אהרונים: דער רבי ז"ל איז נישט געווען בעל הבית אין בני ברק!
די וואך איז פארגעקומען נאך א זיצונג ביי די דין תורה וועגן סאטמאר בני ברק. די אהרונים וועלכע זענען אויסגעלאפן פון טענות, האבן געברענגט א מעמאראנדום פון א פרייען לויער ווי ער שרייבט אז דער רבי ז"ל איז נישט געווען בעל הבית אין שיכון, ער איז בסך הכל געווען א טראסטי וואס דער ציבור קען אפזאגן פון אמט אויב שמעקט זיי.
וואס זיי זענען אלץ גרייט צו זאגן פאר א געווינס, ווייסט איין באשעפער!
דערנאך איז אראפגעקומען אין בית דין הרב ר' שלמה יעקב געלבמאן שליט"א עדות זאגן אויף פארשידענע זאכן וואס בי"ד האט געוואלט קלאר שטעלן.
די לעצטע צוויי טאג פון די דין תורה, אזוי ווי די אהרונים האבן שוין אפגעענדיגט זייערע טענות, האט אונזער צד שטארק ארויסגעברענט דעם פאקט אז דער שיכון ווערט געפירט ממש בניגוד צו די שיטה הקדושה. אנגעהויבן מיט דעם וואס די אהרונים איגנארירן די הוראות אין חינוך און אין צניעות פון דעם רב הרה"ג ר' אלי' כץ שליט"א, וואס רביה"ק זי"ע האט ממנה געווען אלס רב. דעריבער איז דער צניעות שטאפל שטארק געפאלן אין שיכון נאך וואס די דארטיגע חברה האבן אנגעהויבן קאמאנדעווען און פייפן זיך אריין אינעם מרא דאתרא.
מ'האט ארויפגעברענגט פאר בית דין א דרשה פון ר' אהרן וואו ער טוט זיך אויף אז ער איז פונקט אזוי מרא דאתרא ווי ר' אלי' כץ, וועלכע איז נתמנה געווארן אן וואלן. בשעת ווען ר' אלי' כץ איז דער איינציגסטער רב וואס דער רבי האט נאך ממנה געווען, ברענגן די אהרונים אריין פרעמדע מסדרי קידושין אינעם שיכון.
(יא יא. פאר דעם זעלבן תירוץ וואס זיי קעמפן אין קרית יואל מיט ציין און נעגל, דער שרעקעדיגער ווארט "מרא דאתרא", איז דארט אין בני ברק א חוזק, מ'טרייבט פונעם רב שפאס כאילו ער וואלט נישט עקזיסטירט)
דערנאך האט מען שטארק ארויסגעברענגט אז דער קרית יואל'ער ניו יארקער רעבעצין רעדט עברית, וואס איז בניגוד צו די שיטה הקדושה. אזוי אויך גייט זיי געקליידעט ווי א בית יעקב תלמידה, און נישט לויט די תקנות וואס עס איז פארהאן אין סאטמאר שולע אין בני ברק.
בית דין האט באשלאסן אז דער קומענדיגער זיצונג וועט זיין אי"ה סוף חודש סיון - אנפאנג חודש תמוז.
 |
|
|