בית פורומים אידישע געדאנק

"דער איד" ·ווי שטייט 1 ווארט וועגן שלום/התקרבות?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/1/2012 22:23 לינק ישיר 

אזוי ווי אלע שרייבער דא האבן מיך "אראפגעריסן" און אפגעלייקענט אז ס'איז דא עפעס א "חילוקי דעות" ביי קהל מהרז"ל און איין צד רייסט און דער אנדערער קלעפט.

זענט איר אלע יעצט מכובד אויפצוקלערן אייער שטעלונג איין מאל קלאר און דייטליך:


האט צד מהר"א עפעס געזאגט (נישט היידפארק אדער בחדרי חרדים, נאר צד מהר"א) אז מ'גייט ווערן "גוט" מיט בעלזא, אדער מ'האט בלויז געזאגט אז דער פיוס איז אזויפיל אז זיי זענען יעצט פונקט ווי גור.

מיר גייען נישט דאווענען אין בעלזא ביז היינט און מיר גייען נישט מארגן אויך נישט.
מיר זענען זיך נישט משדך מיט וויזניץ, און מיר גייען זיך מיט בעלז ווייטער אויך נישט משדך זיין.
עס האט זיך גארנישט געטוישט.

מיר זענען נישט מיט די סיקריקים, און מיר האלטן נישט אז דער פיוס איז א דזשאוק.
דער פיוס איז זייער א גוטע זאך, און א גרויסע כבוד פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל.

איי די אלע אונטערגעשריבענע רבנים האלטן אנדערש, בין איך מגלה דעת, אז "סאטמאר" איז נישט בדעה אחת מיט די סיקריקים און די אידישע-אראבער וועלכע גייען צו אראפאט און אכמידאניזשאד.

די וועלכע האבן אונטערגעשריבען זענען אינעם כלל וואס רביה"ק האט געזאגט: קנאות מאכט חרוב די וועלט, ואנקום את נקמתי בם".

דאס האט נישט געזאגט אדמו"ר מהר"א, נאר דער בעל ויואל משה, ודבריו הקדושים קיימים לעולם. אפילו זיי גייען מיט גאר ברייטע ביבער הוטן.

ודי בזה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 22:24 לינק ישיר 

אין לשון הקודש הייסט דאס

פסיק רישי' דלא ניחא לי' . . .


ובפרט אויב מען האט דאס געטוען נאר צו געפעלן די נארישע עקסטרעמיסטן וואס ווייסן נישט וויזוי אויפצועסן אזא זאך

ווייל אנדערש זעה איך נישט פשט

קיינער האט נישט געמיינט אז בעלזא איז מער נישט ציונים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 22:34 לינק ישיר 

דער בריוו איז געשריבן געווארן מיט אנוויייזונגען צום "איד" נישט צו באשרייבן בעלזא אדער אריינברענגן א נאנטקייט מיט זיי נאך די מעמד מחילה, 

איך פארשטיי נישט וואס די אלע קשיות זענען דא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 22:46 לינק ישיר 

לאנצוט פרעגט צום 100סטן מאל:
איינער האט גערעדט אז "ער איז געווארן כשר" און אז מ'גייט זיך מתחבר זיין" מיט בעלזא?

ער האט איבערגעבעטן דעם רבי'ן זי"ע, און געטאן כמבואר בשו"ע.

ממילא יעצט בין איך אויס "מעסער שטעך", אויס פערזענליכע מלחמה.
די זעלבע מלחמה וואס סאטמאר האט מיט "אלע" רעכטע ציונים, האט מען מיט בעלזא.

וואס איז דא שווער צו פארשטיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 22:47 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:


מיר זענען נישט מיט די סיקריקים, און מיר האלטן נישט אז דער פיוס איז א דזשאוק.
דער פיוס איז זייער א גוטע זאך, און א גרויסע כבוד פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל.

איי די אלע אונטערגעשריבענע רבנים האלטן אנדערש, בין איך מגלה דעת, אז "סאטמאר" איז נישט בדעה אחת מיט די סיקריקים און די אידישע-אראבער וועלכע גייען צו אראפאט און אכמידאניזשאד.

די וועלכע האבן אונטערגעשריבען זענען אינעם כלל וואס רביה"ק האט געזאגט: קנאות מאכט חרוב די וועלט, ואנקום את נקמתי בם".

