סענאטאר, דו מיינסט אז ביי די ארונים איז נישטא קיין סיקריקים? ביי ארונים איז דא קלוגע און טפשים. מענטשן און בהמות, ערליכע און נישט ערליכע.
איך טראכט אז די ארונים האבן א קליינע פראצענט סיקריקים, ליידער, אבער א משהו איז דא.
לגבי דעם פלי-בארגעין, ביזטו שוין מודה אז ער האט מודה געווען, דו זאגסט נאר אז ער האט נישט געהאט קיין ברירה. דאס גלייב איך נישט. ווייל אויב ער וואלט עס נישט געטאן, וואלט ער נישט מודה געווען, און וואלט געהאט גענוג עדות אויפציווייזן אז ער איז בכלל נישט דארט געווען.
דו קענסט פראבירן מיר איינרעדן אז ער האט מודה געווען ווייל ער איז דארט געווען, אבער ער האט עס נישט געמאכט אליין. דאס קען אריינגיין אין קאפ. אבער מודה זיין אויף א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען, וואלט ער זיכער נישט.
|
|