בית פורומים אידישע געדאנק

"דער איד" ·ווי שטייט 1 ווארט וועגן שלום/התקרבות?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/1/2012 19:33 לינק ישיר 

outspoken כתב:
אוטספאוקען. 
  
 am i missing something or what




כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק איז פון די גרעסטע לוחמים קעגן בעלזא, און ער איז ארויסגעקומען גאר שארף קעגן זיי בשעתו.
כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק איז זייער נאענט צו די הייליגע בעלזא דינאסטיע און האלט זיך א תלמיד פון מרן הק' מבעלזא זי"ע.
כ"ק מפשעווארסק האט זיך געלאזט הערן ביי די פרשה.

יעצט דו פרעגסט ווי א תם:
 am i missing something or what

YES, YOU'RE MISSING, GO FIND OUT

ביטע געפין אויס וואס כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק האט געזאגט איבער פיוס. און ביטע זיי עס מפרסם.



תוקן על ידי לאנצוט ב- 23/01/2012 20:17:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 19:47 לינק ישיר 

איך האב אראפגענומען מיין תגובה ווייל אפילו אויב נאר איינער קען עס אפטייטשען אלץ א פגוע אויף א קדוש ישראל, איז עס נישט ווערט.

לאנצוט ביטע נעם אראפ דיין תגובה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 20:15 לינק ישיר 

אוטספאוקען,
איך האב אראפגענומען אלעס און געלאזט נאר איבער חוות דעתו הבהירה והצרופה פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.

און ביטע ווער געוואויר וואס פשעווארסקער רבי האלט, ווייל זיין חוות דעת איז גאר שטארק רעלעוואנט, און לויט מיין קורצן שכל, איז זיין תורה'דיגע און קנאי'שע בליק איבער דעם ענין, דאס מערסטע וואגיק פון אלע רבנים איבער דער גארער וועלט.

דער מציאות איז:
קיינער פון די רבנים סיי פון דאהי אין חו"ל און סיי פון די רבנים אין עדה החרדית וועלכע האבן געשפילט א ערנסטע ראלע בימים ההם אין די פרשה, לעבט שוין ליידער נישט חוץ כ"ק מפשעווארסק שליט"א.

אוודאי מ'קען טרעפן די חתימה פון ר' ברוך כהנא און נאך חתימות, אבער ערנסטע רבנים וועלכע האבן געפירט די מערכה דעמאלט לעבן שוין קיינער נישט.
א דאנק.


תוקן על ידי לאנצוט ב- 23/01/2012 20:23:59




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 20:20 לינק ישיר 

אויף די תגובה איז דא א פיקטשער פון א פעדער, אז מ'דריקט דערויף קומט ארויף א קעסטעל, און מ'קען מעקען. יש''כ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 20:23 לינק ישיר 

וואס איז די סוד, זאג שוין וואס כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק האט געזאגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 20:25 לינק ישיר 

outspoken כתב:
איך האב אראפגענומען מיין תגובה ווייל אפילו אויב נאר איינער קען עס אפטייטשען אלץ א פגוע אויף א קדוש ישראל, איז עס נישט ווערט.

לאנצוט ביטע נעם אראפ דיין תגובה.


אוטספאוקען:
מ'שרייבט פגיעה. נישט פגוע.
(נחום ראזענבערג קרענק. דזשאקסט קידינג).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 20:25 לינק ישיר 

איך זעה אז ביי אייך איז דער עולם שטארק צומישט

איך וויל נישט מאכן נאכמער צומישט אבער איך וויל פרעגן א שאלה אויף די מאנטריאלע דיין



איך האב געהערט זיין דרשה ווי ער זאגו בנוגע די פיוס אז א געוויסע גדול וואס האט אונטערגעשריבן פאר די בחירות האט געוואלט איבערבעטן דעם רבין און די רבי האט געענטפערט אז דאס האט גארנישט מיט אים פערזענליך און מען קען נישט תשובה טוהן אויף אונטערשרייבן דורך אים איבערבעטן

זייער א שיינע מעשה און לכאורה מיינט ער צו זאגן אז דער בעלזער האט נישט געקענט איבערבעטן




וויל איך פארשטיין ווי קומט איינס צום צווייטן ? ?

דא רעדט מען דאך פון איינעם וואס איז געווען אין סאטמאר "אנדערש ווי אלע אגעדיסטן "

קעגן אים האט מען יא געפירט א פערזענליכע חרם חמור "ווייל ער האט גערעדט אויף אונזערע רביס מיאוס "

אויף דעם איז דאך זיכער אז די וועג איז ער זאל איבערבעטן דעם רבין וואס ער האט פוגע געווען

און דערמיט ווערט ער טאקע יעצט די זעלבע ווי יענער גדול אז זיין חטא איז שוין יעצט בינו לבין קונו

וואס אויף אזא איינעם האט מען קיינמאל נישט געפירט קיין פערזענליכע מערכות און חרמות




פארשטייט דער עולם וואס איך וויל פרעגן ?

וואו קומט דא אריין יענע מעשה ? ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 20:27 לינק ישיר 

outspoken כתב:
וואס איז די סוד, זאג שוין וואס כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק האט געזאגט.
.

