די נאכט האבן די רשעי ישראל פון די משטרה הציוניות ארעסטירט דעם וואוילן בארימטען עסקן לשם שמים הר"ר יצחק ווייס הי"ו פון ירושלים.
לויט ווי ר' יצחק דערציילט האבן אין די פאליציי גערופן אינמיטן די נאכט וואו ער איז, און ער האט זיי געזאגט אז ער וועט זיין אינדערהיים אין אפאר מינוט. אנקומענדיג אהיים האבן די פאליציי פארלאנגט אז זיי ווילן ארויפגיין צו אים אהיים אונטערזוכן זיין קאמפיוטער, ר' יצחק האט געזאגט אז ער האט נישט קיין קאמפיוטער אין שטוב נאר אין אפיס, און ער איז נישט מחוייב זיי צו דאס ווייזן היות ער האט א "פרעסע קארטל" וואס געט אים אטאמאטישער שוץ פון די פאליציי. די פאליציי האט אים דאן געזאגט אז אויב ווייזט ער נישט זיין אפיס קאמפיוטער וועלן זיי אים ארעסטירן, און זיי האבן אים טאקע ארעסטירט און אפגעפירט צו די יאח"ה פאליציי הויפטקווארטיר אין לוד.
אויפן וועג קיין לוד האבן אים די פאליציי דערציילט אז די סיבה פאר זיין ארעסט איז ווייל ער ווערט אנגעקלאגט אין מאכן פאשקעווילן, און פאררופן שטורעמישע דעמאנסטראציעס!
עס לאזט זיך ממש נישט גלייבן וויי ווייט די רשעי ישראל גייען. ווי רבינו שליט"א האט שוין מרעיש עולמות געווען יענעם מוצש"ק ביי די דרשה ווען מ'האט ארעסטירט הרה"ח ר' עמרם שפירא הי"ו, אז די רשעים זוכן צו צוברעכן דעם כח פון די חרדים לדבר ה' בעיר ה' שמה, און מיט די צוזאמארבעט פון אפאר מוסרים פון בתוככי המחנה פארלייגן זיי זיך שוין אפילו אויף די שרייבער וואס שרייבן חומר הסברה קעגן די ציונים והנגררים אחריהם.
אין לוד האט ר' יצחק נאכאמאל פארלאנגט זיינע רעכטן זייענדיג א צייטונג שרייבער, און די פאליציי האבן זיך געמוזט בייגן און אים אהיים געלאזט פריי.
כלל ישראל צייגט סאלידאריטעט מיט דעם עסקן נמרץ, און איז מכריז ומודיע: אשרך שנתפסת על דברי תורה. חזק ואמץ!
נשלח ב-13/2/2012 20:36
איך בין זיכער אז מ'וועט אים ארויסלאזן אויף די פריי, ווייל ר' יצחק ווייס האט קלארע באווייזן אז ער האט טאקע געשריבן נאצי, אבער נישט אויף עפעס א נארישע פאליציי מאן.
נאר אויף זיין גרעסערן שונא פון אמעריקע... וואס איז די עכטע נאצי.
אשרך ר' יצחק. אנן מהכא ואתם מהתא! שליחי דכלל ישראל!
על תפחד מפחד פתאום ומשאת רשעים! חזק ואמץ! כי עמנו קל!
נשלח ב-13/2/2012 21:40
טאטעלע כתב:
ער איז שוין אויף דער פריי ב"ה, על אפך וחמתך
הוא הדבר אשר דברתי. אין מדינת ישראל ארעסטירט מען נישט פאר'ן שרייבן נאצי אויף עפעס א טייטלבוים אין ניו יארק. עס א איז געווען א מיספארשטענדעניש.
נשלח ב-13/2/2012 22:15
איך ווייס נאכנישט פונקטליך וואס דיר באדערט און וועלכע טייטלבוים דו רופסט נאצי. די פארשאלטענע פאליציי האט אים ארעסטירט פשוט ווייל זיי ווילן דערשטיקן דעם קול מלחמה במחנה. דאס איז נאך א רינגעלע אינעם קייט פון אומשולדיגע ארעסטן וואס זענען אפגעהאלטן געווארן די לעצטע שטיק צייט קעגן ערליכע אידן, און זענען גרייט צו ארעסטירן יעדן וואס מ'קען נאר האבן א חשד אז ער איז פון די גודרי גדר ועומדים בפרץ, און היינט איז געקומען די רייע אויף ר' יצחק ווייס, אבער ב"ה ער איז באפרייט געווארפן פון די רשעים.
