ר' שמואל שלמה, איך בין א גרויסער חסיד פון דיינע דרשות און ארטיקלען, אבער לדעתי די לאנגע לאנגע דרשה יעצט נישט אויסגעפעלט, ווייל דאס ווייזט נאר אז מיר זענען אינגאנצן צומישט און צוחישט, ממש "נבוכים הם בארץ סגר עליהם המדבר"... דער ארטיקל "די שלום אין א ניכטערן בליק" איז פיל בעסער פון די לאנגע פארפלאנטערדיגע דרשה...
נשלח ב-10/2/2012 17:39
דו פארגעסט אז די דרשה איז געזאגט געווארן פאר בחורים, איך האלט אז די דרשה איז אין פלאץ, און זייער בארעכטיגט, כולו ממתקים וכולו מחמדים, רבי שמואל שלמה, חזק ואמץ!!!
נשלח ב-10/2/2012 17:59
די אלע דרשות און קונטרסים זענען א ברכה לבטלה.
יעדער חסיד וואס באלאנגט צו א קרייז דארט בלייבט ער , אפילו אויב זיין רבי באזוכט דעם אנדערן רבין.
נאכ'ן סאטמארער רבינ'ס באזוך אין נתניה ביים קלויזענבורגער רבי'ן , איז נישט בייגעפאלן פאר א סאטמארער חסיד פון ארץ ישראל אדער פון חוץ לארץ אלס גאסט אין ארץ ישראל צו פארן קיין נתניה.
וויפיל טויזענטער סאטמארער חסידים טרעטן צו צו די ימים נוראים אדער א שמחה און עס פאלט זיי ניטאמאל ביי צו געבען אדער שיקן א קוויטל פאר די אדמורי''ם פון טאהש, פשעווארסק, סקולען, סקווירא וכדומה.
אוודאי דארף מען חזר'ן די שיטה הקדושה פון איסור השתתפות בבחירות, איסור פון נעמען געלט מממשלת הכופרים, איסור הליכה לכותל, אבער צו טומלן איבער א באזוך ביי א צווייטן רבי'ן איז אבסורד און צייט פארברענגעניש.
נשלח ב-10/2/2012 18:04
אלע האטליינס , אלע דרשות , אלע קונטרסים זענען לצור על פי צלוחית.
סאטמארער רבי שליט''א גייט באזוכן זיין שוואגער בעלזער רבי שליט''א , און עס וועט גארנישט פאסירן.
מאכט אלע שלום מיט'ן מציאות, און פאנטאזירט נישט אז ''יעצט'' גייט מען איינעם ווייזן אדער מסדר זיין.
נשלח ב-10/2/2012 18:23
קיינער האט נישט איינגעטיילט פאר'ן הייליגען דברי יואל זצוק''ל ביי זיינע קבלות פנימער אין ארץ ישראל אין יארן פון תשי''ב, תשט''ו ,תשי''ט און תשכ''ה צי מען זאל זיך באנוצן מיט ''משטרת מדינת ישראל'' די אכזרים ורשעים צו האלטן ארדענונג ביי די קבלות פנימער , טראץ וואס די זעלבע רשעים האבן דאן געפייניגט מיט אכזריות דעם צדיק וקדוש רבי עמרם בלוי זצוק''ל און אויך אנדערע קנאים.
ר' ב. שווארץ פון וויליאמסבורג וועלכער איז אין תשמ''א ארעסטירט געווארן פאר'ן אריינטראגען א שטינק באמבע אין זאל אין בארא פארק וואו דער בעלזער רבי האט געפראוועט א גרויסן שבת שקלים - דער זעלבער ר' ב. שווארץ פירט יעצט אן א האטליין קעגען בעלז.
טייערער ר' ב. שווארץ , דער באן איז שוין לאנג אוועקגעפארן.
דער באזוך גייט צושטאנד קומען , און עס וועלן אי'ה נאכפאלגען באזוכן פון אנדערע אדמורי''ם ורבנים ביים בעלזער רבי'ן.
