בית פורומים אידישע געדאנק

"שיעורי תורה דסאטמאר" טעלעפאן ליין - מעכטיגן אפקלאנג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/1/2012 00:56 לינק ישיר 
"שיעורי תורה דסאטמאר" טעלעפאן ליין - מעכטיגן אפקלאנג

מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די נייעס, איבערן פארברייטונג אינעם "שיעורי תורה" טעלעפאן ליין
שע"י התאחדות אברכים דרבינו יואל מ'סאטמאר, ווי עס ווערט כסדר ארויפגעלייגט שיעורים ודרשות פון מגידי שיעורים
בבתי מדרשינו דקהלתינו הק'.
 
ווי אויך איז ארויפגעלייגט געווארן דברות קודש פון רבינו הקוה"ט זי"ע בימי השובבי"ם - און די שלש סעודות תורה פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א יעדע וואך מימי השובבי"ם, גלייכצייטיג קען מען הערן די דברות קודש פון רבינו שליט"א במאורעות שונות, הן די דרשה בענין העומד על הפרק ביים מסיבה להחזקת מוסדות "ויואל משה" קרית יואל מוצש"ק ויחי העעל"ט, און הן די דרשה בענין העומד על הפרק ביים מסיבה לטובת כולל יטב לב בירושלים בביתו נאוה קודש מוצש"ק שמות העעל"ט,

ווי אויך איז ארויפגעלייגט געווארן די דעת תורה פון הגאון הצדיק דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל שליט"א, איבער די פרשה פון בעלזא.

שמעו ותחי נפשכם!

718-506-9054 

אין "ארץ ישראל"

072-22-36-199


תוקן על ידי וואסזשע ב- 25/01/2012 00:57:32




תוקן על ידי וואסזשע ב- 25/01/2012 00:58:11




תוקן על ידי וואסזשע ב- 25/01/2012 01:00:42




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2012 23:00 לינק ישיר 

will be tonight a hook up from the drushe??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2012 01:25 לינק ישיר 

נאך א פראעיקט נאך צומאכן סאטמאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2012 05:28 לינק ישיר 

ס'איז שוין ארויפגעלייגט געווארן די דברות קודש - דברי פלפול ואגדה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ביים אסיפה כללית  ג' דחוה"מ פסח בביהמ"ד הגדול אויף נומער 6 

נאך א לענגערע דרוש בפלפול ואגדה איז רבינו שליט"א אריבער רעדן בדברים הצריכים חיזוק, צוערשט האט די רבי ארויסגעברענגט שבחם לטובה פון די אלע אידן וואס זענען געשטאנען גרייט לימינם פון די כוללים בני ירושלים, און זיי צוגעהאלפן בגוף ובממון, די רבי שליט"א האט ערווענט אז מ'האט זיך דערמיט איינגעקויקפט געוואלדיגע זכותים לקראת החג.

רבינו שליט"א האט עקסטער גערעדט איבער די כלי מכשירים און ליין מאטריאל וואס מ'נעמט אריין אין שטוב, און דאס איז מזיק אויף א שרעקליכן פארנעם.

נאכער האט רבינו שליט"א מעורר געווען איבער חינוך הבנים, דאס שייכות וואס א טאטע דארף האבן צו זיין קינד, און עקסטער די אינגלייט דארפן האבן א מורה דרך מיט וועם זיך דורכצורעדן, און עקסטער זיך באדאנקט פאר די התאחדות אברכים פארן אהערשטען אזעלכע שיעורי תורה.

די רבי שליט"א האט שטארק מעורר געווען איבער דאס ענין פון גיין מיט די פאלם שטרימפ וואס רבינו הק' זי"ע האט איינגעפירט און געפאדערט אז אונזער ציבור זאל גיין דערמיט, עקסטער האט רבינו שליט"א גערעדט איבער דאס וואס האט זיך איינגעריסן ביים היימישן ציבור צו גיין קורצע קליידער...

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2012 15:21 לינק ישיר 

די זאליס האלטן אז עס איז דא 2 סאטמאר'ס, לשיטתם וואלטן זיי געדארפט שרייבן פון וועלכע רבי זיי רעדן, ווייל ביי מיר האט די רבי גערעדט יום ב' דחוה"מ, ווי אויך די נומער ווי מען קען הערן דעם רבין'ס דרשת איז 212-444-9899



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2012 16:11 לינק ישיר 

מען זעהט בחוש אז די פאריגע תגובה איז געשריבן מיט קאפ און גאר טיפע פארשטאנד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > "שיעורי תורה דסאטמאר" טעלעפאן ליין - מעכטיגן אפקלאנג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext