| נשלח ב-16/2/2012 11:12 |
|
| |
באמבע: גאב"ד ירושלים איבער דעם באזוך פון בעלזא סאטמאר מהר"א
יעצט געהערט פרישע נייעס פון די מקורבים, נאכנישט הונדערט פראצענט באשטעטיגט היינט אינדערפריה האט כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א זיך אינטרעסירט איבער וואס דער עולם רעדט. ווען איינער פון די מקורבים האט אים פארציילט איבער די נעכטיגע באגעגעניש פון בעלזא - מהר"א מסאטמאר, איז ער געווארן זייער ערענסט, פרעגנדיג: ער האט זיך נישט געקענט דורכ'רעדן מיט'ן היגן בית דין פאר'ן טוהן אזא שריט ?! נאכדעם האט אים דער מקורב פארציילט אז די גאס זאגט אז ער קומט נישט קיין ירושלים, ווייל ער האט מורא צו קומען צום גאב"ד. דא האט דער גאב"ד זיך אנגערופן: ער האט טאקע פון וואס צו מורא האבן! ער האט טאקע פון וואס צו מורא האבן! ווען דער מקורב האט אים איבערגעגעבן וואס די אהרונים זאגן (בחצרסאטמאר אין פארום בחדרי) אז די באזוך איז א נקמה אויפדעם וואס דער גאב"ד איז געגאנגען באזוכן די זאלונים אין קרית יואל, און אויפדעם וואס דער גאב"ד האט נישט געוואלט חתמ'ען קעגן די בני יואל'ער חתונה זאל. דא האט דער רב געגעבן א שאקל מיט'ן קאפ, זאגנדיג: נעבעך, נעבעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 11:38 |
|
| |
חלומות שוא ידברו. וואס מען טראכט בייטאג חלומ'ט מען ביינאכט
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 11:39 |
|
| |
אויב דאס איז אמת, וואס איז שווער צו גלייבן אויף איין ווארט דא, אבער אויב ס'איז אמת, איז דער בעלזער געווען גירעכט אין תשמ"א. היתכן, דער סאטמארער רבי דארף באקומען א אוקיי פון עפעס א סיקריק פון הנהלת העדה? צו אפשר ר' טוביה ווייס האט דורך גערעדט מיטן סאטמארער רבי פאר ער איז ארויף באזוכן דער רב פון די געאסערטע "היכל שלמה"?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 11:47 |
|
| |
| SIM89 כתב: |  | היתכן, דער סאטמארער רבי דארף באקומען א אוקיי פון עפעס א סיקריק פון הנהלת העדה? |
|
אוי אוי צו ער דארף באקומען אן אוקיי, ער דארף שוין איינמאל באקומען. נאר צו דערמאנען, די עדה החרדית האט שוין געהאט גע'חתמ'עט אין תשמ"ב א הסכם שלום מיט בעלז, נאך וואס זיי האבן נישט געקענט אריבערטראגן די ביטערע דעמאלט'סדיגע טעראר. אבער ווען דער מנח"י איז "געפארן בעטן א אוקיי" פון דער טאטע פון מהר"א, האדמו"ר בעל ברך משה ז"ל, האט ער אים צוריסן דעם הסכם אויף שטיקער פארנט פון זיין פנים, און האט זיך גאנץ ווייניג געקימערט מיט די טרערן וואס האבן אין יענע מינוט אראפגערינען פון די אויגן פון מנח"י.
תוקן על ידי צמח_דוד ב- 16/02/2012 11:48:13
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 11:50 |
|
| |
| SIM89 כתב: |  | אפשר ר' טוביה ווייס האט דורך גערעדט מיטן סאטמארער רבי פאר ער איז ארויף באזוכן דער רב פון די געאסערטע "היכל שלמה"? |
|
דאס האסטו פארגעסן.
אה, ווער איז אגרעסערע ציוניסט, ראבי עליאשיוו, צו דער פון בעלזא?
וועמען האבן די סיקריקן פון הנהלת העדה געפייפט מיט א גרויסען "לא" מיט א א' רבתי? ר' טוביה'ס ספעציעלע בקשה, אדער דער סאטמערער רבי?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 12:13 |
|
| |
| SIM89 כתב: |  | אפשר ר' טוביה ווייס האט דורך גערעדט מיטן סאטמארער רבי פאר ער איז ארויף באזוכן דער רב פון די געאסערטע "היכל שלמה"?
דאס האסטו פארגעסן.
אה, ווער איז אגרעסערע ציוניסט, ראבי עליאשיוו, צו דער פון בעלזא?