דאס האט נישט געזאגט אדמו"ר מהר"א, נאר דער בעל ויואל משה, ודבריו הקדושים קיימים לעולם. אפילו זיי גייען מיט גאר ברייטע ביבער הוטן.


א. די גרעסטע בזיון פאר רביה"ק זי"ע איז צו זאגן אז דער פיוס איז אים א כבוד, דעם רבינ'ס כבוד איז נישט געווארן מיט קיין האר פארמינערט ווען דער בעלזער ואלף כיוצא בו וואלטן גערעדט אויף אים, און ווערט נישט גרעסער ווען ער בעט אים איבער.

ב. מען דארף זיין א 'סיקריק' צו האלטן אז דער פיוס איז א זשאוק? איך גראדע האלט אז דער בעלזער האט עס געמיינט ערנסט, אבער טאמער איינער האלט אנדערש ווערט ער נאכנישט קיין סיקריק, און איך פארשטיי א צווייטן צד אויך. ניטאמאל די בעלזער חסידים האלטן אז ער האט עס געמיינט ערנסט... (דרכי שלום, טעם הכמוס, ועוד ועוד)

ג. מזל טוב, האסטיך עפעס אויסגעלערנט פון די מדינת ישראל פרעסע, ווען א פרומער איד טוט עפעס וואס מיר געפעלט נישט איז ע א סיקריק.

ד. איך אויף דיין פלאץ וואלט געשפירט זייער נישט גוט מיט זיך, נאכ'ן רעדן אזוי מיאוס אויף מערערע רבנים תלמידי חכמים מופלגים ויראי ה'. אבער איך פארשטיי אז דאס איז נישט אייניג ביי יעדן.

ה. איך לאז דיר איבער די רעכטן מחולק צו זיין מיט  וועם אימער די ווילסט, אבער פארוואס מיינסטו אז דיין (!) מיינונג רעפרעזענטירט 'סאטמאר', מער ווי די מיינונג פין 60 יעריגע תלמידי חכמים וואס האבן נאך פערזענליך מקבל געווען פונ'ם ''דברי יואל"?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 22:48 לינק ישיר 

הדלקה וויל עפעס אראפשטעלן אז "די אונטערשריפטן זענען בלוז א "אנווייזונג" נישט קיין קריטיק.

פראביר ווייטער צו פארענטפערן דעם שארפן שפליטער צווישן דעם סיקריקין לאגער און די משה גבאי פראקציע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 22:50 לינק ישיר 

יא! איינער האט געשריבן! אלע העבראישע וועב שייטלעך באשרייבן פראמינענט די "שלום" וואס האט אויסגעבראכן! די ענגלישע וועבזייטלעך,  די משכילישע "עמי" לייגט א גרויסע בילד פון ר בערל מיט ר אהרן קוועטשן זיך די הענט, 

אלזא די בריוו גיט הדרכה פאר די סאטמארע צייטונג דער איד וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די נייעס, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 22:51 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
הדלקה וויל עפעס אראפשטעלן אז "די אונטערשריפטן זענען בלוז א "אנווייזונג" נישט קיין קריטיק.

פראביר ווייטער צו פארענטפערן דעם שארפן שפליטער צווישן דעם סיקריקין לאגער און די משה גבאי פראקציע.

אדרבא ווייז מיר אן אין די בריוו קריטיק, בנוגע די בירגער קריג - בין איך נישט מחיוב צו פארענטפערן דיינע מיט דיינע היידפארק קאלעגענ'ס דמינונות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 22:58 לינק ישיר 

אויטענטיש כתב:


מיר זענען נישט מיט די סיקריקים, און מיר האלטן נישט אז דער פיוס איז א דזשאוק.
דער פיוס איז זייער א גוטע זאך, און א גרויסע כבוד פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל.

איי די אלע אונטערגעשריבענע רבנים האלטן אנדערש, בין איך מגלה דעת, אז "סאטמאר" איז נישט בדעה אחת מיט די סיקריקים און די אידישע-אראבער וועלכע גייען צו אראפאט און אכמידאניזשאד.

די וועלכע האבן אונטערגעשריבען זענען אינעם כלל וואס רביה"ק האט געזאגט: קנאות מאכט חרוב די וועלט, ואנקום את נקמתי בם".

