אכטן טאג – דינסטאג פ' תרומה העעל"ט
גאנץ פריה דינסטאג אין די פארטאגס שטונדן האט דער רבי שליט"א געלאזט רופן האברך ר' יואל ווערטהיימער הי"ו און אינאיינעם מיט'ן בעל אכסניא הרב דערלי הי"ו איז דער רבי שליט"א צוריקגעפאהרן צום ציון פון התנא רבי עקיבא ווי דער רבי שליט"א האט געצינדן ליכט און דאן האט דער רבי שליט"א ביחודית פאר א לענגערע צייט זיך משטתח געווען און שופך שיח געווען ביים דעם הייליגן תנא.
נאך א שטיק צייט האט דער רבי שליט"א פארלאזט דעם מקום קדוש און פון דארט האט דער בעל אכסניא צוגעפירט דעם רבי'ן שליט"א צום ציון פון רבי חייא ובניו ווי דער רבי שליט"א האט זיך אויך משטתח געווען, און פון דארט האט זיך דער רבי שליט"א אומגעקעהרט צו די אכסניא.
ארום 9:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען צום ציון פון התנא רבי מאיר בעל הנס ווי מען האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור. און נאך שחרית איז דער רבי שליט"א אראפ אונטן אין די מערה זאגן תהלים פון קאפיטל קי"א ביז קכ"א, און דאן איז פאהרגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש אויך באזירט אויף מאמרים פון רבי מאיר, און בתוה"ד ערווענט אז רבי מאיר האט געהאלטן אז בין כך ובין כך קרויין בנים און אויף דעם באצויגן די ד"ק.
דערויף האט מען געזינגען דעם ניגון "כי אנו עמך ואתה אלקינו אנו בניך ואתה אבינו", און פון דארט איז דער רבי שליט"א צוריקגעגאנגען צו די אכסניא און דער ציבור איז געגאנגען עסן ארוחות בוקר אין א סעפציעל צוגעשטעלטן זאל.
אויפ'ן וועג צו די אכסניא האט דער רבי שליט"א געהייסן זיך שטעלן ביים בית החיים העתיק ווי דער רבי שליט"א האט מתפלל געווען אויפ'ן ציון פון די תלמידי בעש"ט זי"ע, הרה"ק ר' מנחם מענדל וויטעבסקע'ר זי"ע און הרה"ק ר' שמשון שפיטיווקא'ר זי"ע ווי מען האט געזאגט ווייטער תהלים פון קאפיטל קכ"א ביז קל"א.
נאך בערך א האלבע שעה האט זיך דער רבי שליט"א און דער שיירא ארויסגעלאזט אויפן וועגן קיין צפת, און אויפן וועג האט מען זיך געשטעלט ביים ציון פונעם תנא רבי יהודה בר עילאי ווי דער רבי שליט"א האט אין די מערה ממשיך געווען מיט תהלים פון קאפיטל קל"א ביז קאפיטל ק"מ.
אנקומענדיג אין בית החיים אין עיה"ק צפת איז דער רבי שליט"א צו ערשט אראפ צום ציון פון אר"י הק' ווי מען האט געזאגט מזמורי תהלים פון קאפיטל צ' ביז קאפיטל ק"ט, און נאך די יהי רצון האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ווי עס האט געהערשט א גרויס התעוררות און השתפכות הנפש, ווי "מכניסי רחמים" און "מלך שוכן עד - מלך מאזין שעוה", און אזוי אויך דעם ניגון "אשת חיל".
דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען ווארימע דברות קדוש ביי וועלכען דער רבי האט דערמאנט די ווערטער פון אר"י הק' אויף וכל מעשיך בספר נכתבים.
דאן איז מען צוגענגאנגען צום ציון פון הייליגן חרדים ווי מען האט געזינגען "ידיד נפש" און "הגלה נא" מיט גרויס דערהויבנקייט.