וועמען האבן די סיקריקן פון הנהלת העדה געפייפט מיט א גרויסען "לא" מיט א א' רבתי? ר' טוביה'ס ספעציעלע בקשה, אדער דער סאטמערער רבי? |
|
סים, רעד נישט ווי א בהמה. דו פארשטייסט אליין אז א באזוך אין צימער פון רב אלישיב איז נישט משמעות'דיג לעת עתה, נאך וואס הרב אלישיב האט זיך שוין געטראפן הונדערטער מאל מיט אלע דיינים פון די עדה"ח אין די לעצטע יארן. און זייט די לעצטע מערכה פון די עדה מיט רב אלישיב איז שוין פאראיבער גאנצע 15 יאר, און אין די 15 יאר, האט זיך רב אלישיב צוגעשטעלט צו עטליכע מערכות פון די עדה, און איז געגאנגען קעגן זיינע אייגענע רבנים פון בני ברק. און אויף דיין שאלה ווער איז אגרעסערע ציוניסט, ראבי עליאשיוו, צו דער פון בעלזא? ס'קומט נישט אריין די שאלה ווער ס'איז א גרעסערער ציוני'סט, און נישט דאס איז קובע דא, דער סאטמאר רבי זי"ע האט זיך געטראפן מיט פארשידענע גרויסע ציוניסטן, און די היינטיגע רבי'ס טרעפן זיך אויך מיט פארשידענע ציוניסטן און יעדער פארשטייט אז זיי האלטן אנדערש אין שיטה. אבער בעלז איז א מסכתא פאר זיך. ער האט אנגעפירט א גרויסע מלחמה קעגן סאטמאר און די עדה החרדית מיט די מטרה זיי צו אונטערברענגען, (כדברי ברוך מרדכי קופרשטיין: "עס איז געווען א משימה, צו שטעלן סאטמאר אויף זייער פלאץ, און די עדה"ח אויף זייער פלאץ) און לשיטתם האט זיך די משימה געענדיגט, ממילא האבן זיי באשלאסן צו אנהייבן צוריק לעבן צוזאמען מיט סאטמאר און די עדה"ח. אבער די שאלה איז, צו האט ער פארראכטן דעם נזק וואס איז שוין אפגעטוהן געווארן דא, פיין און וואויל ער האט איבערגעבעטן דעם רבי'ן, אבער א ציבור פון עטליכע טויזנט אידן האבן געהערט פון זיין מויל דברי חירופין וגידופין בצורה המשפילה והמבזה ביותר אויפן קדוש אלוקי דער סאטמאר רבי זי"ע און אויף זיינע ספרים, די אלע מענטשן האבן נישט געהערט א חרטה און צוריקציה אויף די ווערטער פון דעמאלט'ס. דאס ווילסטו צוגלייכן צו רב אלישיב ? ביסט אינגאנצן משוגע ? קעגן בעלז פון תשמ"ב איז אלישיב פון תש"כ א קנאי למהדרין. אלישיב האט קיינמאל נישט געפירט קיין מלחמות, ער איז געווען וואס ער איז געווען ביי זיך אין שטוב און פארטיג. און אויף דיין שאלה אז די סיקריקן פון הנהלת העדה האבן געפייפט מיט א גרויסען "לא" אויף ר' טוביה'ס ספעציעלע בקשה. איך בין נישט קיין נציג פון די הנהלת העדה און איך גיי דיר נישט ענטפערן אויף זייערע עוולות, אבער לפי מיטב ידיעתי זענען געווען עטליכע חברי ביד"צ וואס האבן געהאלטן פארקערט ווי ר' טובי' אין דעם ענין, און די הנהלה האט נישט אליין מחליט געווען די זאכן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 12:33 |
|
| |
רב אלישיב האט גארנישט תשובה געטוהן אויף זיין עבר, און ער איז נאך ביז היינטיגע טאג, באשעפטיג מיט די רבנות יומם ולילה. דאס וואס ער איז געווארן מער פרום, און דער עושי דברם פון די ליטווישע צד וואס אקאטירט דער בני ברקע גדולים, האט איהם נישט משנה געווען, און ער איז נאך אלץ פון דער רבנות שטיצער אין דער גרויסע חסיד פון דער ערשטע רה"ר קוק. דער בעלזער האט ריכטיג תשובה געטוהן, אזוי וואו ס'שטייט אין שו"ע. מפייס געווען רבוה"ק בפרהסיא. וואס איז געבליבן? אז ער נעמט געלט פון די מדינה. נו, ער איז אינגאנצן נישט דער איינציגער.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 12:49 |
|
| |
