ס'איז נישט צים גלייבן ווי אזוי די וועלט האט אויף גענימען דעם באזיך צווישן די 2 גרויסע הויפן סאטמאר-בעלז
ווי מען דרייט זיך נאר רעדט מען דערפין, 95 פראצענט נעמט עס זייער פאזעטיוו אין פארשטייט קלאר
אז די רבי האט קלאר ציגעזאגט פאר בעלז אז זיי זענען מפייס דעם רבי'ן ז"ל כדת וכדין וועט ער קומען א באזיך
די איינציגעסטע וואס זענען שטארק פארווייטאגט זענען די מרי לב / סוקרוקים די זאלי באנדע וואס זיי קענען נישט ציקוקן
אז זיי פירן נישט די וועלט אין האבן ניטאמאל א רעכט א אריין צי רעדן דעראין
אבער דער עצם היסטאריע און וועלד טרייסל פון באגעגעניש סאטמאר-בעלז, איז נישט צום ערשטן מאהל אין היסטאריע, ס'איז שוין געווען א וועלד טרייסל פון באזוך סאטמאר-בעלז און יאהר תשי"ב לפ"ק בארה"ק
נשלח ב-16/2/2012 20:20
וועט די רייבעריי צווישען ר' זלמן לייב אין מנשה פילאף ווידער אויפלאמען? ווער גייט יעצט אויספירן?
תוקן על ידי היראים ב- 16/02/2012 20:21:09
נשלח ב-17/2/2012 01:26
די ירושלימע פאשקוילן געמאכט אין די קאמפיוטער וואס די "משטרה הציונית" האט געוואלט אוועק נעמן די וואך, זענען אנגעקומן:
נשלח ב-17/2/2012 01:30
באקומען אויף טעקסט: I just spoke to Nemunei Eida HaCharidis, they say the letter is false, its not from them... נישטא ווער ס'זאל לאכן
נשלח ב-17/2/2012 01:33
פוטער, ווער ביסטו צו רעדן אין נאמען פון "נאמני העדה החרדית"?
האסטו גערעדט מיט יצחק ווייס'ן?...
נשלח ב-17/2/2012 01:39
אט אזוי האבן אויסגעזעהן די פאשקעווילן קעגן רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע נאכן מספיד זיין הגאון ר' אהרן קאטלער ז"ל און אט אזוי האבן אויסגעקוקט די פאשקעווילן בשנת תשכ"ו ווען דער רבי האט מנחם אבל געווען דעם ליבאוויטשער וואס האט אריינגעברענגט לכל הדיעות א רעפארמעריזם פון די הייליגע ליבאוויטש און אט אזוי האבן אויסגעקוקט די באקאנטע פאשקעווילן פון "רבינו סר מן הדרך" דורך די נטורי קרתא וועלכע האבן בעסער געקענט פסקענען ווי דעם הייליגן ויואל משה און מיר רופן צו בני יואל און זאליס סיקריקים "גייטס צירוק ווי די בת יענה אין די לעכער און שרייטס ווייטער פוי"
נשלח ב-17/2/2012 01:44
FiveBoro כתב:
פוטער, ווער ביסטו צו רעדן אין נאמען פון "נאמני העדה החרדית"?
האסטו גערעדט מיט יצחק ווייס'ן?...
נשלח ב-17/2/2012 01:52
איך פארשטיי די ווייטאג פון די זאליס אז קיינער קוקט בכלל נישט זייער זייט און אלע רבנים פון אלע קרייזן וועלן טאן אלע השפלה'ס אויף דער וועלט אבי זיך צו טרעפן מיטן רבין
און דא איז נעבעך דער אויסברוך ווי דער פרעיד בחור האט נישט בעסער וואס צו טון נאר מבזה זיין די זאליס אז די בריוו וואס איז אינטערגעטייפט דורך נאמני העדה איז ברעקינג שבברעקינג https://twitter.com/#!/SatmarHQ וואס קנאה קען נישט ברענגען
נשלח ב-17/2/2012 01:53
די בעלזערס פארשטיין אויך, אז ס'מיינט גארנישט מיט שלום צוישן די ביידע השקפות, זיי האבן גוט גוט פארשטאנען די דרשה פון סאטמאר'ער רבי אין די ישיבה, ליינט'ס אין "המחנה החרדי" די לעצטע שטיקל:
"ואף על פי שנהרא נהרא ופשטיה וכו'"
נאר זיי פראבירן צו זאגן און זיך נע'ערן, אז די היינטיגע בעלזער גייט בדרכי אבותיו הק'...
זיי נע'ערן זיך אויך, אז "קהל מחזיקי הדת" פירט שחיטה בשותפות מיט "קהל יטב לב" אין קרית יואל... נעבעך, ס'נישטא ווער ס'זאל לאכן.
