בית פורומים אידישע געדאנק

ר' אהרן פראקלאמירט "מסע לארכה ולרחבה"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/1/2012 18:44 לינק ישיר 

מלחמת הארונים! רבן דקרו!

סאטמאר-הופער פייפט זיך אריין אין'ם מאנראו רבי!
זיי האבן אריינגעלייגט בפומבי!
גאנצע 15 שעה נאך וואס די רבי האט ערקלערט אז ס'איז נישט זיין טעיסט מ'זאל מיטקומען!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/1/2012 19:20 לינק ישיר 

רעסטלער מיין קינד, פיר דיך אויף שיין ווי אלע יונגלעך אין בחדרי, אז נישט וועט די רבי נישט קענען פארן קיין ארץ ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 19:35 לינק ישיר 

גראדע האלט איך אז ס'איז געווען א קלוגע המצאה פונעם רבין שליט''א, ווי דו ווייסט איז ער נעבעך א אויסגעדשפילטער מענטש, ער האט גארנישט, נישט קיין ישיבה, נישט קיין בנינים, און נישט קיין מוסדות, ער האט נאר עפעס א לעכל לעבן תשליך, און ווען נישט זיין ברודער דער נועם המידות זאל שיקן א פערטל פון זיינע 10 טויזענט קווינסער תלמידים צו זיינע הקפות האט ער ממש נישט קיין מנין, הקיצור, ער האט זיך דערזען אז קיינער פארט נישט מיט עם, טראץ די פראפעגאנדע שוין דריי חדשים אין בלאט , און ער האט זיך דערזען ממש אן קיין מנין, נו, וואס טיט מען, האט ער אויסגערופן אז ער דארף קיינעם נישט האבן, וואס ער דארף איז בלויז א מנין אידן צו קענען דאווענען אויפן עראפלאן מיט מנין, נו, וואס זאל איך ענק זאגן, אריבער 50 מנינים אידן האבן זיך שוין איינגעשריבן און פארלאנגען בתוקף ועוז, "במנין שלי יתפלל רבינו", איז דאס נישט א חכמה?, איר קענט עם נאכשרייען נארעלע, ער איז א פיקח עצום,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 19:45 לינק ישיר 

איך זעה דא א נערישע אויסטויש פון ווערטער וואס פאסט באמת פאר כתה ג'.

אויב קומט ער מיט 200 מענטשן, וועלן די זאליס שרייען אז דער אהרן ברענגט זיך הונדערטער מענטשן "לכבוד ולתפארת" און פאר זיין "מסע מלכות".

אויב קומט ער מיט 400 מענטשן ווי דער ברך משה איז געקומען בשנת תשמ"ג ושנ"ד, וועט מען נאך מער האקן, אז ער ברענגט אויס מיליאנען פאר פראפעגאנדע און פינקט ווי עשו איז געקומען מיט 400 מענטשן קומט ער אויך.

זאגט ער רבותי: קומט נישט מיט, זיצט אלע אינדערהיים. איך דארף בלויז א מנין אויפן פליגער ! האט מען ווייטער קריטיק.

פון דעם זעט מען בחוש אז אז זיינע שונאים זוכן נעבעך קריטיק פון די לבנה, און טרעפן נישט קוקט מען אויס ווי כתה ו' קינדער.

און נאך א וואונדער איז די גאנצע וועלט (נישט היידפארק יונגלעך) רעספעקטערן אים און פאר דעם פלאצט איר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 20:15 לינק ישיר 

 לאנצוט א גוט מארגן!! האסט דיך נישט געקענט איינהאלטן...

איך שרייב איבער פאר דיר נאכאמאל.
 

כ'האב א קאזין אן ארוני וואס איז איינגעשטעלט אין זייערע מוסדות, מ'האט אים באצאלט א טיקעט צו פארן קיין אר"י מיטן פמלי' של מ..., קיין געלט האט ער נישט, קען זיין ער פארט אויך זעהן די מוסדות [אפשר וועלן אים די בני ברק'ער מנהלים ומלמדים אים אויסלערנען צו זיין א בעסערע מלמד]

עכ"פ די עיקר איז ווי מ'זאגט: הא לן והא להו... פאר'ן גאס זאגט מען איין זאך, און בפועל טוט מען להיפוך...

