ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א אין ארצינו הקדושה – דריטן טאג
יום ה' פ' משפטים
נעכטן - דאנערשטאג אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון קרית יואל, ווי נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יואל ביקסנשפאן.
נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך ביים האדמו"ר מ'גור שליט"א, וואו עס איז פארפירט געווארן א שמועס בעניני שבת שקלים.
דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער צום שטוב פון הרבני הנגיד מוה"ר אייזיק ווייס הי"ו, מגדולי תומכי המוסדות יטב לב, וואו עס איז פאהרגעקומען א רייכער פרישטאג פאר אלע תומכי המוסדות תושבי ארה"ק וועלכע האבן תורם געווען העכער 10,000 שקלים לטובת המוסדות, ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש און באזונדער מאציל געווען ברכת קדשו פאר יעדן תומך.
דערנאך זענען אנגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן זיינע שוואגער'ס הרה"צ מ'וויזניץ שליט"א, און הרה"צ ר' מנחם ערנסטער שליט"א ראש ישיבת וויזניץ.
דאן איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן הגאון ר' משה יודא לייב לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק, וואו עס איז פארפירט געווארן א לענגערע שמועס בעניני שחיטה, בהלכות שחיטה און איבער'ן היינטיגן מציאות, און אלעס ארום.
דערנאך האט דער רבי שליט"א באזוכט האדמו"ר מ'טשערנאביל שליט"א, וואו מען האט ארומגערעדט בסיפורי צדיקים, מיט מעשיות פון ר' ישעי'לע טשעחויבער און נאך צדיקים.
פון דארט איז מרן רבינו שליט"א ארויף אויף א באזוך ביי הגאון ר' נסים קרליץ שליט"א, וואו עס איז פארפירט געווארן א שמועס בעניני הלכה.
דערביי זענען געקומען די הנהלת וועד הצדקה "קופת העיר" פון בני ברק ווי דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן דעם יערליכן פורים קאמפיין אינאיינעם מיט הגאון ר' נסים שליט"א ווי ביידע האעבן צורם געווען פאר די קופה.
דאן איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן האדמו"ר מ'בוהוש שליט"א, וואו מען האט ארומגערעדט פארשידענע דברי תורה, און דערנאך סיפורי צדיקים איבער קדושת שבת קודש, און דענאך האט זיך דער רבי שליט"א נאכגעפרעגט איבער זיינע מוסדות, וואס ווי באקאנט האט דער בעהושער רבי שליט"א מקדש געווען שם שמים געווען און אפגעהאקט די געלטער פון די מדינת הכופרים פאר זיינע מוסדות, און איינגעשטעלט אז די בעהושער מוסדות זאלן זיין גענצליך על טהרת הקודש בלי תערובות עבודה זרה.
פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער צום סטריקוב'ער רבין שליט"א אויף א באזוך, וואו עס איז אנטוויקעלט געווארן א שמועס איבער די אידישקייט אינדערהיים אין פוילין, און דערנאך א שמועס איבער די טערקישע טליתים.
דערנאך האט דער רבי שליט"א אפגעשטאהט א ביקור ביי האדמו"ר מ'מאדשיץ שליט"א, וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועבס בעניני והל' סוכה ועוד.
דערנאך איז די רבי אנגעקומען צום שטוב פון הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א, וואו עס איז אנגעקומען אויף א ביקור גומלין דער גער'ער רבי שליט"א, ווי עס איז אנוועזנד געווען דער חתן הר"ר ליפא שליט"א און די מחותנים און דער זיידער הגה"צ גאב"ד דקהלתינו בארא פארק שליט"א, און מען האט ארומגערעדט איבער עניני שבע ברכות וכל הנלוים לחתן כלה, און נאך.
דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער צום שטוב פון הרב טָובִיאַס שליט"א, פון די ועד הרבנים רומעניא, וועלכע איז געווען שטארק בייהילפיג מיט די פעולות פון אפראטעווען דעם סיגוטע'ר ביה"ח, וואו ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א אפצושערן זיין אייניקל וואס איז נעכטן געווארן 3 יאהר למזל טוב.
פון דארט איז דער רבי שליט"א גכעגאנגען באזוכן האדמו"ר מ'נאדבורנא שליט"א לרפו"ש, ווי עס איז פארפירט געווארן א שמועס אין סיפורי צדיקים פון רבי מרדכי'לע נדבורנער זי"ע, און נאך.
באלד דערנאך איז מרן רבינו שליט"א געגאנגען צום ביהמ"ד זכרון מאיר, וואו עס האבן זיך געפונען די תלמידי ישיבתינו הק' מהרי"ט בני ברק, און זיי האבן דארט געלערנט שעות רצופות לרגל די לעצטע דאנערשטאג פון די ימי השובבי"ם, און דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט צווישן די בחורים בשעת'ן לערנען און זיך מפלפל געווען מיט די תלמידים.
פון דארט איז די רבי שליט"א צוריק צום שטוב פון הגה"צ ראש ישיבתינו בני ברק שליט"א, וואו מען האט געדאוונט מנחה.
עטליכע מינוט נאך 9 אזייגער אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון, ווי דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשת פולפול פאר די אברכי הכולל פונעם ארטיגן כולל עצי חיים און עס האבן זיך משתתף געווען טויזנטער אנשי שלומינו פון איבער א"י און אידן איבער די שטאט ובראשם רבנן וראשי ישיבות שליט"א. א טיילווייזע ליסטע פון די באטייליגטע רבנים שליט"א וועט אי"ה נאכפאלגן נאך שב"ק.
דער רבי האט אנגעהויבן די גמרא אין די סוגיא פון טעם כעיקר און ארומגערעט א לענגערע דרוש , און דערנאך מאריך געווען בדברי מוסר ואגדה פאר די כולל אינגעלייט איבער אויפשטיין פארטאגס ווען די לופט איז ריין.
נאך די דרשה האט דער רבי שליט"א געדאווענט מעריב און פון ביהמ"ד איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון האדמו"ר מ'שומרי אמונים שליט"א ווי עס איז פארפירט געווארן א גאר רייכע שמועס בד"ת בעניני מתן תורה און פרשת שקלים ובפלפלי של תורה.
•♦•
באריכט פון היינט ערש"ק און ווייטער וועט אי"ה נאכפאלגן נאך שב"ק.
אצינד ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צום גרויסארטיגן שבת שקלים - שבע ברכות בצל הקודש אין בני ברק ווי נאך פולע חשובע געסט פון אמעריקא און לאנדאן זענען אנגעקומען מיטצוהאלטן דעם געהובינעם שב"ק.
•♦•