זעליג כהן האלט ווי סטראבערי, און איך האלט ווי מיר. אצינד, ווען ס'זענען דא חילוקי דיעות איז דא א סיבה פארוואס איך האלט אזוי און דו האלטסט אנדערש. בעט איך אויב איינער פון צד מהרי"י קען אויסשמועסן ביידע זייטן, מיט דאנק פון פאראויס.
נשלח ב-23/1/2012 02:04
דייקן, איך מוטשע זיך צו פארשטיין, אבער עס קען זיין אז די דיינים זענען געווארן איבערגענומען פונעם וועג וויאזוי די נייעס איז געמארקעט געווארן די גאנצע וואך, און בפרט סוף וואך, ווען בחדרי איז ארו יס מיט א שרייעדיגן העדליין אז דער איד האט געדעקט דעם מעמד. פארוואס איז בחדרי נישט ווילד געווערן אז עמי האט עס געדעקט? זעט אויס אז אין דעם היינטיגן קטנות המוחין ווען מען לייגט צו גאר ווייניג קאפ צו פארשטיין א זאך על בוריה, ווערט יעדע זאך אפגעלערנט זייער אויבערפלעכליך, און דער מעסעדזש איז ארויס אז דער איד האט דאס געדעקט = זאליס שלום מיט בעלזא.
און יתכן אז ביינונז אין סאטמאר איז אויך פארהאן כמה וכמה קטני מוחין וואס קאנען אזוי עס אפלערנען, אלזא איז דער בריוו געווען סך הכל אויס צו קלארן דעם טשטוש. אבער כנראה אז פאר רוב שרייבער דא איז דער בריוו געווען איבריג. זעט אויס אז דא דרייט זיך מער דער קלוגערער חלק פונעם ציבור.
ווער איז געשטאנען אונטער דעם בריעף און גארבעט צו סיינען די רבנים עס שרייבען
נשלח ב-23/1/2012 07:40
איך קען פארשטיין די ווייטאג וואס ר' משה מנחם האט. איך וויל נישט מאריך זיין, פרעכט אייך נאך וועגן די חורבן וואס בעלזא אין מאנטריאל איז גורם פאר אלא היימישע מוסדות בפרט מיטן אריינעמען די שטאטישע קאמפיוטערס אין די ת"ת רח"ל. ארגער ווי די משכילים שר"י
נשלח ב-23/1/2012 15:38
1[ אין אמת האט די איד געשריבען זייער נערמאל און נישט צו נאנט נישט צו שארף אקעגען, אבער פאקטיש האט די איד האט די ערשטע מאל זייט תש"מ געשריבען ''כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א", און נאך ענדליכע סימפאטישע זאכען וואס מאכט עס אויסזעהן פאר אסאך מענטשען ווי די גרענעצען זענען צובראכען געווארען און פון איצט זעמיר גוטע פריינט און אחים לדיעה, אויף דעם האבען די דיינים גישריבען א בריף צו די איד קלאר צו מאכען אז "חכמים הזהרו בדבריכם" 2] די בריף איז געשריבען אויסדריקלעך צי די איד און נישט פאר די גאס, די דיינים האבען נישט געוואלט מ'זאל עס ארום הענגען ווי א קול קורא וויבאלד מ'פירט נישט מיט בעלז קיין ספעשעל מערכה איצט, דעריבער זענען עושי רצונם געגאנגען עס אראפנעמען, 3] יא, אין די אלגעמיינער גאס איז שוין פעסט ארימגעגאנגען א פאשטענדעניש אז דעס איז א אנהייב פון א שלום פלאן, ווי די עמי מאגעזין האט אויכעט 'פארשטאנען' אז די פיקטשער ווי די 2 שוואגערס רייבען זיך די הענט איז איצט אין פלאץ, ציליב דעם איז דא אזוינע ווי הגאון הגדול רבי משה מנחם שליט"א וואס ווילען קלאר שטעלען אז די מערכה איז נישט ווי גער אדער אנדערע וואס נעמען טריפה געלט און גייען צו די בחירות הטמאות, נאר די מערכה איז פיל מער און טיפער
נשלח ב-23/1/2012 15:54
אין דעער איד איז געשטאנען בלויז "אדמו"ר מבעלזא", ניטאמאל כ"ק.