נאכדעם האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען צום ציון פון הייליגן בית יוסף זי"ע ווי מען האט ממשיך געווען מיט אמירת תהלים פון קאפיטל ק"ט ביז קאפיטל קי"ט, און נאך תהלים האט געהערשט א ערנסקייט ביים זינגען "והאר עינינו".
דאן האט דער רבי שליט"א געזאגט דברי תורה זיך שטעלנדי'ג אויפן פסוק ויקם מלך חדש על מצרים אשר לא ידע את "יוסף".
פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען זיך משטתח זיין אויפ'ן ציון פון זקינו הרה"ק מ'טאלטשאווא זי"ע ווי מען האט ממשיך געווען מיט'ן אמירת תהלים אין קאפיטל קי"ט, און נאך תהלים האט מען געזינגען "יה זכות אבות יגן עלינו" און דעם ניגון "אהבת עולם תביא להם וברית אבות לבנים תזכור" ממשיך צו זיין דעם זכות אבות עלינו ועל דורותינו.
דערביי האט אויך דער רבי שליט"א מתחיל געווען בדברות קודש זיך שטעלנד'יג אויפ'ן פסוק פון אך בחמשה עשר באספכם את תבואת הארץ ולקחתם לכם און דער מדרש דערויף, און משלב געווען אין די ווערטער פון טאלטשעווע רב זי"ע אז ווען מען טוהט תשובה מאהבה איז דא שכר בהאי עלמא, און ממילא אום יו"ט סוכות ווען מען טוהט תשובה מאהבה איז "באספכם את תבואת הארץ" ווען מען איז אוסף אלע עבירות צו מאכן דערפון מצוות דאן איז "ולקחתם לכם" להנאתכם, אז מען איז מקבל שכר בהאי עלמא.
פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צו מקום מנו"ק פון תנא רבי פנחס בן יאיר ווי דער רבי שליט"א איז כמנהג העולם ארומגעגאנגען און בשעת מעשה געזאגט די מזמורי תהלים פון קאפיטל ק"כ ביז קאפיטל קל"א, און דערנאך פארלאזט דעם בית החיים זייענדי'ג מנדב צדקה פאר מוסדות יטב לב לצדקת רבי מאיר בעל הנס מיט'ן האפענונג צו האבן געפויעלט דבר ישועה ורחמים לנו ולכל ישראל.
נאכ'ן פארלאזן דעם בית החיים איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין תלמוד תורה "בת עין" על טהרת הקודש ווי די ילדי הת"ת האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט בגדי שבת און געזאנג, און דער רבי שליט"א האט זיי מאציל געווען ברכתו הקודש.
פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעפאהרן צום שטוב פון הנגיד מוה"ר יצחר משה יאגאלדע הי"ו וועלכער האט מנדב געווען א סכום הגון לטובת מוסדותינו הק' אין ירושלים עיה"ק.
דערנאך איז דער רבי שליט"א מיט'ן גאנצן ציבור אנגעקומען אויף אתרא קדישא מירון ווי דארט האבן שוין אפגעווארט נאך פולע הונדערטער אנשי שלומינו אינג און אלט אנשים נשים וטף, ווי דער רבי שליט"א איז תיכף אריין אין די מערה דאווענען מחה און דערנאך האט מען אנגעהויבן די מזמורי תהלים מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש.
דער רבי שליט"א האט פאהרגעזאגט פון קאפיטל צ' ביז קאפיטל ק"ט, או דערנאך האט מען געזאגט דעם יהי רצון מיט א התעוררות עצומה, און דאן האט דער רבי שליט"א פאר א לענגערע צייט געליינט קוויטלעך.
ווי נאר דער רבי שליט"א איז ארויס פון די מערה און ערשינען אויפן ספעציעלן פלאטפארמע אין חצר פונעם מערה, האט מען אויסגעבראכן אין א געזאנג לכבוד התנא האלוקי רשב"י, בשעת דער רבי שליט"א שעהרט אפ צענדליגער חאלאקע קינדער מאנ"ש פון ארה"ק און אויך פון חו"ל.
