בית פורומים כל העולם כולו

מסע המרומם: יו''ט'דיגע אטמאספערע אין בני ברק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/2/2012 19:28 לינק ישיר 
מסע המרומם: יו''ט'דיגע אטמאספערע אין בני ברק

יעצט קומט פאר די געהויבענע חופה בראשות רבינו שליט''א
מ'קען מיטהאלטן די חופה דורך קול סאטמאר


תוקן על ידי היראים ב- 14/02/2012 19:38:39




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2012 19:29 לינק ישיר 

יהדות החרדית אין ארה"ק איינגעהילט אין התרגשות עילאה לקראת די באזוך פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א

א געהויבענעם שטימונג הערשט ביי תלמידי וחסידי סאטמאר בארה"ק תו"ב, די ציבור חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים זענען איינגעהילט אין א אויסערגעווענליכע התרגשות און חדוה דקדושה האבנדיג די הייליגע זכי' מלך ביפיו תחזינה עינינו אז כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א קומט צו פארן בהדרת קדשו קומענדיגן דינסטאג מפאר זיין די גרויסע סאטמארער חתונה.

 

ווי געמאלדן ביי די שמחת הנישואין וועלן גיין אונטער די חופה בשעטו"מ החתן המופלג פרצע"ח הרב חנני' יו"ט ליפא מייזליש שליט"א זוהן פון הגה"צ פאר מקדושים רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת מהרי"ט, עב"ג הכלה המהוללה בת קדושים מרת נחמה פערל שתחי' טאכטער פון הגה"צ שלשלת היוחסין רבי יצחק דוד הורוביץ שליט"א אבד"ק ראצפערט-בראזיל. 

 

דער רבי שליט"א וועט אי"ה אנקומען דינסטאג צופרי וואו דער רבי שליט"א וועט אי"ה צופאהרן צו א באשטימטן ארט ווי דער רבי וועט אי"ה דאווענען תפילת שחרית.

 

א באזונדערן רגש און השתוקקות באנעמט ביים ציבור תלמידי חכמים און בני תורה אין בני ברק הערנדיג אז דאנערשטאג אוונט וועט אי"ה דער רבי שליט"א זאגן א דרשה אין דרוש פלפול ואגדה פאר די לומדי כולל עצי חיים און בני הכוללים והישיבות אין שטאט, די דרשה וועט פארקומען אין די היכל ביהמ"ד הגדול אין שיכון און עס רופט ארויס חשקות התורה ביים ציבור שוחרי תורה וויסנדיג רב כוחו וחילו באורייתא.

 

נאכדעם איז ערווארטעט מיט כיסופין קדשין די גרויסע "שבת שבע ברכות - שבת שקלים" במחיצתו פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, די שב"ק אנטשפרעכט צו זיין לעכטיג און געהויבן נועם הנשמות און עונג הרוחות, אנגעהויבן מיטן שולחן הטהור מיט די הייליגע מצוה טאנץ דערנאך, און אזוי ווייטער מיט די הייליגע און ווארימע תפילות שב"ק, און באזונדער די פייערדיגע שובבי"ם-שלש-סעודות אין די לעצטע וואך פון די ימי השובבי"ם מיט די דברים חוצבים להבות אש וואס וואשן אויס די אידישע הערצער לתשובה ותיקון המעשים.

 

איינע פון די הויכפונקטן פונעם הייליגן באזוך פונעם רבי'ן שליט"א וועט זיין די די היסטארישע מסיבה "מעמד יובל השישים" ווי עס וועט ווערן אפגעצייכנט זעכציג יאהר פון די גרינדונג פון מוסדות סאטמאר אין ב"ב דורך כ"ק מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין שנת תשי"ב ביי זיין געהויבענע באזוך אין ארה"ק.

 

די מעמד וועט פארקומען אין א ספעציעל עלעגאנטן זאל רויאל-גארדן אין פתח תקוה יצ"ו מיט די באטייליגונג פון די ציבור תלמידים ידידים און אוהדים וועלכע זענען תומך די מוסדות הק', ומלכם בראשם כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א וועלכע וועט באשיינען דעם מעמד און וועט משמיע זיין מדברותיו הק' לכבוד המאורע.

