| נשלח ב-29/1/2012 23:35 |
|
| |
מכה לאתרא קדישא: בי"ד נעמט אויף אייגענע משגיח!
אין א היסטארישע שריט פאראויס אינערהאלב די מלחמה ארויסצוראטעווען די שוידערליכע פארדארבענע קברים-מערכה פון די הענט פון טעראריסטן ובעלי זרוע, חופרי קברים ורוכשי כסף וד"ל, ווערט אין די טעג אויסגעארבעט א נייעם פלאן פון בי"ד, וועלכע וועט מעגליך ברענגען א געוואלדיגער כבוד שמים, און איינשטעלן דעם ריכטיגן סדר!
ווי שוין דא באריכטעט, איז די פארגאנגענע וואך פארגעקומען א ישיבת בי"ד וועגן אשתואל, וואו די ועד למניעת חילולי קברים האבן פארציילט פאר בי"ד די שוידערליכע טעראר וואס זיי מאכן מיט, און זיי האבן זיך אנטזאגט פון אנגיין מיט זייער השגחה דארט אויפן ארט, וואס זיי האבן אפגעשטעלט זייט מיטוואך, טראץ וואס דאס קען מיינען אז די קברים וועלן אויסגעגראבן ווערן רח"ל, אבער ווילאנג בי"ד נעמט נישט אונטער שריט אפצושטעלן די טעראריסטן, קענען זיי נישט אנגיין אויף יענעם פלאץ, א שטח וואס איז גאר נאנט צו בית שמש, מקום מנוחתם פון עטליכע סיקריקים וועלכע קומען צו לויפן יעדע פאר שעה.
בי"ד איז שטארק צושאקלט געווארן פונעם מצב, און האבן פארשפראכן צו טוהן מה שביכולתם איינצושטעלן סדר.
אין די נאכפאלגנדע שעות איז אויפגעברענגט געווארן א פלאן, אז בי"ד זאל אויפנעמען א אייגענעם אומאפהענגיקן משגיח, וועלכער זאל זיין דער שליח פון בי"ד איבערצוקוקן די מצב פון יעדן פלאץ וואו מען גראבט.
אפגעזעהן וועלכע ארגאניזאציע עס זענען דארט די משגיחים תמידיים, וועט בי"ד האבן איין משגיח וואס וועט זיין דער וואס וועט זיין נאמן צו איבערגעבן פאר בי"ד דעם אמת וואס דארט קומט פאר, און ווי פארשטענדליך, וועט בי"ד נישט צולאזן אז אין א פלאץ וואו די קברים זענען פארזיכערט, זאלן סיקריקים אנפירן מיט טעראר און פראטעסטן.
אזא פלאן נעמט ארויס די גאנצע מאנאפאל פון קברים פון די הענט פון אתרא קדישא!
צוערשט האט בי"ד ארויסגעגעבן א בריוו צו די חברה "מקורות" וועלכע פירן די ארבעט אין אשתאול, אז היות עס איז נישטא קיין פיקוח זאלן זיי אפשטעלן די ארבעט, און זיי נעדיגן צו די בריוו "שלא לבצע שום עבודה ללא פיקוח אחראי, הממונה מהביד"צ"!
עס איז נאכנישט קלאר ווער דער ממונה פון בי"ד וועט זיין, אבער די הנהלת העדה האט גענומען פון די ועד למניעת זייער פארשלאג, (אויף איינעם וואס ארבעט שוין יארן פאר אתרא קדישא, אבער האט מיטגעארבעט אין צומת גולני מיט די ועד, מיט א געוואלדיגע אמת'דיגקייט און איינשטענדיגקייט) און דאס געשטעלט פאר די רבנים שליט"א.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2012 10:00 |
|
| |
נישט ווייל ס'גייט איינעם אן דיינע בויך קרעמפן (מספר הצפיות יוכיח), אבער עס איז גאר א שוואכע זאך פאר דיר אז דו זאלסט זיך מחזק זיין (לויט דיינע השגות, פאר א נארמאלען מענטש איז דאס אז ביטער פארלוסט) מיט דעם וואס דער בי"ד האט אפיציעל באויפטראגט דעם שליח פון אתרא קדישא שוין העכער דרייסיג יאר צו זיין דער ממונה מטעם הביד"ץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2012 19:32 |
|
| |
געלעכטער, אזא ביטערע און היסטארישע דורכפאל וואס אגודת אתרא קדישא האט געליטן, ברויך א בעסערע נחמה.