נשלח ב-23/1/2012 16:26
נאכן גוט איבערטראכטן די זאך, און נאכן זען די דרשה פון רמ"מ, קום איך צו די מסקנא אז די דיינים זענען נעבעך אומשולדיג, זיי זענען נאר געפירט געווארן דורך זייערער ארומיגע איך זע דאך וואס רמ"מ באדערט, און מיט רעכט, דער פראבלעם איז אבער, איז דען א העדליין אין עמי קובע? כש"כ וכש"כ א העדליין אין בחדרי איז עפעס קובע? איז דא איינער פון ביידע צדדים אין סאטמאר וואס האבן געקלערט אז דער פיוס מיינט אז בעלזא איז מותר ווי פאר די צווייטע וועלט מלחמה? לאמיר גיין א דרגא נידריגער, אפילו דא אין היידפארק, איז דא איינער וואס האט געשריבן אז מיין צד איז פון היינט בשלום ובשלוה מיט בעלזא? (איך רעד נישט אויב איינער האט געשריבן אז יענער איז בשלום...) נאר וואס, מען האט גענומען די דיינים און זיי געפירט אויף א רייד, מען האט זיי גוט אנגעדרייט וואסערע גרויסע חורבן דא גייט זיין, (בערך ווי מען האט בשעתו אנגעדרייט רביה"ק זי"ע ביים שידוך פון רבינו שליט"א (מהר"א) אז פון היינט גייט מען שוין רעדן עיברית, און אלע חומות זענען צופאלן), און ממילא דאס האט געברענגט די אויפברויז די דיינים ווייסן נעבעך נישט אז ווען דער סאטמארער ציבור ליינט די דרשה אדער בריוו טראכט מען צו זיך, נעבעך, וואס איז ער מחדש, ווער האט געזאגט אנדערש
נשלח ב-23/1/2012 17:24
מאירשלום כתב:
ווער איז געשטאנען אונטער דעם בריעף און גארבעט צו סיינען די רבנים עס שרייבען
מאיר שלום, ביטע הער אויף שפילן.
א דאנק.
נשלח ב-23/1/2012 18:37
נאכן גוט איבערטראכטן די זאך, זעע איך אזוי, נישט מהר''א און נישט רז''ל האבן געזאגט א ווארט,
הנה מה טוב ומה נעים שבת משפחת וויזניטץ ובנותיו גם יחד.
די זלונים זענען צופארען, פון איין זייט האט ער איבערגעבעטן אויפן פוגע זיין פערזענדלעך דעם רבין, וואס לכשעצמו האט ער געטון ווי די הלכה אין שו''ע, אבער(א גרויסע אבער) ער האט האט נישט חרטה געהאט פארן זיין די עמלק וואס האט אפגעלאכט פון די שיטה הקדושה (של רבותינו החת''ס ותלמידיו) און צובראכען די גבילות שגבלו רבותינו רבני ירושלים, ועוד. ממילא דאס האט געברענגט די אויפברויז די דיינים אז זיי זאלן שטארק ארויס ברענגען די צווייטע (עיקר) זייט פון די מטבע. אפילו ווען דער איד האט בעצם נישט שלעכט געשריבען.
נשלח ב-23/1/2012 18:44
איך האלט דעס רעפעקלעטירט ביידע צדידים
ר' אהרן ט"ב הוא מנהיג חזק, ועושה מה שרוצה. אני יודע שהי' אויבר חכמים בין מקורביו שהזהירו אותו לא לעשות שלום עם קלוזנבורג, מפני "מה יאמרו ה'גאס'". אבל הוא עשה שלום והיום כולם מודים שזה הי' הצעד הנכון. הזאלונים הם קואליציה מכל סוגי קיצונים: בני יואל, סיקריקים, לייטנר, קאשוי, שרמאש, טשאטה. לכל אחד ואחד מהם יש המנהיגים שלהם. רז"ל ט"ב הוא שליט בובה, ללא כוח אמיתי. האהרונים קוראים להצד שכנגד "זליבאן" מפני שהם כמו הטליבאן, קיצונים, משוגעים, פנטיים. רז"ל באמת נתן את האור ירוק למשה פרידמן לעשות שלום עם בעלזא. אבל מה יש לעשות כשהמנהיגים הפנטיים אחרים מאיימים עם מלחמת אזרחים בתוך הקואליציה הזאלוני
נשלח ב-23/1/2012 18:48
אוטספאוקען.
דער מציאות איז קלאר:
פערצופאל האט דער איד גענומען די ליניע פון "קול סאטמאר" און האט פאזיטיוו געדעקט דעם פיוס.
