ר' אהרן טייטלבוים איז געפארן קיין ארץ ישראל, וואס דאס מיינט פאר די ליינער איז איבריג צו זאגן. א טוץ פון אומצענזורירטע בילדער פון דעם אויסטערליש פאני רבי אין אלע מיני פאזעס און מצבים (טראץ דעם וואס מ'האט שוין צושךטגן פריער אין ארץ ישראל א פאטאגראפער גולדברג ווייל ער איז נישט געווען פון פריער באשטעלט דורך בחצרות באטמאר).
זייט ווען האט די רבי אזעלכע מחוצפים, צו מאכן א בילד ווי די רבי זיצט אין אונטן די רעביצען מיט העדפאונס....
ערענסטע חסידים האט ער....
די זאלונים זענען דאך נישט קיין חסידים, דעריבער איז נישט קיין וואונדער אז ס'איז דא פאני בילדער...
אבער וואס איז מיט ענק געשעהן.....
מ'דארף מאכן א כינוס חירום.... און חוקר זיין בשל מי הרעה הזאת, אזוי ווי מ'מאכט אין די מדינה מיט די היימישע אידן וועלכע האבן פארשפרייט א פאשקוויל מיט א בילד פון די הויפט פון די פאליציי ווי היטלער ימ"ש.
נשלח ב-15/2/2012 20:01
סאו די חוצפה איז קעגן די רביצין? וואס איז די עוולה צו הערן העדפאונס. זי איז פטור פון לערנען תורה וויפיל איך ווייס. און געדאווענט און געזאגט תהילים מיין איך אז זי האט שוין.
לאנצוט כ'האב זעהר מורא אז דו האסט דיר צופיל אנגעגעסן מיט די זאלציג"ע מצות.....
דו האסט צופיל שפייעכט'ס אין מויל, אין יעדער אשכול האסטו הונדערטער תגובות.....
זעהט אויס די רבי האט דיר עספייעט נאך צוגעבן גענוג חיזוק אין א"י, ממילא דארפסטו אונז יעצט מהנה זיין
מיט דיינע זיסע ווערטער....
keep on
נשלח ב-15/2/2012 21:32
וואסזשע. איך דארף ב"ה נישט קיין חיזוק. דער חובת הלבבות גיט מיר גענוג און נאך חיזוק. איך בין ב"ה זייער צופרידן און זייער מחוזק.