דו טרייסט זיך אז יענער האט געארבעט פאר אתרא קדישא?
נישט נאר יענער.
די גאנצע ועד למניעת חילול קברים, מהחל ועד כולה, פון די ראשי הועד ביז די משגיחים, אלע פון זיי האבן געארבעט פאר אתרא קדישא.
אלזא, דו קענסט פייערן זיג אז די ועד למניעת וועלכע האבן היינט צוטאג די השגחות אויף כמעט אלע שטחים אין ארה"ק, איז ענקער קרעדיט...
יא. אתרא קדישא איז אמאל געווען א הייליגע ארגאניזאציע, און עד היום זענען דארט דא אסאך ערליכע איינגעשטעלטע, אבער פון טאג צו טאג ווערן מער און מער ערליכע איינגעשטעלטע באוואוסט מיט די פאקטן וואס שפילט אונטער זייער נאז, און זיי זוכן אן אנעדרן וועג.
טאקע היינטיגן טאג, מאנטאג בשלח, האט נאך א משגיח פון אתרא קדישא זיך געוואנדן צום ועד למניעת חילול קברים אז ער וויל זיך אנשליסן אין די הצלת קברים און מיטארבעטן מיט די השגחה פון די ערליכע ועד. כה יתן ה' וכה יוסיף.
---------
אבער אז דו ביסט שוין יא דא, זאגזשע ביטע:
וואס איז פשט אז בי"ד זאגט קלאר "מיר טראסטן נישט אתרא קדישא"?
וואס איז דיין הסבר אויף דעם היסטארישן געשעעניש אז בי"ד האט באשלאסן אז מען מוז האבן א "ממונה מטעם הביד"צ"?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2012 20:50 |
|
| |
איך זעה אז געלעכטער איז שוין מודה אז דער עולם אינטערסירט שוין נישט די פאריקטע אתרא קדישא ע"ה און טאקע מיט רעכט קיכט שוין די נושא פון די נאז ווייל מהערט שוין גענוג יעדע מאנטאג און מיטוואך ווי די מחללי שם שמים סיקריקים ואתרא קדישא וזאליס פראשמירן דאס ערנסקייט פון דעם פנים פון שלומי אמוני ישראל אויב סנאך געבליבן וואס צו פארשמירן אבער טראץ וואס ערליכע אידן קימערן זיך שוין נישט צו זייערע משוגעתן שטייט אבער דער ציבור צי צו די האנט פון די שומרי משמרת הקודש צו ראטעווען קברי אבותינו איבער אייראפע דורכן וועד להצלת בתי עלמין און אין ארה"ק דורכן וועד פונעם ראב"ד שליט"א וועד למניעת חלולי קברים איך מיין טאקע פייוו אז אויב וואלט דער קעפל געווען איבער באריכטן פון די פעולת הצלה פונעם וועד וואלט מען געהאט מער געדילט צו ליינען ווייל דאס ווארט אתרא קדישא שטינקט שוין אזוי ווייט אז אויב שטייט אתרא קדישא אויפן קעפל שטייט שוין רוב עולם ווייט דערפון אפילו אויב סאיז דורך פייוו בארא...
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2012 21:26 |
|
| |
גרוינים, פאלט אייך נישט ביי אז דער עיקר איז אז געלעכטער ליינט עס?...
למען האמת, איך שרייב מידיעה אז זייער אסאך אידן קוקן ארויס צו הערן די אפדעיט'ס.
איך זוך בכלל נישט אז די תגובות זאלן פליסן און מען זאל זיך טענה'ן מיט נארישקייטן. הגם איך בין גרייט אפצוענטפערן יעדן, אבער נישט דאס איז מיין ציהל.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2012 21:29 |
|
| |
דעמאלס גיי טאקע אן..
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2012 21:39 |
|
| |
געלעכטער, לאך דיך אויס... ענטפער ניטאמאל פאר פייוו, ווער הערט אים דעם אויס?..
| FiveBoro כתב: |  | אבער אז דו ביסט שוין יא דא, זאגזשע ביטע:
וואס איז פשט אז בי"ד זאגט קלאר "מיר טראסטן נישט אתרא קדישא"?
