זייט ער איז אינדרויסן פון משה גבאי מיט קעסטענבוים איז ער ציכטיג ריין. אייגענטליך איז עס אפענער פרקי אבות: רבי יהושע זאגט: חבר רע איז די ערגסטע זאך.
איך וועל דיר פארציילן נאך א סוד וואס די ווילסט אפשר נישט וויסן: ווען משה גבאי האט אנגעהויבן כאפן אז דער רב פון קרית יואל רעדט מער נישט איז אים געווארן זייער ביטער. ער האט זיך נישט געקענט גלייבן אז דאס אומגלויבליכע האט פאסירט.
געלעכטער טייערער, דו ביסט נאך אין בונקער. דער גרויסער בעל מחלוקת פון אמאל, איז היינט בשלום און רעספעקטירט אין די גאנצע וועלט, חסידישע און ליטווישע, רבנים און פוסקים.
אוי ציפט עס.
נשלח ב-16/2/2012 22:50
אומזיסט כתב:
די בעלזא מחלוקה איז א פארגאנגנהייט - היסטאריע!
מאכט שלום מיטן מצב וואס פריער, ווייל נענטער ווי ווייטער וועלן זיך אלע רבנים טרעפן מיטן בעלזא'ר, עקסקלודעד די וועלכע האבן בימי האדמו"ר מהר"י מסאטמאר פראקלאמירט רבינו סר מן הדרך.
דייקן, איך פרעג ערנסט, ב"ה דיין רבי שליט"א איז מרבה שלום בעולם, האלטסט אז מען קען רעדן פון א שלום מיט בני יואל? לאמיר אפילו זאגן אז למען השלום וועט מען אין א סימבאלישע שריט שיקן א דעלעגאציע צום ציון פון ברך משה ז"ל, קען מען רעדן פון אזא פלאן?
ערנסט געענטפערט, ר' אהרן איז גרייט יעדן טאג צו זיין בשלום מיט בני יואל אבער מיט 2 פארשטענדליכע באדינגען
1 אז אלע ענינים וואס זיין טאטע ז"ל און דער בי"ד בירושלים איז געווען בניגוד ווערן קודם ארלעדיגט דהיינו, אז זיי זענען מפייס דעם ברך משה און זיי פראקלאמירן אז זיי האבן חרטה אויף זייער מרידה קעגן דעם ברך משה און זיין זוהן דער מרא דאתרא, דאס מיינט נישט אז בני יואל זאל זיך אויפלעזן, למען השלום קענען זיי ווייטער עקזיסטירן, אבער זיי מוזן עמטליך מפרסים זיין חטאתי עוותי פשעתי,
2 אז ס'איז א טו וועי סטריט, אז בני יואל זאל אויך זיין גרייט צו זיין בשלום ושלוה מיט ר' אהרן, אפשטעלן זייער וויסטע העצונג אפאראט קעגן איהם פערזענליך,
רב הסוער, זיי זענען מסכים אז ר' אהרן זאל קומען וואשן די לאנדרי אין בני יואל זאל.
איך גלייב אז מ'קען אויך פועל'ן ביי זיי, אז ווען מ'וועט צוריק עפענען די אפגעשפארטע הייליגע שול, זאל רבי אהרן באקומען די פאזיציע פון אויסקלינען דעם הייליגן סעפטיק.
זאג דו, איז ר' אהרן גרייט למען השלום צו טאן די פונקציעס?
נשלח ב-17/2/2012 01:48
ר' אהרן פון מידת השלום זענען כרחוק מזרח ממערב. חוץ מיט קלוזענבורג און בעלזא האט ער נאך מיט קיינעם אין די וועלט נישט "שלום" געמאכט, נאר פונקט דאס פארקערטע, מרבה געווען במחלוקת יעדן שני וחמישי.
נשלח ב-17/2/2012 02:06
דייקן כתב:
אומזיסט, זיכער אז יא! דער פראבלעם איז אז נישט מהר"א איז דער וואס וויל דא מחלוקת.
