סטעיט סענאטאר סקוואדראן שטופט איצט אז די שטאטישע שולעס זאלן זיך שליסן אין די אזיאנער ניי-יאר חגא, און ער וויל דורכפירן אן ענליכן געזעץ אין די סטעיט.
ס'איז זייער א שיינע זאך צו רעספעקטירן די כינעזער און אזיאנער אפשטאמיגע.
דער פראבלעם איז אבער אז יעדעס מאל וואס עס איז דא א סקול האלידע, שליסן זיך אויך אלע ספעציעלע שולעס, ווי עת לעשות, חוש און נאך, וואס ווערן פינאנצירט דורך באורד אוו עד.
הונדערטער עלטערן זענען אנגעוויזן אויף די שולע פאר ספעציעלע קינדער, און מוטשען זיך זייער מיט די יעדן-צווייטן טאג האלידעי.
אין די לעצטע שטיק צייט האבן זיי געהאט, אויסער די גרויסע חגאות פון ניי-יאר, קראצמעך, האבן זיי אויך געהאט מארטין לוטער קינג, וועטעראן'ס דעי און נאך. די עלטערן דארפן האלטן די קינדער אינדערהיים און אפט איז עס זייער שווער. רופט סטעיט סענאטאר סקווארדאן און אסעמבלי פרוי מענג אז בעפאר מ'פירט דורך נייע חגאות, זאל מען טרעפן א לעזונג אז ביי קלענערע חגאות זאל די סיטי כאטש פינאנצירן ספעשל עד אין פריוואטע שולעס.
טוט א טובה פאר די עלטערן וואס מוטשען זיך אזוי. צו זען וואו זיך צו פארבינדן, גייט אונטן פונעם לינק, וואס וועט אייך פירן צו אי.מעילס און טעלעפאן נומערן צו שתדל'ען ביי די באאמטע.
http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/school-holidays-have-consequences-for.html