וואס איז דיין הסבר אויף דעם היסטארישן געשעעניש אז בי"ד האט באשלאסן אז מען מוז האבן א "ממונה מטעם הביד"צ"? |
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2012 21:41 |
|
| |
וואו זאגט דאס בית דין קלאר?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2012 21:46 |
|
| |
איך האב נישט גערעדט גענוג קלאר?
לאמיר איבער'חזרן:
עס איז אין א בריוו פון בי"ד אונטערגעשריבן די פארגאנגענע וואך דאנערשטאג נאכט, וואו זיי שרייבן אז זיי וועלן שיקן קיין אשתאול א "ממונה מטעם הביד"צ".
צו ערשטן מאל אין די היסטאריע וואס בי"ד איז ממנה א אייגענע משגיח.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2012 21:54 |
|
| |
אקעי, גיי איך אויך רעדן קלאר. לאמיר דיר מסביר זיין מיט א משל, לאמיר זאגן אז דער בי"ד גיבט ארויס א בריוו אז זיי ווילן מער נישט דיעלן מיט די ועד הכשרות, זיי ווילן שטעלן א ממונה מטעם בית דין, און דער ממונה וועט זיין פנחס בינדער אדער פאפענהיים, איז דאס א דורכפאל פאר ועד הכשרות?
די זעלבע דא, דו פייערסט זיג מיט דעם וואס בי"ד האט געזאגט אז זיי שטעלן א ממונה מטעם בי"ד, און דער ממונה איז פאקטיש איינס פון די עלטסטע אקטיווע מיטגלידער אין אתרא קדישא.
איך דארף נאך רעדן ווייטער?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2012 22:12 |
|
| |
טָעִיתָ.
דער ממונה גייט נישט זיין הגר"ד שמידל, און אויך נישט הגאון הנפלא אייזיק ווייס, און אויך נישט הצדיק יחזקאל קאלמנואוויטש, און נישט הקדוש יצחק ווייס.
נאר עמיצער וואס איז געווען א באצאלטער משגיח ביי זיי, און האט שוין לעצטנס געארבעט אין ועד למניעת חילול קברים, און וועט אצינד ווערן זעלבסשטענדיג אונטער בי"ד.
גענוג פארשטענדליך?
---
אגב, זאג מיר דעם אמת: ווען בי"ד זאל אזאנס שרייבן אויף די ועד הכשרות, וואלסטו נישט געזאגט "המודעה הזה אומר דרשוני"?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2012 23:01 |
|
| |
און פארוואס טאקע זעט בית דין נישט איין (לשיטתך פארשטייט זיך) די קאראפציע פון אתרא קדישא, און שטעלן נישט במקומם א שליח פון וועד אהרלע יאקטער, פארוואס שטעלן זיי א זעלבסשטענדיגער?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2012 23:14 |
|
| |
ווייל בי"ד וויל נישט אז יעדע דריטע טאג זאל יחזקאל קאלמאנאוויטש קומען צו לויפן מיט 7 עדים נאמנים אז די ועד למניעת האט געלאזט אויסגראבן 77 קברים, און יעדן דאנערשטאג זאל בי"ד מוזן אריבעררופן די ועד צו הערן די אמתע פאקטן.
אז בי"ד וועט האבן א אייגענעם משגיח, וועלן זיי אליינס וויסן אלעס וואס טוט זיך, און קיינער וועט נישט קענען דרייען א קאפ.
און דאס איז די ווייטאג פון יוסל90, וועלכע איז שוין ווידער נישט צום געפינען אויף בחדרי חרדים.
(נאכן פעלן א וואך צייט צוליב די שפלינטער וואס האט אויסגעבראכן אינערהאלב די זאלונים איבער די בעלזא פיוס, האט יוסל90 זיך פארענטפערט אז ער האט נישט געהאט קיין קאמפיוטער ביי די האנט א וואך צייט [וווואס?...], אבער זינט די ישיבת בי"ד דאנערשטאג, איז ער ווידער פארשוואונדן).
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2012 23:15 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | וועד אהרלע יאקטער |
|
וועלכער ועד איז דאס?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2012 04:33 |
|
| |
FiveBoro יישר כוח פארן ברענגען כסדר די באריכטן פארן עולם דא.
דער עולם ווארט צו הערן.
|
|
|
|
|