בית פורומים אידישע געדאנק

אהרונים פראקלאמירן: יא צו בעלזא, ניין צו די עדה החרדית

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/2/2012 02:51 לינק ישיר 

אומזיסט, שטייטלעך. סאטמאר האט קיינמאל נישט ערקלערט קריג מיט א צווייטן חסידות אדער מנהיג וועלכע איז נישט געגאנגען מיט זייער שיטה. אויסער, א חסידות וועלכע האבן זיך אפן ארויסגעשטעלט קעגן סאטמאר אדער קעגן זייער רבי'ן. ליובאוויטש, קלויזענבורג, קאשוי, בעלזא, א.א.וו. גערעכט צו אומגערעכט, דאס זענען די פאקטן.

אקוראט אזוי איז צושטאנד געקומען די מחלוקה מיט בעלזא. די בעלזא רבי האט געלאזט פאלן ווערטער קעגן דעם סאטמאר'ן רבי'ן מהר"י ז"ל, און זיך ארויסגעשטעלט קעגן דעם עדה החרדית מיטן עפענען אן אייגענעם שחיטה אין ירושלים. דאס זענען די טענות מצד חסידי סאטמאר און דערמיט האבן זיי ערקלערט קריג מיט בעלזא. (נאך איין טענה וואס גייט מיר נאך עד היום נישט אריין אין קאפ, אז ער האט געעפנט אן אייגענעם בי"ד, איך זעה נישט וואס ס'איז די גרויסע עוולה ואכמ"ל).

אויף די פריערדערמאנטע צוויי טענות, און נאר אויף די טענות איז אנגעגאנגען די מחלוקה מיט בעלזא פאר אזויפיל יאר. בעלזא איז א קהלה נאה וחסידה אקוראט ווי וויזניץ, גור, קלויזענבורג און אלע אנדערע חסידות וועלכע האבן אנגענומען א גאנג וועלכע איז לשיטת סאטמאר נישט אויסגעהאלטן, אויף אזוי ווייט אז האדמו"ר מהר"י מסאטמאר ז"ל האט זיך אויסגעדריקט ביהרוג ואל יעבור, בעלזא איז אין די פעלער גארנישט אנדערש ווי די אנדערע. אלע אנדערע פראבלעמען, ווי נעמען געלט פון די מדינה, שטיצן די בחירות א.א.וו. זענען זיי גארנישט ארגער פון די אנדערע רביים וקהלות.

די צוויי טענות קעגן בעלזא איז היינט צו טאג'ס מער נישט גילטיג. בעלזא שחיטה איז מער נישט אין ירושלים, און דער בעלזא רבי האט איבערגעבעטן אדמור"י סאטמאר ז"ל אויפן שענסטן אופן וואס נאר מעגליך.

ווילסט ווייטער אנהאלטן מחלוקת, קיין פראבלעם, אבער מצד 'חסידי' סאטמאר איז די מחלוקה היסטאריע.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2012 03:03 לינק ישיר 

דייקן,
איך פארשטיי מיך נישט אויף דיר.
די נאמני העדה החרדית האט ארויסגעגעבן א געפערליכע מחאה דרוקעניש אויף היידפארק, און דו וואגסט זיך צו זאגן אז ס'איז נישטא קיין פייט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2012 03:05 לינק ישיר 

דייקן דו ווייסט אליינס אז דו האסט יעצט אומזיסט אריין געברענגט אינעם שמועס דער סומאטאכע מיט די שטייעדיגע תורה, און דער פיוס 30 יאר דערויף. מ'האמיר גערעדט אז דאס עקזיסטיער מער נישט. אין אומרין לו לבעל תשובה זכור מעשיך הראשונים. לאמיר אויסלאזן דעם גאנצן ענין, און זיך באציען נאר צו וואס האט זיך אפגעשפילט ביז שמחת תורה תשמ"ב.

דו האסט אויפגעברענגט אז די שחיטה גייט שוין נישט אן מער. ביטע מרחיב הדיבור זיין. בעלזא האט זיך שטילערהייט געבראכן צו די עדה און אן קיין גרויסע צערעמאניעס מוותר געווען אויף זייער גאנצע שחיטה? עס עקזיסטירט שוין נישט קיין בעלזא פלייש? איך ברויך שוין נישט אנרופן מיינע קרובים אין א"י זיי זאלן נישט עסן קיין בעלזער פלייש - אזוי ווי דער ברך משה האט געבעטן דעם עולם צו טון ביי די דרשה תש"מ?