 

ספעציעל קוקט די ציבור ארויס אויף די רייכע ספר "מראש צורים" וועלכע קומט ארויס לכבוד די מסיבה ווי עס ווערט געברענגט א שלל פון רייך-געדעקטע היסטאריע אין די קורות ימי התייסדות פון די ת"ת און די מוסדות סאטמאר אין ב"ב אנגעהויבן פון זעכציג יאהר צוריק עד היום הזה.

 

מיט כבוד און הערכה ערווארטן די הנהלת המוסדות אין ב"ב צו מקבל פנים זיין די חשוב'ע פאמאליע וועלכע קומען מיט'ן רבי'ן שליט"א די נגידים און נדיבים בעם קרואי מועד און אנשי שם אין שפיץ פון די הויכגעשעצטע ראשי הקהילה און מנהלי המוסדות פון וויליאמסבורג, בארא-פארק און קרית יואל, וועלכע זענען די עמודי התווך פון מוסדות יטב לב בארה"ק און שטייען צו הילף פאר'ן עקזיסטענץ פון די פארצווייגטע מוסדות אין ארץ ישראל, און אצינד וועט זיין די געלעגנהייט זיי אפצוגעבן רגשי כבוד מיט לויב און דאנק אויף זייערע פעלים כבירים בכלל און פאר די מוסדות בארה"ק בפרט.

 

די ציבור תלמידים וחסידים נאמנים קוקן ארויס מיט גרויס האפענונג אז די ימי ההוד והשמחה מיטן באזוך פונעם רבי'ן שליט"א זאלן געקרוינט ווערן מיט כבוד און ערפאלג כראוי וכיאות לכבודו של מלך מאן מלכי רבנן.

 

-נשיא אלוקים בתוכינו-

 

 •




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2012 19:30 לינק ישיר 

מעמד כתיבת האותיות

צום ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך

חברי קהלתינו הק' אין בני ברק

לע"נ מרן רביה"ק זי"ע בעל ברך משה

אין שטוב פון הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א

 

 

 

טייל פון די זקני וחשובי קהלתינו הק' ביים שרייבן אותיות

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2012 19:31 לינק ישיר 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2012 19:32 לינק ישיר 

טייל פון די פיבערהאפטיגע הכנות

צו די געהויבענע טעג אין בני ברק

 

 

בילדער דורך: משה גאלדשטיין

 

 

די בוי ארבייט ביים נייעם היכל התורה אונטער'ן ביהמ"ד הגדול

 

 

 

 

 

מען מאכט גענצליך איבער די וואכעדיגע ביהמ"ד

 

 

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2012 19:33 לינק ישיר 

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2012 19:33 לינק ישיר 

מודעות מטעם ק"ק וויזניץ אין בני ברק

בנוגע די שמחה בחצרות קדשינו

 

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2012 19:35 לינק ישיר 

 

 

 

 

 

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2012 19:35 לינק ישיר 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2012 19:36 לינק ישיר 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2012 19:36 לינק ישיר 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2012 19:36 לינק ישיר 

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2012 19:45 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2012 19:55 לינק ישיר 
די חופה אין שיכון קרית יואל

טייל פין די שווערע אלפים בלעיה''ר ביים געהויבענעם מעמד החופה 



תוקן על ידי היראים ב- 14/02/2012 20:01:08




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2012 20:11 לינק ישיר 

היראים כתב:

מודעות מטעם ק"ק וויזניץ אין בני ברק

בנוגע די שמחה בחצרות קדשינו

 

 

 

 

 



זייער אינטערסאנט וויאזוי די שמחה איז איינגעטיילט


איך זעה אז די יום החופה אין שבת שבע ברכות וואס באלאנגט פאר צד הכלה, וועט זיין מער ווייניגער בלויז סאטמאר'ע חסידים


אין די באווארפען אין פארשפיל וואס באלאנגט פאר צד החתן וועט זיין בלויז וויזניץ'ער חסידים


אין שבע ברכות איז דא ביי ביידע


וועט זיך מהר''א באטייליגן ביי די שבע ברכות אין וויזניץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2012 20:48 לינק ישיר 

דאכצעך אז לויטן פלאן וועט דאן אדמו"ר מהר"א שליט"א זאגן א דרשה אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מסע המרומם: יו''ט'דיגע אטמאספערע אין בני ברק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext