צום סוף האט רבינו שליט"א זיך אנגערופן הויעך, אז ער וויל עפעס בעטן פון דעם רבי'ן, אויב מ'קען ארויסגיין פון שטוב. אין א בליץ סעקונדע איז דער שטוב גענצליך ליידיג געווארן, עס זענען נאר פארבליבן הרה"ח ר' שמואל משב"ק און הרה"ח ר' ברוך טעסלער הי"ו פון קלויזענבורג. דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן רעדן וועגן דעם עירוב אין וויליאמסבורג, און דערמאנט דעם תשובה פון דברי יציב זצ"ל וועגן א עירוב אין שטאט. דער קלויזענבורגער רבי האט זיך פארענטפערט אז באמת איז ער אויך שארף דערקעגן, נאר הרה"ג ר' פישל הערשקאוויטש שליט"א, וועם דער טאטע האט געשטעלט אויף די קהלה אין וויליאמסבורג, האט גע'פסק'ט לטובת העירוב קען ער זיך נישט קעגן שטעלן, אבער אים באדערט אויך זייער אז זיינע מענטשן טראגן. דערנאך האט דער קלויזענבורגער רבי געזאגט אז אזוי ווי ער איז דא אויף שבת גייט ער פארלאנגן אז זיינע חפצים און באדערפענישן זאלן נישט געטראגן ווערן. דער רבי שליט"א האט זיך שטארק באדאנקט פארן גאסט, און געזאגט אז דער אקט וועט זיין א שטארקער חיזוק למשמרת הדת והשבת.
דערנאך האט רבינו שליט"א זיך געזעגנט מיטן גאסט און ארויסבאגלייט ביז צו די קאר.
נשלח ב-17/2/2012 14:35
ראו מה בין בני לבין חמי
קוקט אחילוק צווישען צוויי ברודערס
ר' אהרן לויפט נאך יעדן לינקע פארשוין און חנפ'ט זיי ווי א הונטל
און מען שמועסט איבער עשה דוחה לא תעשה מיט א האפענונג אז די יעניגע רבי זאל זאגען wow און אז כל העולם כולו זאל כאפען א בילד ווי ער דרייט מיטן גראבען פינגער,
רבינו שליט"א בנועם מידותיו אז א רבי וויל קומען נעמט ער אויף בסבר פנים יפות, אבער ער לויפט נישט נאך קיינעם (ביים רבי'ן זענען שוין געווען באזוכען גערער רבי ר' ישראל האגער און נאך טראף וואס די רבי איז זיי קיינמאל נישט נאכגעלאפען)
אבער ער האלט זיך נישט נאך פון זיי פארהאלטען
ווי באקאנט האט די רבי אויך פארגעהאלטען אין די פארגאנגענהייט די אגדת ישראל דעלעגאציע הג"ר אהרן שעכטער און נאך בדרכי נועם
נשלח ב-19/2/2012 13:43
פעולות צדיק פון סאטמארער רבי'ן שליט"א
לויט ווי איך הער האט מען אויסגערופן אין קלויזענבורג פרייטאג צונאכט'ס נאכן דאווענען אז: "קיינער זאל נישט טראגן דעם שבת מיטן עירוב"
הבו גודל למקדשי השם!
נשלח ב-19/2/2012 17:01
נשלח ב-19/2/2012 17:24
פון אהרוני פארום:
אפשר ברענגסטו מיר א לינק צו זייער טוויטער וואו זיי דערציילן דעם "אמת"?
און איך האב פאר דיר נייעס. די זאליס שעמען זיך בכלל נישט מיטן וויזיט, און איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס. ווען ר' זלמן לייב פארט ווען קיין נתני' קוקן קרוינדעלעך ביים צאנזער, וואלט זיי זיך אפשר געשעמט. ווען ר' זלמן לייב פארט ווען קיין ארץ ישראל און אנשטאט ווי ס'פאסט פאר א סאטמארער רבי מחזק צו זיין די שיטה הקדושה, טרעפט ער זיך נישט מיט קיין איין היימישע רב, און לויפט קיין טעלזסטאון זיך צו טרעפן מיט דעם בער הגדול, וואלטן זיי זיך אפשר געשעמט. ווען ר' זלמן לייב פארט ווען קיין בארא פארק און שטאט אפ בפומבי א באזוך ביים קלויזענבורגער, נאך וואס זיין טאטע דער ברך משה איז ניטאמאל געגאנגן צו דעם קלויזענבורגער'ס טאטע'ס לוי', וואלטן זיי זיך אפשר געשעמט.