עס איז שווער צו שילדערן די געוואלדיגע שמחה און התרוממות וואס האט געהערשט אין חצר און אין די גאנצע ארום, ביי די פייערליכע ריקודין בשעת דער רבי שליט"א טאנצט אויפן פלאטפארמע און דער ציבור פולט אהן דעם חצר מקצה אל הקצה מיט פייערידיגע טענץ ווען אינדערמיט איז באצירט מיט די פרייליכע חאלאקע קינדער אויף די אקסלען פון זייערע גליקליכע עלטערן.
אזוי האט אנגעהאלטן די ריקודין פאר א לאנגע צייט, ביז ווען מען איז געגאנגען זיך וואשן צו די סעודה אלס הכנה צום טיש לרגל הילולת מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.
די סעודה פאר'ן ציבור איז געווען צוגעגרייט אין די זאלן פון יד עזרה, און פאר די אורחים נכבדים פון חו"ל איז געווען צוגעגרייט די סעודה כיד המלך אין די זאלן פון מוה"ר ארי' פריעד הי"ו נישט ווייט פון ציון הקדוש.
ארום א האלבע שעה דערויף איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו שלחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא אינעם גרויסן שאטער אויפן ארט, ווי עס האבן שוין דאן אפגעווארט דער פול קעפיגער ציבור אנשי שלומינו פון איבעראל, און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט ניגוני שמחה, און דאן האט דער רבי שליט"א זיך געוואשן צו די סעודת הילולת זקינו מרן הגה"ק זי"ע.
דוירכאויס די טיש זענען געזינגען געווארן ניגוני שמחה והתעוררות, און מיט מכתם לדוד האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר סיני טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ אב"ד דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א.
דער קלימאקס פונעם טיש איז געווען די פייערידגע דברות קודש וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען, אנהויבנדיג מיט'ן קשר פון הייליגן קדושת יו"ט צו אתרא קדישא מירון, און דערנאך האט דער רבי שליט"א מאריך געווען אין דברי דרוש אז בזכותו פון רבי שמעון בר יוחאי האבן די אידן מקבל געווען די תורה, און בזכותו של רבי שמעון זענען די אידן ארויס פון מצרים פאר די צייט, און אז "ובני ישראל יוצאים ביד רמה" זאגט די תרגום ברי"ש גלי, ראשי תיבות רבי שמעון בר יוחאי.
אויך האט דער רבי שליט"א ערווענט דאס ענין אז קומען צום הייליגן תנא רשב"י איז משפיע שמחה און דערציילט די עובדא פון הייליגן קדושת יו"ט וואס איז געפאהרן אויף צאנז מקבל צו זיין שמחה און איז אנגעקומען אהין מיט קפיצת הדרך, - אזוי אויך אונז – האט דער רבי שליט"א געזאגט, קומען מיר קיין מירון מקבל צו זיין א שפע פון שמחה און השפעות טובות, און דערביי האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן לכל העם הנאספים אז יעדער זאל אהיים נעמען אלע גוטע השפעות, וענו ואמרו כל העם אמן!
דאן האט זיך דער רבי שליט"א געוואנדן צו אנשי שלומינו תושבי ארה"ק בכלל און תשובי בני ברק בפרט, מיט דברי כיבושין מעורר צו זיין אין ענינים הצריכים תיקון, בעניני צניעות, לימוד התורה, לימוד לפני התפילה שב"ק אינדערפרי, און נאך פארשידענע ענינים.
עס איז שוין געווען נאך חצות הלילה ווען דער ציבור האט זיך געזעגענט פונעם געהויבענעם טיש אנגעפילט מיט השפעות טובות און ישועות לנו וכל ישראל.
•♦•