פון שלום האט קיינער נישט גערעדט, און עס איז נישט עולה על הדעת צו מאכן שלום מיט איינעם וואס איז חלק המעמיד אינעם מלכות המינות.
יעצט מיין ענדגילטיגע לעזונג פאר די אלע וועלכע האבן א "בלבול המוחות".
לדעתי איז כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א דער בעסטער "מעסטער" פאר אלגעמיינע סאטאמארע "שיטה אידן", וועלכע וויסן את הדרך אשר נלך בה ואת המעשה אשר יעשון, ואיזה דרך ישכון אור.
דער מציאות איז אז: פשעווארסקער רבי שליט"א איז עכט "אומפארטייאיש".
ר' אהרן ט"ב הוא מנהיג חזק, ועושה מה שרוצה. אני יודע שהי' אויבר חכמים בין מקורביו שהזהירו אותו לא לעשות שלום עם קלוזנבורג, מפני "מה יאמרו ה'גאס'". אבל הוא עשה שלום והיום כולם מודים שזה הי' הצעד הנכון. הזאלונים הם קואליציה מכל סוגי קיצונים: בני יואל, סיקריקים, לייטנר, קאשוי, שרמאש, טשאטה. לכל אחד ואחד מהם יש המנהיגים שלהם. רז"ל ט"ב הוא שליט בובה, ללא כוח אמיתי. האהרונים קוראים להצד שכנגד "זליבאן" מפני שהם כמו הטליבאן, קיצונים, משוגעים, פנטיים. רז"ל באמת נתן את האור ירוק למשה פרידמן לעשות שלום עם בעלזא. אבל מה יש לעשות כשהמנהיגים הפנטיים אחרים מאיימים עם מלחמת אזרחים בתוך הקואליציה הזאלוני
איש בעלזא 00:40 20/01/2012
ראיתי את מאמרו של ר' מנשה פיליפ שם הוא מביא הוחכות מדברי מרן המהר"י מבעלזא זי"ע על אודות המלחמה ברשעים, אך משום מה הוא מתעלם לגמרי מהוראתו של מרן מהר"א - אשר (כמעט...) כל גדולי הדור הקודם רעדו לדבריו, אשר הוא זה שהורה ללכת לבחירות ולקחת כסף מהמדינה. זה סוד כוחם של המנהיגים לבית בעלזא זי"ע ושיבלחט"א לדעת בכל דור ודור כיצד להרבות כבוד שמים לפי המצב בדור ההוא, ולא לקדש מלחמה שלפני מאה שנים לדור הזה. נאמן להוראת דודו ימשיך מרן האדמור מבעלזא שליט"א להשתתף בבחירות ולקחת תקציבים מהמדינה, ואין זה סותר את בקשת המחילה מהאדמורי"ם מסאטמאר.
נשלח ב-23/1/2012 19:03
.
תוקן על ידי outspoken ב- 23/01/2012 19:43:38
נשלח ב-23/1/2012 19:11
איך האב יעצט געוואלט שרייבן און מסביר זיין מאנטריאלע דיין שליט"א האב איך געזעהן אז נפל האט עס שוין בארירט.
עס איז סך טיפער ווי נפל האט געשריבן. עס האט ממש געהאלטן ביי דעם -און אפי' יעצט ווייסט מען נאכנישט וואס עס וועט זיין אין מאנטריאל מיט י ערליכע ישיבות וואס די רעגירונג דארט צווינגט זיי צו לערנען 3 שעה א טאג לימודי חול, און נישט אויף צו נעמען געלט, נאר אז נישט ווילן זיי עס אינגאנצן אפשפארן! און בעלזא איז געגאנגען נאך פאר די רעגירונג האט עס פארסירט (ווייל זיי האבן דאך נישט למעשה געקענט סטראשענען ווייל מ'האט געווינען אין קארט 'אויף דערווייל') און איינגעפרט פאר ישיבה בחורים 3 שעה א טאג לימודי חול! א זאך וואס האט אפי טייער געקאסט פאר בעלזא ווייל כמעט א האלבע ישיבה איז זיך צופאלן און דער עולם האט ארויסגענו מען די קינדער פון דארט. אבער די מערסטע ברויזן די ערליכע מוסדות וואס יעצט קען די רעגירונג ווייזן, ''קוק די בעלזא גייען אויך מיט בארד און פיאות און דאך האבן זיי מיך געפאלגט!"
דאס איז פארוואס רבי משה מנחם איז אזוי ברוגז אויף זיי. ווייל ער קען זיי.