אבער אזוי ווי עס האט זיך אנדערש ארויסגעשטעלט, און צו ר' זלמן לייב האט זיך דער קלויזענבורגער איינגעמאלדן אויף א באזוך, נאך איידער ר' זלמן לייב האט אים באזוכט אפילו, איז מען געגאנגן און מ'האט אים אויפגענומען, און ווען ער איז בקו"פ כאפט מען מיט אים א שמועס בעניני משמרת הדת והשבת, וואו דער קלויזענבורגער איז נעבעך אליין מודה אז ידיו כבולות ביי זיינע חסידים און ער קען נישט ארויסקומען קעגן ר' פישעלע, און א ביקור גומלין גייט מען נישט צוריק צו אים ווייל סאטמאר באזוכט נישט קלויזענבורג, האבן די זאליס בכלל נישט מיט וואס זיך צו שעמען.
אדרבא, שעמען און שעלטן קען איין מענטש. ר' אהרן טייטלבוים. דער ר' אהרן האט זיך איינגערעדט אז ער גייט פירן די וועלט, און אז ער גייט באשליסן אז סאטמאר ווערט ליבעראל און מ'מאכט שלום מיט יעדן, איז שלום מיט יעדן. ער האט געכאפט א שטארקן פליק. ווייל ער איז געווען דער וואס איז ארומגעלאפן זיך מבזה זיין צו די אלע ציוניסטישע רבי'ס כדי צו ווערן אנערקענט, און למעשה שטעלט זיך ארויס אז זיי אנערקענען אים בכלל נישט מער פונעם ברודער, נאר פארקערט, זיי קומען מדעת עצמם באזוכן דעם קליינעם ברודער אפילו דער קליינער ברודער האט זיי קיינמאל בעפאר נישט באזוכט. און אויף דעם איז דא וואס צו שעלטן.
די חברי הכנסת זאגן דאך די זעלבע זאך: אז זיי זיצן אין כנסת המינים נאר אויפצואטאן פאר אידישקייט. מיט וואס איז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל אנדערש?
מעג מען מכבד זיין ציונים אדער נישט?
נשלח ב-20/2/2012 06:13
אריינלאזן האט דער אלטער רבי יעדן אריינגעלאזט, און זיי טאקע פארגעהאלטן אויף עניני הדת אויך. ווען ר' אהרן לויפט אבער קיין נתני' צום צאנזער און קיין טעלזסטאון צום בעלזער, דארט שטעלט זיך די פראגע.
נשלח ב-20/2/2012 17:53
געבן כבוד לרשעים איז נישט קיין שום היתר. איי עם סארי. אין מיין ויואל משה שטייט נישט קיין חילוק צווישן גיין אדער אויפנעמען.
נשלח ב-20/2/2012 18:15
דער בעל ויואל משה האט זיי אבער אלע יא אויפגענומען, און ער האט נאך אזוי גוט געקענט דעם ויואל משה ווי דיר. ווידעראמאל גיין צו זיי איז שוין א אנדערע מסכת.
נשלח ב-20/2/2012 20:37
יא ב"ה מ'גייט בדרך רבינו הק', ווען עס זענען געווען ביי רביה"ק זי"ע באזוכן פארשידענע לינקע רבנים, פלעגט די רבי על פי רוב ארומרעדן און ווייטאגען איבער דאס התחברות פון די רבנים צו די רשעים, ביז ס'איז אפט מאל אריין אין הויכע טענער...
ב"ה כבוד קדושת מרן רבינו עט"ר שליט"א איז הולך בדרכי האבות, ווען "ס'קומט צו אים" א רבי וואס זיינע חסידים טראגן מיטן עירוב, פראבירט ער ארומצורעדן דערוועגן, און ב"ה די רעזולטאטן זעהן זיך ב"ה אן....
אזא רבי'ן און מנהיג דארפען מיר האבן....
משא"כ להבדיל אחיו דער מוציא מן הארץ, לויפט ארום באזוכן אלע לינקע רבנים, און דערמאנט נישט קיין ווארט פון אידישקייט, און פראבירט אפי' נישט צו טוען דערין...
נו מה בין בני לבן חמי????
נשלח ב-20/2/2012 20:58
אין מיין ויואל משה שטייט נישט קיין חילוק צווישן גיין אדער אויפנעמען.