ברעקינג! ארונים געווינען סאוט 8 צום פערטן מאל
די ארונים האבן יעצט געמאלדן אז זיי האבן שוין די שוהל אויף סאוט 8, דאסמאל איז עס צום פערטע מאל שוין (אויב נישט מער) צום ערשט מיט עטליכע יאר צוריק ווען די ריכטער האט זיי געהייסן גיין צו דין תורה דעמאלטס האבן זיי שוין געפייערט זיג. =געווינען !!!! א שטיק צייט שפעטער ווען זיי האבן נישט געהאלטן ביים זיך שטעלן צום דין תורה האבן זיי אנערקענט אז די שוהל בלייבט ביי די זאליס, דאן האבן זיי אין איילעניש כדי צו הייבן די צובראכענע געמוטער ביי ארונים געשריבן אין בלאט און האטליין אז זיי האבן אפגעקויפט א לאט וואס איז גרויס 12 טויזענט סקווער פיס ווי זיי וועלן זיך בויען א אייגענע שוהל. = געווינען!!! שוין דורך עטליכע יאר זינט זיי האבן געשלאסן [?] אויף יענע לאט, די לאט זיצט אזוי ליידיג עטליכע יאר אבער שוין ווייטער האבן די ארונים געווינען טאקע נאך די שרעקליכע שריפה ווען זיי האבן זיך געשוואוירן אז די זאליס האבן מער נישט די סאוט אכט שוהל, עס איז דורך 4 וואכן און די זאליס זענען שוין ב"ה געווען צוריק אינעם שוהל = געווינען!!!! היינט האבן די ארונים שוין נאכאמאל -צום פערטן מאל- געווינען סאוט אכט, און צום צווייטען מאל אפגעקויפט די לאט אבער יעצט איז עס מיסטעריעז קלענער געווארן צו בלויז 10 טויזענט סקווער פיס, =געווינען!!!!! יעצט דארף מען ווארטן צו זעהן ווען זיי גייען געווינען די פיפטע מאל....
 |
|
|