צו ביזטו מיר מודה אז בני יואל / מהרי"י זענען די וועלכע זענען כסדר פארנומען מיט מהרא"ס חטאים?
יא גערעכט, און איך האלט טאקע נישט אז זיי זענען פאראינטערעסירט אין א שלום מיט ר' אהרן'ען, אדרבה זיי ווילן ווייטער מיט אים לוחם זיין.
אקוראט ווי בעלזא.
אקוראט. זיי האלטן אויך נישט ביים צוריק טרעטן פון וואס זיי האבן געטון זינט תשל"ט ביז היינט, חוץ איין דרשה אויף וואס מען האט שוין געטון וואס עס פארלאנגט זיך על פי הלכה. אבער בעצם האט זיך גארנישט געטוישט אויסער דעם. אדרבה, זיי גייען אן מיט זייערע דרכים עקלקלות מער און מער,
סאו איך זוך צו פארשטיין דעם לאגיק פון זאגן אז די מחלוקה איז היסטאריע. די מערסטע זעט אויס אז די וואס זאגן אזוי האלטן אז די גאנצע מלחמה וואס דער ברך משה ז"ל און אלע רבנים מיט אים האבן געפירט אקעגן בעלזא, איז געווען ראנג אין פירסט פלעיס. סאו קען זיין אז זיי זענען גערעכט. איך ווייס נישט. נאר איין זאך, אויב אזוי וואלט זיך ווען סאטמאר געברויכט אנטשולדיגן פאר די אלע רדיפות השמצות און מלחמות פון בעפאר די שטייעדיגע תורה תשמ"ב.
--------------
בעפאר איך ענדיג, ביטע נישט אריין ברענגען דא דעם נושא אז מען וויל זיי בסך הכל האלטן אזוי ווי גור און וויזניץ. ווייל דער פאקט איז אז מיט די א.ד. האט מען נישט געפירט קיין מערכות, זיי נישט דערקלערט פאר נעעלאגן, און נישט גע'אסר'ט זייער פלייש. מיט בעלזא - בעפאר די שטייעדיגע תורה תשמ"ב - האט מען יא געפירט די מערכה.
נשלח ב-17/2/2012 02:10
אומזיסט איך גיי משוגע פאר דיין פוינט אוו וויא! שרייב אפטער
נשלח ב-17/2/2012 02:19
אומזיסט.
איך בין דערווייל נישט אויסגעוועפט ב"ה און מיין זכרון דינט מיר נאך, וועל איך פראבירן אויפברענגען דא וויאזוי פאליטיק ארבעט.
ווען עס איז פארגעקומען די גרויסע נעסאו קאלעסיום חתונה, איז ארויסגעקומען דיקע פאשקעווילן ביכלעך, (בערך ווי די ווערייזאן דירעקטארי) מיט שרעקליכע איסורים קעגן די השתתפות ביי די וויזניצע חתונה, און דארט איז געשטאנען קלאר אז וויזניץ איז די ארגסטע פון אלע אגודיסטישע פירער.
יא. אמת. אז מ'דארף צופיקסן דעם סיגעטער, ווערט וויזניץ די ערגסטע אויפן כדור הארץ.
ווען דער סאטמארער רבי האט זיך געטראפן מיט'ן קלויזנבורגער רבי'ן, איז דער קלויזנבורגער געווארן דע ערגסטער פון די שמונה שרצים.
עטליכע וואכן צוריק ווען עס איז פארגעקומען א געלט סכסוך צווישן גערער שלעגער און סיקריקים שלעגער, איז ארויסגעקומען קונטרסים אז "גור" איז די ערגסטע פון אלע. און מ'האט אויסגערכנט זייערע עבירות אז זיי האבן משטרה, זיי לערנען נאר אויף עברית מיט די אינגלעך, לערנען גוי'אישע לימודים מיט מיידלעך, אנפירער פון די חינוך עצמאי וכו' וכו'.