די גרעסטער ראי' איז, אז ער שטעלט זיך אויף רעדן צוויי וואכן פארן פארן, אין דער צייט ווען רוב עולם האט שוין לאנג בעפאר
באשטעלט די טיקעט'ס, וואס האט ער געמיינט, די עולם וועט יעצט קענסעלן טיקעטס...


מצידי זאל ער ברענגען נאך הונדערטער אזאנע פערדן, אבער פארקויף מיר נישט קיין ליגענט'ס...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 20:41 לינק ישיר 

לויט ווי אזוי איך האב פארשטאנען אויף קול סאטמאר וויל דער דזשיגאן אז מען זאל יא מיטקומען
אין קול סאטמאר אפיציעל אדווערטייזט אז דער רבי האט געזאגט אז עס איז א מצוה מיטצופארן אין צווישן די שורות בעטן זיי זיך אין פארום פון א שנאר אקציע מיטצוקומען מיטן הגה''ק 
בכלל די איידיע אז איינער וואס רופט זיך סאטמאר רבי אין א כלומערשטע קנאי זאל אפיציעל בעטן תומכים מיטצופארן מיט אים אין עס נאך אנרופן א מצוה,  בשעת דער דברי יואל (כלשונכם) נאך וועם דער דזשיגאן פאררופט זיך אלס דער ממלא מקום, האט בשום אופן נישט געלאזט פארן זיינע חסידים צו די מדינה הטמיאה אפילו צו גאר נאנטע משפחה שמחות

טעלער וועט שוין אויפקומען מיט א פרישע ספין דעי וואך אין וועט זאגען גאר אז דער רבי האט געהייסן פארן קיין א''י 
ווער עס האט שוין אויסגעהערט דעם טעלער ווייסט וואס איך מיין  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 20:54 לינק ישיר 

וואסזשע כתב:
 לאנצוט א גוט מארגן!! האסט דיך נישט געקענט איינהאלטן...

איך שרייב איבער פאר דיר נאכאמאל.
 
כ'האב א קאזין אן ארוני וואס איז איינגעשטעלט אין זייערע מוסדות, מ'האט אים באצאלט א טיקעט צו פארן קיין אר"י מיטן פמלי' של מ..., קיין געלט האט ער נישט, קען זיין ער פארט אויך זעהן די מוסדות [אפשר וועלן אים די בני ברק'ער מנהלים ומלמדים אים אויסלערנען צו זיין א בעסערע מלמד]

עכ"פ די עיקר איז ווי מ'זאגט: הא לן והא להו... פאר'ן גאס זאגט מען איין זאך, און בפועל טוט מען להיפוך...

די גרעסטער ראי' איז, אז ער שטעלט זיך אויף רעדן צוויי וואכן פארן פארן, אין דער צייט ווען רוב עולם האט שוין לאנג בעפאר
באשטעלט די טיקעט'ס, וואס האט ער געמיינט, די עולם וועט יעצט קענסעלן טיקעטס...


מצידי זאל ער ברענגען נאך הונדערטער אזאנע פערדן, אבער פארקויף מיר נישט קיין ליגענט'ס...




וואסשע:
איך האב האב הנאה אז דו האסט א קאזין אן ארוני, א ראשון בראשון אפשר, וואס גיט דיר ארויס אלע אינערליכע מטמוניות?
WOW.

אויב מ'גיט אים א טיקעט איז עס נישט קיין בני ברק, נאר "אפשר" א טיקעט צו פאר'ן אויפן קרית יואל באס.
ווייל "קיינער" באקומט נישט קיין טיקעט, אפילו נישט די קינדער פון רבי'ן. NO BODY. נאדא.