כפי ידיעתי ממקור מוסמך האט כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א זיך אנגערופן ווען מ'האט אים פארציילט איבער דעם פיוס פון די צען דיינים כהאי לישנא: "אויף דעם האמיר דאך געווארט" - עכל"ק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 21:26 לינק ישיר 

אזוי ווי עס האט זיך עפעס ארויפגעריקט די תגובה פון פריער, ברענג עס נאכאמאל, און עס איז כדאי צו הערן וואס אנדערע זאגן:

לויט וויפיל איך זעה איז קיינער פון די רבנים סיי פון דאהי אין חו"ל און סיי פון די רבנים אין עדה החרדית וועלכע האבן געשפילט א ערנסטע ראלע בימים ההם אין די פרשה פון בעלז, שוין מער נישט בין החיים ליידער, חוץ להבדיל בחל"ח כ"ק מפשעווארסק שליט"א.

און אז כ"ק מפשעווארסק שליט"א וואס איז היינט פון די עלטערע רבנים אין דור, האט געלאזט הערן א מיינונג אויף דעם, איז עס איז גאר שטארק מכריע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 21:41 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
ווער איז געשטאנען אונטער דעם בריעף און גארבעט צו סיינען די רבנים עס שרייבען

מאיר שלום, ביטע הער אויף שפילן.

א דאנק.
?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 21:51 לינק ישיר 

אישור, צום צענטן מאל, דער ברך משה האט געפירט א ספעציעלע מערכה מיט בעלזא סאך שארפער און מער ווי מיט אנדערע קרייזן, צוויי יאר בעפארן פגיעה בכבוד רביה"ק זי"ע. שטימט שוין? נאך עפעס שווער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 22:10 לינק ישיר 

א מערכה קעגן דעם מענטש פערזענליך ?

לדוגמה וואס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 22:17 לינק ישיר 

אומזיסט כתב:
אישור, צום צענטן מאל, דער ברך משה האט געפירט א ספעציעלע מערכה מיט בעלזא סאך שארפער און מער ווי מיט אנדערע קרייזן, צוויי יאר בעפארן פגיעה בכבוד רביה"ק זי"ע. שטימט שוין? נאך עפעס שווער?


דו האלסט אז כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק ווייסט נישט וואס דו אמת'ער קנאי און לוחם מלחמות השם פירט?
דו טראכסט אז דער בוכ"ע האט טאקע נאר דיך מיט די פאר היידפארק שרייבער וועלכע מיינען אים אמת'דיג?

איך האלט אז פשעווארסקער רבי שליט"א האט נאך אזעלכע פלייצעס און האט נישט קיין שום נגיעה צו בעלזא. און ווייסט אויך די מערכה וואס דער ברך משה האט געפירט.

אלזא, ביטע זיי מסביר פארוואס נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2012 02:17 לינק ישיר 

קודם האב איך נאכנישט געהערט קיין טעיפ אדער אפיציעלע הודעה פון פשעווארסק, נאר פון דיר, א היידפארק שרייבער. לויט ווי דו זאגסט כסדר, קען מען פון קיין ה"פ שרייבער קיין ראיה נישט ברענגען, עס מוז זיין אפיציעל. סאו דערווייל איז עס נישט אפיציעל.

שנית, דער פשעווארסקער רבי איז נישט געבינדן צום ברך משה, סאטמאר איז לפנים יא. ווי פאלט אוועק די צווי יאר ביטערע מערכה פונעם ברך משה מיט איין פיוס? איך מאך נישט אוועק דעם פיוס, און לדעתי איז א עוון פלילי וואס געוויסע האבן געטאן צו אויפהענגען נאכאמאל דעם אלטן צעטל וואס איז געווען זייער פערזענליך וועגן איין סיבה: ער האט גערעדט אויפן רבי'ן. דער קו"ק איז לדעתי בטל ומבוטל, ואסור להשתמש בזה, ויש ע"ז לאו גמור ד"לא תונו איש את עמיתו'" כמבואר בפרק הזהב במס' ב"מ. (איך האב געפאלגט דיין עצה און זיך געזעצט לערנען...).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2012 13:54 לינק ישיר 

די בעלזער האט געפירט א מערכה איבער אידישקייט, און גלייכצייטיג האט ער האט געוואלט ווייזן אז סאטמאר רב איז נישט אזוי גרויס, מ'דארף זיך נישט דעשרעקן פון אים, און אזוי ארום האט ער אפגעחוזק'ט מיט זלזול איבער'ן "שיטה" (עי' בדרשתו) און די ספר הק' ויואל משה.
איז אשר על כן לגבי די חלק וואס ער האט פוגע געווען פערזענליך דעם רבי'ן האט ר' משה מנחם אליינס געזאגט אז דאס איז א דבר טוב, אבער די חלק וואס ער האט גערעדט איבער'ן שיטה און קנאות מיט זלזול, האט גארנישט צום רבי'ן דאס האט מיטן רבוש"ע, און כל זמן די זאכן טוישן זיך נישט איז נישט שייך קיין מחילה כלפי דעם רבוש"ע.

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > "דער איד" ·ווי שטייט 1 ווארט וועגן שלום/התקרבות?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.