עס איז שווער צו גלייבן אז אזא פאליטיש פילוואגיגער שריט איז טאקע דורך געפירט געווארן שטילערהייט. און קיינער האט נישט געהערט דערפון. איז דאס געקומען אויף די אינציאטיווע פון חיים לאקס ע"ה? ווער האט זיי באוואויגן צו אזא שריט/ דאס איז דאך עפעס מוראדיג. און וויאזוי קען זיין איך האב נישט געהערט דערפון ביז היינט?

אדרבה זיי ביטע מרחיב הדיבור.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2012 03:34 לינק ישיר 

אומזיסט, האסט מיר נישט פארשטאנען, איך האב געזאגט אז זייער שחיטה איז מער נישט אין ירושלים.

אז איך וועל דיר דאס איבערצייגן וועט דיר שוין אלעס זיין פארענטפערט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2012 18:18 לינק ישיר 

אומזיסט, די בעלזא שחיטה איז שוין פאר א שיינע שטיק צייט אויפגעלעזט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2012 19:33 לינק ישיר 

דייקן,
איין זאך נאר. די איין טענה "וואס גייט דיר נישט אריין אין קאפ" אבער פאר אלע גדולי ישראל פון יענע תקופה איז עס גאנץ פיין אריין, איז די שאלה, ווייל פאר דיר נישט, איז עס אויס טענה? האבן זיי אויפגעלעזט זייער בית דין? און טאמער יא, האט דאס מתקן געוועהן די הירוס וואס עס איז אריינגעברענגט געווארן אין ירושלים אז אויך צווישן די שטרענג חרדישע וואס האבן אלע פריערדיגע יארן באלאנגט צו די העדה החרדית וואס איז מיט מסירות  נפש אויפגעשטעלט געווארן דורך הגרי"ח זוננפלד וסעייתו, קען מען מתקן זיין אזא הירוס?
און בכלל, איז ער טאקע נישט אנדערש ווי אנדערע? יש לדון בזה לפענ"ד. עס איז אריינגעברענגט געווארן ביי חסידישע קרייזן די מושג פון די פרייע ערציאונג מיטלען און זייער פסאכאלאגיע אשר לא שערום אבותינו, נאר דורך זייער חסידות, נישט דורך וויזניץ, נישט באיאן, און נישט קלויזנבורג. איז ער נישט אנדערש ווי אנדערע?
שיקט מען אויך אין וויזניץ חסידישע יונגעלייט אין משטרה? איז ער נישט אנדערש ווי אנדערע?
ווער האט געבראכן די ירושלימער תקנה פון נישט לערנען לימודי חול, אויף וואס אויך רב שך איז געגאנגען בנפשו? איז ער נישט אנדערש ווי אנדערע?
תיקו!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2012 20:03 לינק ישיר 

האורח, זיי ביטע מסביר וואס ס'איז דער פראבלעם פון האבן אן אייגענעם בי"ד.

בנוגע דיינע אנדערע טענות האב איך שוין איינמאל ערווענט, סאטמאר מיט בעלזא זענען נישט איינ'ס, און סאטמאר האט אסאך טענות אויפן בעלזער גאנג, אבער נישט צוליב דעם איז פארגעקומען דער ריס צווישן די צוויי.


רב הסוער, די בעלזא שחיטה איז נאר אויפגעלעזט אין ירושלים, אבער זיי שחט'ן אין א צווייטע שחיטה אינדרויסן פון ירושלים מיט זייער אייגענע השגחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2012 20:11 לינק ישיר 

עס איז דער זעלבער איסור ווי עפענען מוסדות בני יואל אין קרית יואל וואס דאס בית דין האט גע'אסור'ט בראשות פון הגאון האדיר פוסק הדור המנחת יצחק זצ"ל.

אויב פאר יענעם יענעם איסור האט מען געפונען א פייפער און מ'פייפט זיך עפעס אן דערויף, קען מען זיכער טרעפן א פייפער פאר דעם הארבן איסור אויך.

נישט אז ס'איז געווארן מותר, נאר די שרייערס, ידם על התחתונה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2012 20:31 לינק ישיר 

דייקן זיי ממשיך, דער פראבלעם מיט זייער שחיטה איז געווען די לאקאציע דוקא וואו דער שלאכטהויז איז פלאצירט? אולי איז א חילוק אויך צווישן אלט שטאט און ניי שטאט? וואס א נפק"מ צי פאר ביזנעס אינטערעסן האבן זיי געמופט דעם פלענט אינדרויסן פון ירושלים? האט זיך עפעס געטוישט אין די ביזנעס חלק, די הכשר, צי פארקויפן זיי עס מער נישט אין ירושלים?

גלייב מיר איך האב נישט קיין השגה וואס דו האסט געוואלט מיטן שרייבן אז דער פלענט האט געמופט. 