דער קונטרס איז ממש געוואלדיג אפשר די נאמען איז אביסל צו עקסטרעים אבער די תוכן איז געוואלדיג קלאר און הונדערטער אידן וואס האבן נישט יורד געווען לדעתו פון רביה"ק זי"ע האבן זיך אויסגעקלארט אין ריכטיג קנאות ווי ער ברענגט דארט דעם חת"ס אז דער מלחמה אין אידישקייט רעגן די נעלאגען איז נישט קיין מלחמת אדם באדם ווער רעדט נאך אז דא האט ער איבערגעבעטן מיט אזא השפלה עד למאוד געשיקט 10 שענסטע דיינים און דער גבאי האט געזאגט דברי חרטה מיט אזא בזיון אישית וואו איז דא גערעסערע רשעות ווי יעצט מבזה זיין מער ווי ביז יעצט בפרט מיט הענגען די אלטע קול קורא פון די אנדערע זייט הער איך אז טראץ וואס ספארשטייט זיך אז די חומה בעניני דת בלייבט די זעלבע פאר א באזיך ווי נאך א באזיך דאך איז נישט אין פלאן צו מאכן צו א גרויסע טראסק און לויט ווי איך הער האט דער רבי געבעטן (מוז נישט זיין אמת אבער כך שמעתי) סזאל נישט זיין ברבים כדאי די טועים זאלן נישט אויסטייטשן אז מצוברעכט עפעס די חומת הבדלה בעניני השקפה אבער קיינער ווייסט נישט וואס סוועט למעשה זיין איז אבער זייער קלאר ממה נפשך דער קלארער מהלך אז די חומה איז אטאמאטיש פאר ווער עס נויגט זיך פון עניני השקפה ווי ר' יונה האט שוין געשריבן דא אז נאכ'ן סאטמארער רבינ'ס באזוך אין נתניה ביים קלויזענבורגער רבי'ן , איז נישט בייגעפאלן פאר א סאטמארער חסיד פון ארץ ישראל אדער פון חוץ לארץ אלס גאסט אין ארץ ישראל צו פארן קיין נתניה.
זאל דער אויבעשטער העלפן אז סזאל שוין זיין ילמדו טועים בינה וישובו אל אישי של בעלז הראשון דאן וועט די חומה אינגאנצען נתבטל ווערן מאיליו בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א
נשלח ב-12/2/2012 17:18
איז דען בייגעפאלן פאר א סאטמארער חסיד צו גיין מיט א קוויטל אדער צו נעמען א ברכה פון גערער רבי'ן שליט''א נאכדעם וואס מרן מסאטמאר שליט''א האט איהם באזוכט אין ארץ ישראל?
ווייסט איינער פון איין פאל וואס א סאטמארער חסיד איז געווען ביים גערער רבי'ן , צוליב'ן רבינ'ס באזוך ביי אים אין שטוב אין בני ברק?
נשלח ב-12/2/2012 17:24
דער גאנצער גדר וואס סאטמארער רבי שליט''א האט גענומען אויף זיך נישט צו טרעפען זיך מיט גיסו בעלזער רבי שליט''א אין די לעצטע 30 יאר , איז געווען אן אייגענע חומרא משום כבודו פון דודו הגדול מרן מהר''י ט''ב זי''ע.
אינעם קול קורא פון תשמ''ב איז נישט געשטאנען איין ווארט איבער אן איסור פון א שוואגער זיך צו טרעפן אדער באזוכן ביים צווייטן שוואגער אלס א משפחה קירבות.
אצינדער נאכ'ן מעמד בקשת מחילה על קברי רבותינו הקדושים מסאטמאר זיעוכי''א , איז הפה שאסר הפה שהתיר.
נשלח ב-12/2/2012 17:29
ווייסט איינער פון א סאטמאר-צאנז קלויזענבורג אדער א סאטמאר-גער שידוך צוליב די באזוכן ביי די אדמור''ים?
נשלח ב-12/2/2012 18:00
און זאגטס נאר , לכבודו פון די רעביצין הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט''א טאר מען נישט עפעס פארקוקן?
האט מען דען נישט מכבד געווען אין סאסטמאר, אין די יארן פון תשל''ג ביז תשל''ט, מיט אן עליה אום יום הקדוש א מחלל שבת, בלויז ווייל ער איז געווען א קרוב מיט די הייליגע רעביצין ע''ה?
נשלח ב-12/2/2012 18:12
לויט מיין אינפארמאציע איז דער קרוב פון די רבי'צין נישט געווען א מחלל שבת אדרבה ער איז געווען א שומר תורה ומצוות נאר א גרויסער ציוני.
נשלח ב-12/2/2012 18:18
איזראלי, איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט.
איך געדענק ווי יאר איין יאר אויס אין יום הקדוש פלעגט ר' איסר גריפעלד ע''ה פארהאלטן ר' אפרים ניימאן ע''ה ( א מקורב ביי די רעביצין ע''ה) היתכן מען גיט אן עליה אין סאטמער אין יום הקדוש פאר א מחלל שבת?
נשלח ב-12/2/2012 18:25
און דער ציבור האט זיך געביסן די ליפן און געדארפט שווייגען.