זיבעטן טאג – מאנטאג פ' תרומה העעל"ט
מאנטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד זכרון מאיר אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות פון בני ברק און ירושלים עיה"ק, און נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען א מסיבת לחיים ווי עס האט קודם אויפגעטרעטן הר"ר יצחק דוד יאקאב שליט"א מנה"ר ישיב"ק בבני ברק און דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים א פלפול בסוגיא דטעם כעיקר, און דער נאך מעורר געווען בעניני לימוד התורה און וועגן נישט צו רעדן מיט די תפילין.
דערנאך איז דער רבי שליט"א צוגעפאהרן צום בנין התלמוד תורה אין שיכון ווי די קינדער פון די קלענערע כיתות האבן אפגעווארט דעם רבי'ן שליט"א אין חצר פון תלמוד תורה ווי זיי האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א, און דער רבי שליט"א האט מאציל געווען ברכת קדשו פאר די תשב"ר.
פון דארט איז דער רבי שליט"א געגנגען צום שטוב פון האברך מו"ה שלום אליעזר בערקאוויטש הי"ו ווי עס איז פאהרגעקומען א פרישטאג לטובת המוסדות ווי אברכי קהלתינו הק' האבן געגעבן שיינע סכומים. דערביי האט דער רבי שליט"א באזונדער געגעבן ברכת קדשו פאר אלע נדיבים ותומכים, און משמיע געווען דברות קודש.
דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך ביי גיסו הרה"צ מ'וויזניץ שליט"א ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער שמועס בדברי תורה און נאך.
שפעטער זענען די חברי וועד החינוך שע"י העדה החרדית אריבערגעקומען צום רבי'ן שליט"א ווי מען האט דוירכגערעדט די ווייטעריגע פלענער איבער'ן מערכות קעגן די גזירות פון תוכנית הליבה, און ערהאלטן ברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א.
דאן איז הרה"ג ראש ישיבת בית מאיר שליט"א פון בני ברק געקומען אויף א באזוך צום רבי'ן שליט"א ווי עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער שמועס בדברי תורה און נאך.
דאן איז דער רבי שליט"א אריבער צום שטוב פון הרבני הנגיד מוה"ר מנחם שלמה פריעדמאן הי"ו מחשובי אנ"ש אין בני ברק, ווי האדמו"ר מ'בעלזא שליט"א איז אריבערגעקומען צו גיסו מרן רבינו שליט"א אויף א ביקור גומלין, ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער שמועס אין עובדות וסיפורים לצדיקי בית סיגוט – צאנז – בעלזא און ראצפערט, און אין נאך ענינים.
אויך איז דארט אריבערגעקומען אויף א באזוך דער זוהן פון גער'ר רבי שליט"א ווי עס איז אנשטאנען א שיינער שמועס.
נאך מנחה האט זיך דער רבי שליט"א און דער פמליא ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין גליל ווי עס האט שוין אפגעווארט דער ציבור צוגיין אויף מקומות הקדושים אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א צו פועל'ן דבר ישועה ורחמים לנו וכל ישראל.
אויפן וועג קיין טברי' האט דער רבי שליט"א זיך אפגעשטעלט אין רמת וויזניץ - חיפה ווי דער רבי האט אפגעשטאהט א באזוך ביי האדמו"ר מ'סערעט-וויזניץ שליט"א ווי עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער די שטעטלעך אינדערהיים.
אויפן וועג ארויס האבן אפגעווארט הונדערטער תושבי השכונה רמת וויזניץ ובתוכם אלע ילדי הת"ת פון דער שטאט וועלכע האבן געהאט די זכי' שלום צו נעמען פון מרן רבינו שליט"א, דערביי האט אויך א' מתושבי בעיר געברענגט זיין חאלאקע אינגל צום רבי'ן שליט"א אפצושערן זיין זוהן.
אנקומענדיג צו די אויטא האט זיך דער רבי שליט"א געטראפן מיט הרה"ג ר' דוד שלמה זאלדאן שליט"א דומ"ץ סערעט וויזניץ אין חיפה, ווי עס איז אנטשטאנען א הלכה'דיגער שמועס.
ארום 9:30 אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף טברי' ווי דער רבי שליט"א האט געדאווענט מעריב און דערנאך ערשינען צום מסיבת הכרת הטוב וועלכער איז אהערגעשטעלט געווארן דורך הנהלת מוסדות יטב לב לכבוד די נגידים און תומכים פון חוץ לארץ, ווי עס האט קודם אויפגעטרעטן הר"ר ישכר יאקאב הי"ו מנהל המוסדות אין ירושלים ווי ער האט ערווענט זיין תודה על העבר ובקשה על העתיד פאר די נדיבים בעם מאנ"ש פאר זייער שטענדיגע שטיצע לטובת די מוסדות אין ארה"ק וועלכער קענען נישט אנגיין אהן די הילף פון חו"ל.
דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש לכבוד המאורע, ווי דערביי האט דער רבי שליט"א גערעדט דברי הכנה והתבוננות בעפארן גיין פוקד זיין די הייליגע ציונים ומקומות הקדושים, אריינצוטראכטן די גרויסקייט םון די הייליגע תנאים וצדיקים נמבג"מ.
פון דארט איז דער רבי שליט"א און דער גאנצער פמליא געפאהרן צום קבר פון הייליגן תנא רבי עקיבא ווי מען האט זיך משתטח געווען און נישט געזאגט קיין תהלים צוליב וואס עס איז נאך דאן געווען פאר חצות הלילה.
דער רבי שליט"א האט אויפן ארט משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט'ן מימרא פון רבי עקיבא "אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרין" און מליץ יושר געווען אויף כלל ישראל, דאן האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך און דערנאך איז מען ארויס אין א התעוררות'ידגער טאנץ אויפן ניגון פון אמר רבי עקיבא.
פון דארט איז מען געפאהרן צום ציון פון הייליגן רמב"ם ווי דער רבי שליט"א האט פאהרגעזאגט קאפיטלעך אין תהלים, און דאן האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויף א שווערער רמב"ם אויף וועלכער ער האט באצויגן זיינע ווערטער ביים ציון, און דערנאך האט מען געזינגען אני מאמין מיט גרויס ווארעמקייט.
דארט איז מען אויך צוגעגאנגען צום ציון פון של"ה הק' ווי מען האט ממשיך געווען מיט אמירת תהלים און אויך דארט האט דער רבי שליט"א משמיע געווען קורצע דברות קודש.
פון דארט איז מען אריבער צו די ציונים פון רבי יוחנן בן זכאי און זיינע 5 תלמידים, און אויך דארט האט דער רבי שליט"א – זיך שטעלנד'יג אויף מאמרים פון די אויבנדערמאנטע תנאים –משמיע געווען קורצע דברות קודש.
אויפן וועג ארויס פון בית החיים נאכ'ן פוקד זיין אויך די ציונים פון רב אמי ורב אסי - ווי אויך ביי זיי האט דער רבי שליט"א דערמאנט עטליכע פון זייערע מאמרים אין ש"ס - איז מען אדורך עטליכע קברים ליקוטי עצמות, ווי דער רבי שליט"א האט דערמאנט יענע ביטערע תקופה פון חיטוטי שיכבי אין טברי' און דאס מסירות נפש פון לוחם מלחמות ה'.
•♦•
המשך פון דינסטאג און ווייטער וועט אי"ה נאכפאלגן.
•♦•
תוקן על ידי היראים ב- 27/02/2012 00:54:14