דאס האט נישט געזאגט אדמו"ר מהר"א, נאר דער בעל ויואל משה, ודבריו הקדושים קיימים לעולם. אפילו זיי גייען מיט גאר ברייטע ביבער הוטן.


א. די גרעסטע בזיון פאר רביה"ק זי"ע איז צו זאגן אז דער פיוס איז אים א כבוד, דעם רבינ'ס כבוד איז נישט געווארן מיט קיין האר פארמינערט ווען דער בעלזער ואלף כיוצא בו וואלטן גערעדט אויף אים, און ווערט נישט גרעסער ווען ער בעט אים איבער.
לאנצוט ענטפערט: דער פיוס איז א כבוד? א שאלה. אז איינער טשעפט מיין טאטן, און שיקן צען דיינים וחשובים אים איבערבעטן ווי דער שו"ע הייסט, איז עס מיר א גרויסער כבוד. אז דיר שמעקט עס נישט. איז עס ווייל "נישט דיין צד האט עס דורכגעפירט. (דיין יצר הרע און דיין עגאאיזם און פאליטיק שטיפט דיר ליידער)

ב. מען דארף זיין א 'סיקריק' צו האלטן אז דער פיוס איז א זשאוק? איך גראדע האלט אז דער בעלזער האט עס געמיינט ערנסט, אבער טאמער איינער האלט אנדערש ווערט ער נאכנישט קיין סיקריק, און איך פארשטיי א צווייטן צד אויך. ניטאמאל די בעלזער חסידים האלטן אז ער האט עס געמיינט ערנסט... (דרכי שלום, טעם הכמוס, ועוד ועוד)
לאנצוט ענטפערט: אויב דער בעלזער האט עס נישט געמיינט ערנסט, וואלט ער געקענט שיקן צען פשוט'ע מענטשן, און מקיים זיין די הלכה כפשוטו. ער האט געטאן לפנים משורת הדין.

ג. מזל טוב, האסטיך עפעס אויסגעלערנט פון די מדינת ישראל פרעסע, ווען א פרומער איד טוט עפעס וואס מיר געפעלט נישט איז ע א סיקריק.
לאצנוט ענטפערט: סיקריק מיינט איינער וואס איז עובר כל עבירות שבתורה אינטערן מאנטל פון קנאות, און ווי מרן רביה"ק זי"ע האט געזאגט אז "קנאות מאכט חרוב די וועלט. - מחריבי קרתא קלינגט עפעס היימישל'ךע.

ד. איך אויף דיין פלאץ וואלט געשפירט זייער נישט גוט מיט זיך, נאכ'ן רעדן אזוי מיאוס אויף מערערע רבנים תלמידי חכמים מופלגים ויראי ה'. אבער איך פארשטיי אז דאס איז נישט אייניג ביי יעדן.
?
ה. איך לאז דיר איבער די רעכטן מחולק צו זיין מיט  וועם אימער די ווילסט, אבער פארוואס מיינסטו אז דיין (!) מיינונג רעפרעזענטירט 'סאטמאר', מער ווי די מיינונג פין 60 יעריגע תלמידי חכמים וואס האבן נאך פערזענליך מקבל געווען פונ'ם ''דברי יואל"?

לאנצוט ענטפערט: דער הייליגער רבי זי"ע איז מאריך אין דברי יואל מועדים, אז מ'האט דעם כהן גדול נישט אריינגענומען אינעם בי"ד וועלכע זענען מעבר דאס יאר, ווייל "אפשר" וועט ער האבן א "נגיעה". אז עס וועט אים זיין קעלטער ביים טוען די עבודה אין ביהמ"ק. אויב מ'וועט מעבר זיין. 

איך בין נישט קיין חושד בכשרים אז די אונטערגעשריבענע האבן "אפשר" א נגיעה. איך רעדן בידועה ברירה, ומעיד אני עלי שמים וארץ אז די אלע רבנים וועלכע פארשטווייגן די הליכה לבג"ץ דורך צד מהרז"ל בבני ברק, און זענען קיין טראפ נישט מוחה, איז עס צוליב נגיעה וקבלת שוחד ווי דער פסוק זאגט קלארט: כי השוחד יעוור עיני חכמים ויסלף דברי צדיקים. און דאס האט נישט עקספייערט 3500 יאר צוריק. עס גייט נאך אן תשע"ב. און ליידער זעט עס די גאנצע וועלט.