מאך נישט פון דיר קיין פורים. ווייל קיינער קריגט נישט קיין טיקעטס, נישט קיין מלמד און נישט קיין מנהל און אפילו נישט קיין עסקן !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 21:14 לינק ישיר 

ביידען כתב:
לויט ווי אזוי איך האב פארשטאנען אויף קול סאטמאר וויל דער דזשיגאן אז מען זאל יא מיטקומען
אין קול סאטמאר אפיציעל אדווערטייזט אז דער רבי האט געזאגט אז עס איז א מצוה מיטצופארן אין צווישן די שורות בעטן זיי זיך אין פארום פון א שנאר אקציע מיטצוקומען מיטן הגה''ק 
בכלל די איידיע אז איינער וואס רופט זיך סאטמאר רבי אין א כלומערשטע קנאי זאל אפיציעל בעטן תומכים מיטצופארן מיט אים אין עס נאך אנרופן א מצוה,  בשעת דער דברי יואל (כלשונכם) נאך וועם דער דזשיגאן פאררופט זיך אלס דער ממלא מקום, האט בשום אופן נישט געלאזט פארן זיינע חסידים צו די מדינה הטמיאה אפילו צו גאר נאנטע משפחה שמחות

טעלער וועט שוין אויפקומען מיט א פרישע ספין דעי וואך אין וועט זאגען גאר אז דער רבי האט געהייסן פארן קיין א''י 
ווער עס האט שוין אויסגעהערט דעם טעלער ווייסט וואס איך מיין  


איז דען נישט ר' ישראל זופניק זצ"ל געפארן ווען דער רבי האט געלעבט, ווייל ער האט געגעבן געלט בשעתו.
האלסט אז ר' ישראל זופניק האט "אנגעפיפן" דעם רבי'ן???

איך געדענק נישט ווען הרבנית אלטא פיגא איז געפארן קיין ארץ ישראל מיט "צענדליגער" פון אירע מענטשן?

נאר "הן לן והא להו"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 21:50 לינק ישיר 

לאנצוט! להוי ידוע אז יא אויף מציאות דינג איך מיר נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 22:09 לינק ישיר 

וואסזשע:

קיין בני ברק טיילט מען נישט קיין טיקעטס פאר קיינעם ! קיינעם!
ס'איז אזוי אמת ווי "אלע בעלזער" זענען געקועמן צו דינער אין אנטווערפן. היידפארק נערישקייטן.

איך בין עס אויסגעוואקסן אין כתה ו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 22:51 לינק ישיר 

לויט ווי איך זעה ביזטו פון די ראשי העסקנים, אז איך זאג דיר א מציאות ווייס איך וואס איך רעד,

עכ"פ נאכאמאל, ווען ער מיינט עס ווען ערנסט, וואלט ער עס געדארפט זאגן א צוויי חדשים צוריק, בעפאר מ'באשטעלט די טיקעט'ס....

גרייט דיר צו די בילדער... פאר בחצרות סאטמאר, כל העולם כולו, העולם החרדי, עמי, א בליק וכו' 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 22:54 לינק ישיר 

וואסשע.

איך האב יעצט גערעדט צו דיין קאזין. ער זאגט מיר אז דו באקסט מעשיות אויף זיין קאנטע, און קיינער האט אים נישט באצאלט קיין טיקעט און פארט בכלל נישט.

נאך עפעס פון דיין קאזען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 23:01 לינק ישיר 

לאנצוט!! האב איך דיר עפעס געבעטן ביים אנפאנג פונעם אשכול אז דו זאלסט מיר נישט ענטפערן ווייל איך האב נישט קיין צייט זיך מתווכח צו זיין מיט "דיר",

האב מיר און בלייב מיר....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 23:10 לינק ישיר 

דער וואסזשע קוקט אויס איז א קאזין מיט נייפעלעס שוואגער

יא יא וואסזשע, מען צאלט טיקעטס, יא יא, און פאר מלמדים גאר, ווייז מיר איין מלמד ואס פארט בכלל מיט

נאר וואס האב איך צו טענה'ן, נאך אזעלכע געבעקסן פון איבערקערענישן ביי לכה דודי זע איך שוין מיט וועם מען האנדלט דא

אגב וועלכע ניגון האט מען געזינגען ביי לכה דודי, אפשר קענסטו מיר זאגן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2012 15:17 לינק ישיר 

בקיצור, ס'האט זיך שוין אנגעהויבן די מסע "לארכה ולרחבה"
דער דזשיגאן זיצט שוין היינט אין א געגנט "סביון" ערגעץ ווי אין ארץ ישראל ווי ער רועט זיך אפ פונעם וועג....אנשטאט אריינצופארען גלייך קיין בני ברק....

נאר זעט אויס אז די דרשה פאריגע וואך.. איז הא לן והא להו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' אהרן פראקלאמירט "מסע לארכה ולרחבה"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.