| צמח_דוד כתב: |  | און אויף דיין שאלה אז די סיקריקן פון הנהלת העדה האבן געפייפט מיט א גרויסען "לא" אויף ר' טוביה'ס ספעציעלע בקשה. איך בין נישט קיין נציג פון די הנהלת העדה און איך גיי דיר נישט ענטפערן אויף זייערע עוולות, אבער לפי מיטב ידיעתי זענען געווען עטליכע חברי ביד"צ וואס האבן געהאלטן פארקערט ווי ר' טובי' אין דעם ענין, און די הנהלה האט נישט אליין מחליט געווען די זאכן. |
|
יא יא. דער גאב"ד בעט, און ר' משה שטרנבוך דער ראש בית דין, זאגט ברבים אז דער רב עליאשיוו איז דער גרויסע לוחם מלחמות ה' [ממש הארט דאס ממשיך פון דער דברי יואל מסאטמאר...], אבער אפאר חברי הבד"ץ זענען אנקעגן. ווער? אפאר? אפשר ואולי דער איינציגער וואס איז מער קנאי, און ארבעט האנט ביי האנט מיט די סיקריקן, דער איינציגער וואס איז געזעצן מיט'ן גרויסע הולך לבחירות דער בעלז-מאכניווקער רבי, אין די מסיבה פון כ"א כסלו. און דער סאטמארער רבי האט געדארף באקומען זיין רשות זיך צום טרעפין מיט זיין שוואגער
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 13:24 |
|
| |
די מעשב איז ריין שקר איך האף נאר אז ס'איז אמת נאך 3 מאל זאגן כאפט ער אויפן ווינק ענדליך איז ר' יצחק טובי ווייס געוואיר געווארן אז דער סאטמאר רבי וועט זיך נישט מיט אים ארורך רעדן עניני הנהגי אין ער וועט טיען וואס ער פארשטייט אין ער וועט טיען וואס די תורה פארלאנגט
אין די גאנצע וועלט האט דאס קלאר אין הויך געהערט ווער ס'איז סאטמאר אין ווער אין ווי מען מען מאכט החלטות אויף 6 צאנז קארט צי אין בניני זופניק
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 15:59 |
|
| |
נעבעך נעבעך דער טפש וואס האט ממציא געווען די מעשה קיין סאך כבוד ברענגט ער נישט פאר'ן רב פון ירושלים מיט די נארישע מעשה .
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 17:50 |
|
| |
לויט דעם יאסל90 איז ר' יצחק טובי ביזי מיט היידפארק אין ער קאמענטירט דעראויף טאמיר יא איז דער ר' יצחק טובי היפש צירידערט
נעקסט גייט ער קאמענטירן אויף טוויטער ס'קומט פרייליכע צייטן
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 19:21 |
|
| |
איך ווייס נישט צי די געשיכטע איז אמת אדער נישט, אבער דער 'איינציגער' וואס קען עפעס דערלייגן אויב די מעשה איז ריכטיג, איז כ"ק ירושלימ'ער רב שליט"א.
איך זאג נאכאמאל, איינציגער.
איך האף מיט'ן גאנצן הארץ אז ס'איז נישט אמת, פשוט ווייל איך שוין דעם כבוד פון די עדה החרדית.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 19:26 |
|
| |
געגאנגען, דאס איז א סטראשע?
וואס טוט זיך טאמער גאב"ד ירושלים האט א אנדערע דעת תורה פון ר' אהרן טייטלבוים, איז ער נישט בארעכטיגט דערצו? מוז ער האלטן פונקט ווי ר' אהרן האלט?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 19:29 |
|
| |
געגאנגען ביסט נישט גערעכט זייט ר' יצחק טובי האט זיך משדך געווען מיט די סוקריקים טיפער אין דער ערד קען ער שוין נישט גיין
ער איז א חוזק קוק ווי אזוי זיי האבן געהאנדלט מיט א בקשה לרפואת צי רב אלישיב
אלעס איז ביי אים פורים אין ליצנות
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 16/02/2012 19:31:01
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 19:54 |
|
| |
זיין הייסן ארויסגיין פון בג"ץ איז אויך א פורים און ליצנות?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 20:03 |
|
| |
א לץ שיסט א וויץ אויף היידפארק, און די קליינווארג דא דעבאטירן און ווערן היציג... ער האט יא געזאגט, ער האט נישט געזאגט.
קינדער: צמח_דוד טרייבט שפאס. מ'גיט א לאך, און מ'גייט ווייטער.
|
|
|
|
|