ואין די בזה. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 23:05 לינק ישיר 

איך בין שאקט צי זעהן ווי נארמאל מען דעבאטירט די זאך
איך מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס מען רעדט צי די זאך אין מיט דרך ארץ

יעצט מיין פאינט אוו וויאו

משה גבאי האט אראפ געלייגט א העכסט נארלמאלע ארבעט אין אראפ געשטעלט די זאלי'ס אלץ נארמאלע מענטשן באזעסענע מענטשן
וואס די דיינים ווילן ווייס איך נישט אין פין וועלכע בולבול המוחות ר' משה מנחם רעדט  ווייס איך אויך נישט
קיינער איז נישט מבולבול געווארן פין די פיוס סך הכל האט ר' משה מנחם מבלבל געווען דעם עולם

אויסער אז ס'קען זיין אז די דיינים רעגן זיך אז מען האט זיך מיט זיי נישט דורך גערעדט פארדעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 23:05 לינק ישיר 

הדלקה כתב:
יא! איינער האט געשריבן! אלע העבראישע וועב שייטלעך באשרייבן פראמינענט די "שלום" וואס האט אויסגעבראכן! די ענגלישע וועבזייטלעך,  די משכילישע "עמי" לייגט א גרויסע בילד פון ר בערל מיט ר אהרן קוועטשן זיך די הענט, 

אלזא די בריוו גיט הדרכה פאר די סאטמארע צייטונג דער איד וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די נייעס, 
.

הדלקה.
עמי איז א לשון הרע מאגאזין. היידפארק איז א לשון הרע בלאג.
און אויב א היידפארק שרייבער וועט פירקלען אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט אנגעקאלט דעם בעלזער רבי'ן און אים געזאגט "אחי אתה" הייסט דאס אז "דאס איז געווארן א מציאות?

איז טוויטער מיט היידפארק דיין מעסטער.
ביטע עקט ווי אן ערוואקסענער.

איך האב געקלערט אז אוודאי וועסטו עפעס טרעפן קריטיק אין דעם וואס ר' שמואל שלמה טעללער האט זאגט, קומסטו מיט א טוויטער און שוין איז עס דיר גוט צו אטאקירן?

ביסט א קינדערגארטן יונגעל, פליז !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 23:12 לינק ישיר 

אנטשולדיגט צדיקל אבער איך בין נישט היינט געבוירן, חדשות בחדרי חדרים, כיכר השבת, ישבה ווארלד נויז, זענען היינט פון די גרעסטע נייעס פארשפרייטער אין די חרדישע וועלט, און יא... אפילו מער ווי אם.. וויאזוי הייסט ער נאר... שמואל שלמה טעללער
עמי איז היינט פון די גרעסטע אידישע מאגעזינען אויף די ענגלישע שפראך, נישט צו ווייט פון די גרעסטע - משפחה.

איך ווייס נישט אין וועלעכע וועלט דו לעבסט, אבער ווי איך בין געגאנגען האט מען גערעדט איבערן "שלום" צווישן בעלזא און סאטמאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 23:15 לינק ישיר 

און ווי קומט דא אריין טוויטער? אדער "אטעקירן" פאר דהעט מעטער, 

אדער (קאפי\פעיסט נאכאמאל) שמואל שלמה טעללער

קיינער אטאקירט נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 23:24 לינק ישיר 

הדלקה
דו זאגסט די בריוו איז א אנווייזונג? ווי א שירעם נאכן רעגן!
וואס האט מען נישט געקענט שיקן דעם אנווייזונג 2 טעג פריער?

אויטענטיש, דער בריוו ברענגט ארויס אז מען איז זיך נישט מתחבר? און וואס ברענגט דער איד ארויס סוף פסוק? אויך די זעלבע!
נו וואס איז דא מוסיף צו זיין? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 23:26 לינק ישיר 

איה"נ עס איז א הדרכה אויף ווייטער, אן קיין קריטיק אויף די פארגאנגענע וואך, 

ווייל עס שטייט אויף הייד פארק, אז סאיז א שארפע בריוו וואס רייסט אראפ משה פריעדמאן ווערט עס נישט דאס,

ליין איבער די בריוו, שכח!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > "דער איד" ·ווי שטייט 1 ווארט וועגן שלום/התקרבות?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.