המשך ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א אין ארה"ק - ערשטן טאג - דינסטאג פ' משפטים
ארום 4:30 נאכמיטאג איז מרן רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן גאהר א ידודות'דיגער שמועס, און דערביי האט דער רב שליט"א מאציל געווען ברכתו הנאמנה פאר מרן רבינו שליט"א.
•♦•
גרויסארטיגער שמחת החתונה בחצרות קדשינו
ארום 5:20 זענען די חתן און מחותנים שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון אין בני ברק צום מעמד קבלת פנים, און עטוואס 15 מינוט דערויף איז דער רבי שליט"א ערשינען צום קבלת פנים, ווען דער ציבור ברעכט ספאנטאן אויס אין א הילכיגן "ברוך הבא בשם ה'" צום אנקום פון רבי'ן שליט"א.
א גרויס התעוררות האט געהערשט אין ביהמ"ד ביים מעמד קבלת פנים ווען עס ווערן געזינגען ניגוני דביקות והתעוררות וויעס פאסט זיך פאר אזא צייט, אנגעפירט דורך די געניטע קאפעליע פון אברכי קהלתינו הק'.
דאן איז פאהרגעקומען דער קריאת התנאים מיט וועלכען עס איז מכובד געווארן הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, אלס ערבים זענען מכובד געווארן מוה"ר יעקב יושע פריעדמאן הי"ו פון בראזיל, און הר"ר יוסף מייזליש שליט"א, און אלס עדות זענען מכובד געווארן הרבני הנגיד מוה"ר יצחק ראזענבערג הי"ו ס. ראה"ק דקהלתינו הק' און הרבני הנגיד מוה"ר אליעזר ווייס הי"ו וויצע פרעזידענט דקהלתינו הק' קרית יואל.
נאך די דברי בדחנות פון האברך ר' משה ארי' היילברוין הי"ו האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און מאריך געווען בדברי כיבושין והתעוררות.
דאן איז מען געגאנגען צום באדעקן איןדי זאלן פון שמח תשמח, און ארום 15 מינוט דערויף איז דער רבי שליט"א אינאיינעם מיט די חתן ומחותנים און זיידע'ס שליט"א ערשינען צו מעמד החופה וועלכער איז פאהרגעקומעןאין צענטער פון שיכון אויף א ספעציעל הויכן פלאטפארמע ווען דער ריזן פארזאמעלטער ציבור בלעיה"ר פולן אהן די גאסן אראפ צו די לינקע זייט פון רחוב קדשות יום טוב און די נשים זענען געשטאנען צו די רעכטע זייט פון אנהויב רחוב קדשות יום טוב.
ספעציעלער ניגוני התעוררות זענען געזינגען געווארן דורך די קאפעליע וועלכער איז אנגעפירט געווארן דורך הרבני המפואר מוה"ר חיים הלוי העללער הי"ו.
מיט סידור קידושין האט דער רבי שליט"א מכבד געווען כ"ק פוסק הדור הגאון בעל שבט הלוי שליט"א, אלס עדי כתובה האבן געדינט הרבני הנגיד מוה"ר מאיר הירש הי"ו מראשי הקהלה והמוסדות אין קרית יואל, און הרבני הנגיד מוה"ר אהרן משה שלאגער הי"ו, און אלס עדי קידושין זענען מכובד געווארן הרבני הנגיד שלמה משה קלאגסברוין הי"ו און הרבני מוה"ר יעקב פעלדמאן הי"ו פון לאנדאן. אלס עדי יחוד זענען מכובד געווארן מוה"ר שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו און מוה"ר מאיר פערל הי"ו חברי הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב.
מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן האדמו"ר מ'מעליץ שליט"א א פעטער פון כלה, מיט די ערשטע זעקס ברכות איז מכובד געווארן האדמו"ר מ'קרעטשניף רחובות שליט"א א פעטער פון די כלה, און מיט ברכה אחריתה איז מכובד געווארן האדמו"ר מ'טשערנאביל שליט"א.
נאכ'ן מעמד החופה האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכת קדשו פאר'ן גאנצן ציבור און דאן האטמען אויסגעבראכן אין א טאנץ ווי עס איז געזעהן געווארן א מחזה הוד ביים מחול לצדיקים אויפן בימת החופה.
דערנאך האבן די פולע צוגעגרייטע באסעס געפירט דעם ציבור צו די "גני האצולה" אין די פתח תקוה געגנט ווי עס איז פאהרגעקומען דער שמחת החתונה .
פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה פון אדמורי"ם ורבנים שליט"א וועלכער האבן אנטייל גענומען ביי די גרויסע חתונה בחצרות קדשינו דוירכאויס די גאנצע צייט, ואין מוקדם ומאוחר בתורה: כ"ק פוסק הדור הגאון בעל שבט הלוי שליט"א; הגרימ"ל לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק; האדמו"ר מ'סערעט וויזניץ שליט"א, האדמו"ר מ'בוהוש שליט"א; האדמו"ר מ'תולדות אהרן שליט"א; האדמו"ר מ'טשערנאביל שליט"א; האדמו"ר מ'נאכניווקא-בעלזא שליט"א; האדמו"ר מ'קרעטשניף שליט"א; האדמו"ר מ'פינסק-קארלין שליט"א; האדמו"ר מ'זוטשקא שליט"א; האדמו"ר מ'ספינקא/יהושע שליט"א; האדמו"ר מ'ספינקא דונולו שליט"א; האדמו"ר מ'ספינקא ירושלים שליט"א; האדמו"ר מ'קרעטשניף רחובות שליט"א; האדמו"ר מ'לוצק שליט"א; האדמו"ר מ'מודשיץ שליט"א; האדמו"ר מ'סאסוב שליט"א; האדמו"ר מ'טשערנאביל אשדוד שליט"א; האדמו"ר ד'קהל חסידי ירושלים שליט"א; האדמו"ר מ'טריסק שליט"א; האדמו"ר מ'סארעדנא שליט"א; האדמו"ר מ'דעעש ירושלים שליט"א; האדמו"ר מ'קודינוב שליט"א; האדמו"ר מ'מעליץ שליט"א; האדמו"ר מ'טעמעשוואר שליט"א; האדמו"ר מ'ביטשקאוו שליט"א; האדמו"ר מ'ראצפערט – בראזיל שליט"א; האדמו"ר מ'קאפישניץ שליט"א; האדמו"ר מ'וואסלוי שליט"א; הגאון ר' חיים מאיר הלוי וואזנער שליט"א; הגאון ר' נפתלי פרענקל שליט"א חבר הבד"ץ העדה החרדית; גאב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א; הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א; הרה"ג ר' זושא הורוויץ שליט"א רב דק' חסידים אלעד; הגה"צ אב"ד סערעט וויזניץ שליט"א; הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א; הגאון רבי מיכל זילבער שליט"א; הרה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א; הגאון ר' אברהם יעקב איצקאוויטש שליט"א חדב"ן כ"ק פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א; הגה"צ גאב"ד טשארטקוב לאנדאן שליט"א; הרה"ג ר' משה בראנסדארפער שליט"א מו"ץ בד"ץ העדה החרדית; הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א; הגאון ר' משה שאול קליין שליט"א; הגאון ר' שלמה זלמן אולמאן שליט"א א – חברי בד"ץ שבט הלוי; הגאון ר' ר"י נועם התורה וחבר הבד"ץ בני ברק שליט"א; הרה"ג ר' מתתי' דייטש שליט"א רב רמת שלמה; הרה"ג ר' שמואל שמעון האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ ר' משה האלבערשטאם זצ"ל, הרה"ג ר' זעקיל פאללאק שליט"א חבר הבד"ץ אנטווערפן; הגה"צ אב"ד קרית באבוב – בת ים שליט"א; הרה"ג ר' ברוך שטערנבוך שליט"א רב וויזניץ - בראכפעלד; הרה"ג ר' יואל טוביאס שליט"א רב שיכון ו' בני ברק; הגה"צ אב"ד וויזניץ-מאנסי ארה"ק שליט"א; הרה"ג ר' אליעזר דוד שפירא שליט"א רב דחסידי צאנז – בני ברק; הרה"ג ר' יצחק האלפערין שליט"א רב רמות ירושלים; הרה"ג ר' אשר מרגליות שליט"א רב דק' אוהל משה וויען; הגה"ח ר' בנציון יאקאבאוויטש שליט"א בעמח"ס ציוני טהרה ועוד; הרה"ג ר' מרדכי געלבער שליט"א רב דק' מונקאטש – בני ברק; הרה"ג ר' סיני האלבערשטאם שליט"א רב שיכון ג' – בני ברק; הרה"ג ר' אברהם שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא; הרה"ג ר' יוסף יצחק בארלינאוו שליט"א רב מרכז בערי בני ברק; הרה"ג ר' יצחק פינטער שליט"א אב"ד ביקאווסק; און נאך פולע אדמורי"ם ורבנים שליט"א.
א ווייטערדיגע באריכט פון הופעת מרן רבינו שליט"א און ווייטער וועט אי"ה נאכפאלגן.
•♦•