-----

חוץ מזה, איך האב א הארבן מהר"א, אויב איז טאקע נישט קיין חילוק צווישן קיינעם, קיינער איז נישט ערגער קיינער בעסער, און די אלע עוולת פון בעלז זענען נישט כדאי מען זאל דערוועגן ארויס גיין אין מלחמה, און ניטאמאל גענוג אויף א טראכט צו געבן בעפאר מען דערקלערט מיט א פייערליכקייט אז די בעלזא מחלוקה איז היסטאריע, אלזא איז דא א סיבה בעולם פארוואס ר' אהרן גייט נישט באזוכן הרב שטיינמאן? ביי אים גייט נישט אן די מצוה פון נימוס?

און איך רעד שוין ניטאמאל פון דעם הלבנת פנים ברבים פון עטליכע חרדי'שע אינגעלייט, ה"ה הרה"ח ר' יעקב ליצמאן הי"ו, הרה"ח ר' מאזעס הי"ו, וואס טוען סך הכל דער שליחות פון זייערע רבי'ס, און דער איש מנומס ואוהב שלום ר' אהרן האט זיי אזוי מיאבס מבזה געווען, און נאכדעם איז ער ניטאמאל אנגעקומען צו די שבע ברכות.

תוקן על ידי אומזיסט ב- 17/02/2012 20:32:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2012 20:45 לינק ישיר 

רב שטיינמאן איז נישט זיין שוואגער, ער מוז זיך נישט ציקריגן מיט איהם אויב ער וויל איהם נישט באזוכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2012 20:34 לינק ישיר 

אהרונים זאלונים, די חסידים פון ביידע גרויסע סאטמער, האבן די לעצטע יארן פארלוירן זייער שטאלץ, אמאל האט יעדער סטמער חסיד זיך געהאלטן גרויס אלס סאטמערער, מ'איז געווען שטאלץ, מ'האט זיך נישט געשעמט אלס סאטמערער, קיין סאטמער חסיד האט זיך נישט אראפ געאלאזט און נישט געגאנגען אין די טריפענע שוהל פון דעם אגריפסער בער, מהאט זיך געשפירט העכער, די לעצטע פאר יאר איז כמעט נישט געווען קיין סטמערער חסיד סיי פון די אהרונים, און סיי פון די זאלונים וואס איז אנגעקומען דא אין ארץ ישראל, און איז נישט געגאנגען זעהן די בעלזער שוהל, איך וועל מיך נישט וואונדערן אויב די זאליס וועלן אויך אין איין טאג קומען מיט א שלום פלאן מיט בעראלע.
איך וויל נאכאמאל מגדיש זיין: די מחלוקת מיט בעלז האט זיך נישט אנגעהויבן ווייל דער בעראלע האט גערעדט אויפן הייליגן סאטמער רב, נאר ווייל ער האט געטשעפעט דם הייליגן מנחת יצחק, און ווילאנג ער גייט אים נישט איבערבעטן איז נישטא קיין סליחה ומחילה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2012 20:44 לינק ישיר 

ווער עז זעהט די קליפ זעהט קלאר אז דער בער איז נאך דער זעלבער מחוצף וויאמאל, דער סאטמער רבי זיצט מיט הכנעה אויסגעדרייט צום דעם בער, און ער קוקט ניטאמאל צו זיין כיוון, קיין איינמאל, אבער אפילו קיין איינמאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2012 00:13 לינק ישיר 

זאג מיר יענקי, נאכדעם וואס בעלזער רב וועט איבערבעטן דעם מנחת יצחק, וועט ער ווערען אויס  אגריפס בער, און ער וועט זוכה זיין אז הגה''צ רבי יענקי 123 וועט אים ריפן "בעלזער רב" ? אדער נישט ?

אויב יא גיי איך שוין ערלעדיגן ביי אים ער זאל עס טין.

יעצט אן דזשאקס, די שרייבסט אז ביסט זיכער אז עס וועט קימען א טוג וואס אויך די זאליס וועלען מאכן שלום מיט בערעלע.

די זאגסט זייער גיט, יעדער נורמאלער מענטש וואס קען בעלזע רב ווייסט אז דאס איז זיין ציל און זיין שטרעבן צו זיין שלום מיט יעדעם איינעם, עס וועט נישט לאנג דורען און בעלזא וועט זיין בשלום מיט יעדעם און אויך מיט די עדה.

רוב רעבעס און רבנים פון די עדה ווילען שוין לאנג עס זאל זיין שלום, דער זעלבער רבי טוביה וואס מען פארקויפט יעצט בשמו שארפע קנאות, איז אליין געווען גיט מיט בעלזא פאר ער איז געווארען גאב''ד און פאר ער האט זיך געמאכט די שיינע פייעלעך.