נשלח ב-17/2/2012 05:06
איך האב געבעטן די סיקריקים ווייטער שרייען פוי און איך זעה אז יצחק ווייס פאלגט קיעפ אן ווי מער צעטלעך אלס גרעסער וועט איר אויסגעשפיגן ווערן פון כלל ישראל ווי זאגט נאר ר' זלמן די הינט בילד און די באן פארט ווייטער...
ווען עס איז פארגעקומען די גרויסע נעסאו קאלעסיום חתונה, איז ארויסגעקומען דיקע פאשקעווילן ביכלעך, (בערך ווי די ווערייזאן דירעקטארי) מיט שרעקליכע איסורים קעגן די השתתפות ביי די וויזניצע חתונה, און דארט איז געשטאנען קלאר אז וויזניץ איז די ארגסטע פון אלע אגודיסטישע פירער (חינוך עצמאי, בחירות, כו').
יא. אמת. אז מ'דארף צופיקסן דעם סיגעטער, ווערט וויזניץ די ערגסטע אויפן כדור הארץ.
ווען דער סאטמארער רבי האט זיך געטראפן מיט'ן קלויזנבורגער רבי'ן, איז דער קלויזנבורגער געווארן דע ערגסטער פון די שמונה שרצים (מחלוקת צווישן זייער פאטער).
עטליכע וואכן צוריק ווען עס איז פארגעקומען א געלט סכסוך צווישן גערער שלעגער און סיקריקים שלעגער, איז ארויסגעקומען קונטרסים אז "גור" איז די ערגסטע פון אלע. און מ'האט אויסגערכנט זייערע עבירות אז זיי האבן משטרה, זיי לערנען נאר אויף עברית מיט די אינגלעך, לערנען גוי'אישע לימודים מיט מיידלעך, אנפירער פון די חינוך עצמאי וכו' וכו'.
אזוי קוקט אויס דער כח הקדושה פון די סיקריקים. יעדן טאג מאכט מען אפ מיט די פאליטישע ברילן וועמען מ'גייט דערקלערן קריג און וויאזוי מ'קעגן בעסער צופיקסן דעם גרויסען שונא פון קרית יואל.
יעדער בר דעת זעט אז עס האט מיט אידישקייט אדער מלחמה לה' בעמלק גענוי וויפיל עס האט מיט די מלחמה קעגן כת ש"ץ.
נאך א וואונדער אז די סיקריקים זענען דאס געלעכטער פון שטאט.
נשלח ב-21/2/2012 21:30
unconfirmed: C"k Admor M'Belz Machnivka Shlita will be by C"k Admor M'Belz Shlita in the next few min to invite to daughters Chasinah.
נשלח ב-23/2/2012 19:41
די זעלבסט געקרוינטע אפוטרופסים אויף שיטת רביה"ק זי"ע קענען נאך נישט אראפשלינגען דעם ביטערן פיל, אז מען האט געוויזן פאר די גאנצע וועלט אז אידן פירן זיך על פי תורה, און נישט זיי זענען די וואס צייגן ווען יא און ווען נישט, שיטת רביה"ק מיינט נישט אויסגעבן אלע פארביטערטע מדות מושחתות אונטערן מאנטל פון קנאות, שיטת רביה"ק מיינט זיך פירן על פי התורה ועל פי השלחן ערוך.
עס פאדערט אבער דאך אביסל התבוננות אריינצוטראכטן במה הדברים אמורים.
דא פארט רבינו שליט"א קיין ארץ ישראל, וואס לשיטת הזאלונים איז ער דאך בכלל נישט סאטמארע רבי, א אפגעפרעגטע מענטש ביי אלע גדולי הרבנים, ער האט זיך שוין לאנג מתחבר געווען צו בעלזא (משלוח מנות וכו') און דאך ווען ער גייט אריבער אויף א באזוך קערן זיי איבער די וועלט.
אפשר קענט איר מיר זאגן וואס האט פאסירט?
ער גייט נישט קיין ירושלים באזוכן די עדה קערט זיך איבער א וועלט.
אפשר קענט איר מיר זאגן וואס האט פאסירט? (אפגערעדט פון דעם אז דער רבי איז שוין דאס דריטע מאל אין בני ברק זינט פטירת אביו, און די אלע דריי מאל איז ער קיין איין מאל נישט געפארן קיין ירושלים)
זונטאג שרייט מען אז די עדה איז ברוגז, און מאנטאג שרייט מען הלמאי מען גייט נישט באזוכן די עדה?
איך מיין פון וועם רעדסטו דא? דו רעדסט דא פון א אפגעפרעגטע מענטש, איינער וואס האט משנה געווען מכל הקודש, נו פארוואס ערווארטסטו ער זאל גיין באזוכן די עדה? און פארוואס ווערסטו באליידיגט אז ער גייט נישט באזוכן די עדה, איז דאס עפעס מעלה אדער מוריד?