. און עס אינטרעסירט מיר נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 22:43 |
|
| |
איך וועל פראבירן צו ענפערן איין מאל וועגן די בלאט און די גאנצע נושא פון מיין בליק
מאנטאג איז געווען א היסטארישע געשהעניש, בחצרות סאטמאר האט גלייך ארויס געשיקט א אימייל, קול סאטמאר האט גלייך ארויף געלייגט א מודעה, די טוויטער מעסעדשעס פון די ארונים האבן גלייך געשיקט א מעסעדש.
אלע מיט'ן זעלבען גאנג.
בעלזא האט עפ"י הלכה איבער געבעטן רבותינו הקדושים זי"ע און אזוי ווי יעדער איד וויל אז זיינע חטאים זאלן מכופר ווערן ביים זאגן סלח לנו (צו ער זאגט עס ערענסט צו נישט) אזוי אויך איז מכופר געווארן זיין חטא.
אבער לגבי התבדלות מרשעים, איז קלאר אז דער בעלזא'ר רב כל זמן ער נעמט געלט וכו' וכו' איז ער פונקט ווי דער גער'ער סלונים'ער ביאיאן'ער קוילוזנבורג'ער, דאס איז געווען די מעסעדזש מאנטאג נאכמיטאג
דער בלאט האט געהאלטן אז זיי דארפן שוין נישט מעלדן דעם חלק וואס איז שוין פאשפרייט געווארן בכל תפוצות ישראל אלס דער אפציעלער הודעה פון קהילת סאטמאר און זיך באגעניגנט מיט בילדער
משא"כ קהילת מהרז"ל, איז געווען שטיל און שאקירט פון די גאנצע מעשה און נישט די קול התאחדות האברכים נישט די אפציעלע טוויטער גראפ'ס האבן גרעדט פון דעם.
נעכטען נאכט האט ר' מנשה געהאלטן א דרשה ווי ער האט בתוך הדברים געזאגט אז איינער האט אמאל איבערגבעטן רביה"ק בעל ויואל משה אז ער האט באשמיצט דעם ספר הק' ויואל משה האט רביה"ק עם געזאגט על כבודי קען איך מוחל זיין, אבער אויפן כבוד פון ספר הקדוש איז נישטא קיין מחילה עכ"ל נעכטען נאכט.
היינט צופרי ווען איינער האט געפנט דער איד, האט ער געזען צוויי זאכן, ביידע ממש אזוי ווי די ארונים האבן א גאנצע וואך גזאגט
א' דער בעלזא רב האט איבער גבעטן רבותינו הקדושים און עפ"י הלכה איז מחול לו
ב' אז דער התבדלות מרשעים פון אלע וואס גייען נישט בשיטת רביה"ק איז ווייטער במלוא תוקפו פונקט ווי גער וויזניץ וכו'
היינט צופרי איז אנגאנגען געווארן ראדני מיט גרויסע ליילעכער קעגן דעם פיוס (נישט שלום נאר פיוס ווי גער מיט וויזניץ), ביי מיר מיינט עס א ברודער קריג נישט די זעלבע דיעה
אויב דער צייטונג דער איד שרייבט מחול לו וואס מיינט ער ווערט פונקט ווי ליבאוויטש וויזניץ און גור, און הרב מנשה פילאפ האלט א דרשה אז ס'איז נישט מחול, ליילעכער הענגען מיט'ן פילסטע ברען
דאס מיינט א ברודער קריג לויט מיינע אויגן
איז דא איינער וואס קריג זיך מיט מיר?
תוקן על ידי בחצרסטאמאר ב- 19/01/2012 22:52:13
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 23:07 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | וואס הייסט קעגן דעם פיוס? דאס אז דער בעלזער האט מפייס געווען איז א פאקט, וועטער יו לייק איט אר נאט. אבער די תוצאות דערפון זענען דא חילוקי דעות. די אינגעלעך אהרונים זאגן אז ר' אהרן זאל שוין גיין טאנצן מה יפית מיטן שוואגער, אזוי אז דער בילד זאל אפהילעכן אין די גאנצע וועלט. די זאליס און עלטערע אהרונים זאגן, יא ער האט מפייס געווען ס'מיינט אבער נאכנישט אז איך מוז יעצט ווערן זיין בעסטע חבר. |
|
ווער האט פון אים שוין געהערט איין ווארט פון תשובה?
ווער האט פון אים שוין געהערט איין ווארט פון תשובה?
נישט אז ער האט געהאלטן א מחילה דרשה ברבים
ווי די הלכה איז באותו מקום באותו מעמד
און נישט ער האט עס געטון אליינס
(ווי ר' יוסף וואלדמאן האט עס געטון אויפן ציון הק' ווי ער האט מפייס געווען דעם ברך משה ברבים)
אוודאי איז זייער באקוועם צו שיקן זיינע פעיראל איינגעשטעלטע,
אבער דאס איז ווייט פון א אמת'ע תשובה
הרה"ח ר' יוסף וואלדמאן שליט"א האט ברבים מפייס געווען רבינו ברך משה זצ"ל
תוקן על ידי 123news ב- 19/01/2012 23:25:14
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 23:12 |
|
| |
שליחו של אדם כמותו,
קרעדיט: חז"ל, שו"ע
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 23:13 |
|
| |
מזל טוב !
סאו דער פיוס איז נישט קיין פיוס. די זאלונים קענען אפילו לפנים נישט דורכקומען צווישן זיך.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 23:32 |
|
| |
יוסף וואלדמאן האט נישט געטאן כמבואר בשו"ע. ער מוז זיך אויסטאן די שיך וויבאלד ער האט אים מבזה און מצער געווען בחייו.
דער בעלזער רבי דארף נישט, וויבאלד ער האט מבזה געווען לאחר פטירתו.
די הלכות אויף היידפארק זענען טאקע אנדערש פון דעם שלחן ערוך. אבער דער שלחן ערוך איז דער פוסק ביי כלל ישראל, נישט היידפארק.
אלזא ווען הרב יוסף וואלדמאן וועט נעמען א מנין, און אליין ארויפגיין צום ציון און זיך אויסטאן די שוך, און זאגן דעם נוסח ברבים, וועט ער מקיים זיין דעם פסק הלכה.
דערווייל האט הרב יוסף וואלדמאן געמאכט א גוטע דזשאוק מיט זיין פיקטשער מאכער.
|
|
|
|
|