עס איז נאר א פאר פארנאטישע עסקנים און א פאר צייטונג שרייבערס וואס שטערען די שלום, אבער דער בעלזער רב שליט''א  איז קליגער פון זיי אלע, און ער וועט זיך מיט יעדעם א עצה געבען און אויב זיין רצון איז, עס זאל זיין שלום צווישען ערלעכע אידען, וועט אזוי זיין.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 01:20 לינק ישיר 

לאמיר קלאר מאכן דאס ענין:

די בעלזער שגץ איז לכו"ע געווען אפגעפרעגט אין די לעצטע דרייסיג יאר ביי סאטמארע חסידים, און ביי די אלגעמיינע גאס פון היימישן ציבור יהדות החרדית איבעראל, ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין רעדע פון זיכן צו מאכן שלום (אדער לאמיר זאגן בעסער: זיך טרעפן און וויזט'ן) מיט אזא פארשוין, די מלחמה מיט אים האט זיך נישט אנגעפאנגען בשנת תשמ"ב, אדרבה די דרשה פון מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע ו' שבט שנת תש"מ יוכיח, וואס די רבי האט דארטן ארומגערעדט איבער די בלינדקייט זיינע, און וואס די כת איז מסית ומדיח אנדערע מוסדות צו נעמען געלט פון די מדינה, וכו', נאר נאכן דרשה פון שמחת תורה תשמ"ב איז געווען די מכה בפטיש, ווען אלע גדולי ישראל אדמורי"ם ורבנים שליט"א זענען ארויס קעגן אים בחרב ובחנית.

ס'איז אלס געווען מכם ובכם מענטשן וואס האבן געוואלט שלו' מאכן האבנדיג חשבונות פון געלט פאליטיק כבוד וכדו', און האבן פראבירט ארויפצוצווינגען אויפן בי"ד הגדול שבירושלים שליט"א שלו' צו מאכן מיט בעלזא, אבער ללא הואיל, די רבנים שליט"א ובראשם כ"ק מרן פאר הדור הגאון הגדול הצדיק המפורסם גאב"ד ירושלים שליט"א האבן פארשטאנען אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן און מ'קען מיט זיי נישט שלו' מאכן.

אין די לעצטע 5 יאר איז אבער ווער ס'ווייסט "בעלזא" נתקלקל געווארן, הן מצד זייערע פארדארבענע חינוך מיט פסיכלאגיע, הן מיט זייערע מיטארבעט מיט די ציונים, דורך: פאליציי (שומרים בלשונם), שירות לאומי וכו', והן מיט זייערע מסירות ומלשינות אויף ערליכער אידן, והן מיט די דרשות של דופי, חנוכה דהאי שעתא דרשה בענין "מוסיף והולך" בעת ווען גדעון סער ימ"ש די שר החינוך איז געזעסן דארטן יוכיח.

ואל תשיבנו, אז גור האט שוין אויך היינט מיט די פאליציי, ווייל אנגעהויבן האט זיך עס אין בעלזא, די אלע פירצות האט זיך דארטן אנגעהויבן, און ס'פארט ווייטער מידי יום ביומו, זיי וועלן אלס בלייבן מיטן לבוש און גארטל, אבער די השקפה אין חינוך מיט די פסיכאלאגיע ברעכט חומות גדולות בדרכי המסורה, און דאס האט היינט השפעה איבעראל, אפי' ביי אונזערע היימישע קרייזן, ביי זיי איז נישט דא קיין שבט מוסר פון א מלמד אדער א טאטע, וואס אין חז"ל ווערט עס פארעכנט אלס א זאך וואס מ'דארף נוצן, ביי זיי איז נישט דא קיין מסורת אבות, נאר אדרבה צוברעכן אלעס וואס די פריערדיגע רביים האבן געזאגט, ביי זיי איז נישט דא קיין ענין כלל וכלל פון מלחמה לה' בעמלק מדור דור, נאר אדרבה זיך צונויפרעדן אויף טעלעוויזיע מיט פרייע פושעים וכופרים (הידברות), וואס דאס שאט מורא'דיג פארן היימישן ציבור ווי מרן ראב"ד ירושלים שליט"א האט עס ערווענט ביים עצרת פארגאנגענעם זונטאג אין ירושלים עיה"ק, און געזאגט: אז דאס איז די שורש פורה ראש ולענה צו אלע פירצות און צניעות וקדושה ואמונה וואס איז דא היינט ביי כלל ישראל, והן דאס אריינברענגן לימודי שפות זרות, עברית ענגליש וכו', עד כדי כך אז די שגץ האט אויפגעפאדערט אלע זיינע אינגעלייט אין אנטווערפן צו לערען ענגליש, וכו' וכו'..

