צהלי ורוני יושבת ציון!
די יהדות הנאמנה אין ארה"ק פון 200 ערוואקסענע מיט בחורים און 250 קינדער פון ירושלים און בית שמש האבן נעכטן מקבל פנים געווען דעם גרויסן וועלט בארימטער פוסק הדור הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן תליט"א בעל מחבר שו"ת ??? ומחבר ספר ??? על ש"ס, ומחבר ספר??? על התורה, ומחבר יותר מ100 פאשקאווילען בשנים אחרונים, מלפנים סגן נשיא העדה החרדית, ומלפני מלפנים גאב"ד ירושלים עיה"ק, וכעת ראב"ד דסיין על בנין זופניק.
נאכן אנהענגען פאר די לעצטע 2 וואכן ריזיגע פאלאקאטען און אנגערייטען מעכטיגע מייקס, וכו' איז נישט אנגעקומען מער ווי 200 אידן צום קבלת פנים, עס איז געווען פורים אין חודש שבט, די ירושלימער אידן האבן זיך געקוילערט פאר געלעכטער פון דעם פורים וואס די זאליס האבן געמאכט מיט ר' מנשה.
איצט אפאר קרישקעלעך
די זאליס האבן איינגעלייגט וועלטן אז אלע תלמוד תורות אין ירושלים זאלן שיקן זייערע קינדער צום קבלת פנים, אבער למעשה איז געקומען נאר 2 תלמוד תורה פון בית שמש, עטרת יהושע, און תורה ויראה, ווייל מען האט זיי "צוגעזאגט" אפאר טאלער, אפילו תולדות אהרן האט נישט געשיקט זייערע קינדער טראץ די פרעשור, ווייל זיי ווייסן שוין אז די אלע זאלי צוגעזאגעטך בלייבט ביי דעם.
די 200 ירושלימער אידן האבן נעבעך געזעהן דעם ביטערן מצב פון ר' מנשה, זיי האבן געווארט אז ער זאל זאגן א דרשה אבער ער איז געזיצען דארט ווי ער פליעט אויף די לבנה.
הגאון רבי משה שטערבנוך שליט"א איז נישט געקומען צום לשכת הבי"ד, ווייל ער האט געזאגט זייט ווען מאכט בי"ד א קבלת פנים פאר א דיין פון ניו יארק, אז אפאר משוגעים האבן אזוי אפגעמאכט זאלן זיי אליין גיין.
הגאון ר' יעקב בלויא שליט"א איז געווען אינעם לשכת הבי"ד פאר דעם, און אזוי ווי ער האט געהערט אז מען גייט מאכן א קבלת פנים, איז ער אוועק געגאנגען זאגענדיג אז ער האט וויכטיגערס וואס צו טאן.
א ירושלימער איד זאגט מיר, אז די פאשקאווילען שרייבערס פון ארץ ישראל האבן אנגעדרייט א קבלת פנים פאר א פאשקאווילען שרייבער פון וויליאמסבורג.
א צווייטער זאגט מיר, אז ער איז שוין אינגאנצען צו מישט, ווען די זעלבע חברה האבן פאר א האלב יאר צוריק געהאנגען ריזיגע צעטלען אז די זאליס מאכן א קבלת פנים פאר א. יעקב פריעדמאן ווי מען האט געברענגט אלע זאלי קינדער, פרעגט מיר יענער צו דער פריעדמאן וואס קומט איצט, איז זיין ברודער...
 |
|
|