שמואליונה, ניין. איך לייקן נישט עס איז קיין שום דרשה נישט געווען פון ר' דוד שלמה עקשטיין. ושלום על ישראל.
עס איז אמת אז רבי דוד שלמה עקשטיין (און אלע חסידי סאטמאר צוגלייך) האלטן קלאר אז בעלזא באגייט נאך אלץ א גרויסע עוולה מיט דעם וואס זיי נעמען געלט, לערנען ענגליש וכו' וכו'. אבער נישט ר' דוד שלמה, און אויך קיין שום אנדערער רעדט נישט קיין דרשות, און אין קיין איינע שולן פון חסידי מהר"א הענגט נישט קיין שום צעטלעך, קול קורא'ס אדער פראטעסטן. און ס'איז טאטאל "שטיל".
קיינע מחאות און קיינע קול קורא'ס און קיינע דרשות. הייסט ביי דיר בירגער-קריג.
נ.ב. איך בין נישט אנגעווייטאגט וועגן דו רופסט מיך אדער מיין טאטען דעקעלע בן דעקעלע. ווייל איך ווייס אז ווען עמיצער ענטפערט דאס איז דאס א סימן אויף צוויי זאכן:
1) אז דער וואס זאגט דעקל אויף זיין בר-פלוגתא מוז זיין מורא'דיג קלוג און אינטעליגענט. און אויף וועמען מ'זאגט דעם שרעקליכן ווארט דעקל: ווערט זאפארט א טיפש עצום, ושוטה מבהיל, ויחצאל, וכו' וכו'.
2) אז דער וואס זאגט דעקל, מוז שוין יעצט גארנישט ענטפערן צו דער זאך, ווייל ער האט דאך געווארפן דעם אטאם. דער ווער ס'ווערט יעצט א דעקל, קען שוין מער נישט ענטפערן, ווייל ער איז דאך געווארן א דעקל. און וואס ער זאל נאר נישט איבערצייגן, אפילו קלארע פסוקים וראיות כראי מוצקים, שבעתיים מזוקקים, בלייבט ער א דעקל.
ביטע רוף מיר ווייטער דעקל. אבער בנוסף צו דעם, ענטפער אויך צו דער זאך. דעקל איז נישט קיין עטנפער. ס'איז נאר א קללה.
ידידך לאנצוט.
 |
|
|