ס"ה: אלע פירצות שטאמט פונעם חונף הרשעים בערעלע רוקח שם רשעים ירקב.

יעצט איז געקומען די שוואגער וואס באמת איז ער נישט שולדיג, ליידער האט ער חתונה געהאט מיט א פרוי א וויזשניצער מיידל וואס דרייט אים שוין אראפ די קאפ שוין יארן משנה צו זיין סאטמאר ממקורה ודרך האבות, און מעשה שטן הצליח אז ער האט שוין ליידער משנה געווען הונדערטער זאכן אין סאטמאר, אויסגעריסן אזא מושג פון רבינו הקדוש זי"ע אן קיין שמות אין כינויים, מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע איז ביי זיי די זעלבע קודש קדשים ווי רבינו הקדוש זי"ע, נישט ווייל זיי האלטן האמת אזוי, נאר אזוי קומט בעסער אויס די טיטל "הגאון הקדוש" פאר די היינטיגע עבודה זרה, אויסגעריסן דאס שו"ע פון הליכה לערכעות, פאר תשס"א איז נישט געווען אזא מציאות פון גיין לערכעות של עכו"ם וכו', איינגעפירט הדלקות ל"ג בעומר אין די צייט וואס עטליכע יאר פריער איז עס געווען ביי אים טריפה ווי חזיר, אריינגעברענגט דף היומי צווישן זיין עולם, א זאך וואס אויב דעת רביה"ק וואלט עס געהאלטן פאר די דברים העומדים ברומו של עולם וואלט ער עס זיכער איינגעפירט, געפסל'ט די מצות די פלייש פון רביה"ק זי"ע און אביו רבינו הבר"מ זי"ע, וכו' וכו'...

און לאמיר זעהן וואס האט ער געטוהן: ער איז געקומען קיין ירושלים, נאכן זיך פארענטפערן מיט א דרשה אין ישיבה פאר די בחורים אז ער גייט באזוכן פארשידענע רבנים, און געגאנגען באזוכן באישון לילה כגנב במחתרת באזוכן דעם בעלזער, אן זיך אדורכרעדן מיטן בי"ד הגדול דער בד"ץ העדה החרדית בארה"ק, געטוהן א שריט וואס קיינער האט זיך נישט גלייבן אז דאס גייט באמת פאסירן, און דערמיט אריינגעשטאכן א מעסער און זיין פעטער כלשונו, און אין זיין טאטן וואס האט לוחם געווען בחרב ובחנית קעגן אין נאך פארן דרשה של דופי קעגן רביה"ק, און דערמיט אויך אריינגעשטאכן א מעסער און יהדות החרדית כולה בכל קצוי תבל.

אבער די אייבישטער וואס איז מקדים רפואה למכה, האט שוין בשנת תשנ"ט געזעהן וואס דא גייט געשען, האט ער שוין דעמאלט'ס אריינגעגעבן אין רבינו הברך משה זי"ע די ריכטיגע דעת צו זעהן די אז בנו הגדול טויג נישט פארן כלל ישראל בעתיד, און האט ממנה געווען בנו השלישי מרן רבינו שליט"א צו שטיין אלס רב ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג, און דערמיט אוועקגעשטעלט די כח הקדושה, אז כלל ישראל זאל קענען זיך דערהאלטן טאקע אין די מצבים, אינאיינעם מיט די "בשותפות'דיגע" צוזאמארבעט מיטן בי"ד הגדול שבירושלים, און אזוי ארום עומד זיין בפרץ בכל דבר שבקדושה.
 
און מיר שרייען טאקע יעצט אויס:

ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילהו מן התועים ונתן לנו תורת אמת  


תוקן על ידי וואסזשע ב- 19/02/2012 01:21:14




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 11:49 לינק ישיר 

וואסזשע, זייער א שיינע דרשה.

איך בעיט דיר נאר איין זאך, אז ווען עס וועט זיין שלום צווישען בעלזא אין ענקער סאטמער, זאלסטו מיר נישט נעלם ווערען, נאר די זאלסט מיר פארענטפערען פארוואס די אלע חטאים פון בעלזא וואס די האסט דא אויסגערעכנט, זענען מער נישט קיין חטאים.

איך האב פאר דיר נייעס, עס גייט נישט לאנג דורען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרונים פראקלאמירן: יא צו בעלזא, ניין צו די עדה החרדית
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.