נשלח ב-13/2/2012 22:56
123news כתב:
על תפחד מפחד פתאום ומשאת רשעים! חזק ואמץ! כי עמנו קל!
די עמי הארצים דא, זענען א מוסר השכל וויאזוי מ'קוקט אויס אז מ'קען נישט קיין צורות אלף.
נשלח ב-13/2/2012 23:00
טאטעלע כתב:
איך ווייס נאכנישט פונקטליך וואס דיר באדערט און וועלכע טייטלבוים דו רופסט נאצי. די פארשאלטענע פאליציי האט אים ארעסטירט פשוט ווייל זיי ווילן דערשטיקן דעם קול מלחמה במחנה. דאס איז נאך א רינגעלע אינעם קייט פון אומשולדיגע ארעסטן וואס זענען אפגעהאלטן געווארן די לעצטע שטיק צייט קעגן ערליכע אידן, און זענען גרייט צו ארעסטירן יעדן וואס מ'קען נאר האבן א חשד אז ער איז פון די גודרי גדר ועומדים בפרץ, און היינט איז געקומען די רייע אויף ר' יצחק ווייס, אבער ב"ה ער איז באפרייט געווארפן פון די רשעים.
די ציונים זענען מינים אפיקורסים און רשעים, אבער די שלעגער וועמען מ'האט היינט ארעסטירט זענען אויך נישט פונעם אידישן פאלק.
נשלח ב-14/2/2012 00:11
לאנצוט כתב:

הייסט דאס אז זאליס זענען נישט פונעם אידישען פאלק? און ווער זענען די שלעגער וועם מ'האנט היינט ארעסטירט?
נשלח ב-14/2/2012 03:48
שמואל ווידער איז פארזיכערט אז ער וועט נישט ארעסטירט ווערן ווייל ער רייסט נישט אראפ די ציונים.
נשלח ב-14/2/2012 19:24
קעציל טייערער. ביטע פארקויף מיר נישט קיין לאקשן. יצחק ווייס שלאגט זיך נישט מיט די ציונים. און די מלחמה לה' בעמלק אינטרעסירט אים ווי עס אינטרעסירט שמואל חיים פאפענהיים.
ער איז ביזי מיט דעם שונא פון זיין פארטיי.
נשלח ב-14/2/2012 21:26
ס'וועט דיר גארנישט העלפן. שמואל חיים פאפענהיים ארעסטירט נישט די פאליציי ווייל זיי ווייסן פונטקליך וואו ער האלט בעניני השקפה ודעות, און ר' יצחק ווייס וועלכער איז א אקטיווער עסקן לכל קדשי ישראל ובפרט קעגן די מדינה הטמאה, ארעסטירן זיי יא ווייל ער שטייט זיי אין וועג.
נשלח ב-14/2/2012 22:02
טאטעלע טייערער. ביי מיר הייסט אזא איד ווי רבי עמרם בלוי א לוחם מלחמות השם. די אינגאלעך וועמען מ'האט ארעסטירט לעצטנס זענען סיקריקים. גארנישט מיט'ן רבונו של עולם, גארנישט קיין מלחמה לה' בעמלק.
סיקריקים עליך ישראל.
נשלח ב-14/2/2012 22:19

ר' עמרם שפירא איז א סיקריק... גאנץ שיין
נשלח ב-14/2/2012 22:47
געלעכטער. זעהסט. דו ליינסט נישט וואס איך שרייב, דו ווארסט נאר אויף א שטויס-תגובה (נישט שיין פון דיר).
איך האב געשריבן גאנץ אנהייב, אז איך מיין יעדן חוץ ר' עמרם שפירא, וואס ער איז א חשוב'ער איד, א אמת'ער תורה'דיגער שיטה איד. די אנדערע וועמען מ'האט ארעסטירט נעכטן זענען סיקריקים. שלעגער, פוחזים וריקים מכל זיק אידישקייט.