די זאלי'ס פארקויפן פאר זייערע קעלבער די פאלשע קנאים אז זשיגאן האט א יעדן ארויס געשיקט אין ער האט געבעטן
דעם קלויזנבארג רבי אז מען זאל נישט טראגן מיטן עירוב שבת אין אז דער קלויזנבארג רבי האט געזלאט זאגן אז ער איז קעגן עירוב
די קלויזנבארג חיסידים טענה'ן להד"ם מען האט קיין אות אחת נישט גערעדט פינעם עירוב
ווער עס קען זשיגאן ווייסט אז מען האט נישט גערעדט פין עירוב ווייל ער האט דעם באשפער מיטן שבת גוט אין דער ערד
תוקן על ידי קריסטאל ב- 17/02/2012 06:36:59
נשלח ב-17/2/2012 06:39
זשיגאנ'ס אפיצעלע טוויטער מעסיזש
נשלח ב-17/2/2012 06:41
קלויזנבארג שרייט שוא ושקר נישט געשטויגן אין נישט געפלויגן
צום סוף האט רבינו שליט"א זיך אנגערופן הויעך, אז ער וויל עפעס בעטן פון דעם רבי'ן, אויב מ'קען ארויסגיין פון שטוב. אין א בליץ סעקונדע איז דער שטוב גענצליך ליידיג געווארן, עס זענען נאר פארבליבן הרה"ח ר' שמואל משב"ק און הרה"ח ר' ברוך טעסלער הי"ו פון קלויזענבורג. דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן רעדן וועגן דעם עירוב אין וויליאמסבורג, און דערמאנט דעם תשובה פון דברי יציב זצ"ל וועגן א עירוב אין שטאט. דער קלויזענבורגער רבי האט זיך פארענטפערט אז באמת איז ער אויך שארף דערקעגן, נאר הרה"ג ר' פישל הערשקאוויטש שליט"א, וועם דער טאטע האט געשטעלט אויף די קהלה אין וויליאמסבורג, האט גע'פסק'ט לטובת העירוב קען ער זיך נישט קעגן שטעלן, אבער אים באדערט אויך זייער אז זיינע מענטשן טראגן. דערנאך האט דער קלויזענבורגער רבי געזאגט אז אזוי ווי ער איז דא אויף שבת גייט ער פארלאנגן אז זיינע חפצים און באדערפענישן זאלן נישט געטראגן ווערן. דער רבי שליט"א האט זיך שטארק באדאנקט פארן גאסט, און געזאגט אז דער אקט וועט זיין א שטארקער חיזוק למשמרת הדת והשבת.
דערנאך האט רבינו שליט"א זיך געזעגנט מיטן גאסט און ארויסבאגלייט ביז צו די קאר.
SatmarHQ
נשלח ב-17/2/2012 06:49
די זאליס שעמהן שרעקליך מיט פין דעם וויזיט האבן זיי מחליט געווען ארויס צי לאזן דעם שקר זיי האבן אבער פארגעסן אז קלוינבורג האטט אויך א טוויטער אין קען אויך פארציילן וואס דארט איז געווען
א רבי'ן א שקרן מיט חסידים שקרנים
נשלח ב-17/2/2012 17:57
איך האב אייך קלאר געזאגט דאס ענין היא אשר דברנו אז זאלי וועט מוזן מאכן א יוטערן אויב וויל ער נאך הייסן בכלל א מענטש אפגערעט פון א רבי עכ"פ סוועט נעמען בערך אזויפול ווי קלויזנבורג ביז ער וועט וויזיטן דעם בעלזער רבין הגם דער יאסעלע איז באפוילן געווארן עס צי פארווישן מיט א מעשה אז כאילו דער וויזיט האט באדייט בלויז "אויפצוטון" ער זאל נישט טראגן מיטן עירוב איז היפאקיטיע א קליינע אויסדריק ווייל לשיטתם העקימה אז מטאר נישט וויזיטן נאר אויב מוויל דערמיט פארפירן ביי די רבנים ווי רבינו הק' האט געטון ביי טייל באזוכן (ווען סאיז געווען עומד על הפרק) טא וואס איז וויכטיגער? עירוב וואס יש אומרים אז דער רבי האט געאסרט מדרבנן אדער ציונית וואס רוב ענינים האט דער רבי מבאר געווען ביהרוג ואל יעבור מפי הפוסקים? אויב איז דאס דער דרך נו וואס מאכט מען נישט יעצט משוגע קלויזנבורג איבער זייער ציונית?? קאקא דעלאקא איז שיין געזאגט אויף די פארלוירענע זאלונים וואס האבן דערווייל קיין געהעריגע מהלך אבער גיב עס טעג אדער חדשים אדער מערסטענס יארן און די חברה וועלן לאנג פארגעסן זייער כלומרשטע שיטות אז מטאר נישט דעם באזוכן אדער דעם אדער נאר אויב אהער נאר אויב אהין
תוקן על ידי גרוינים ב- 17/02/2012 17:58:31
נשלח ב-17/2/2012 18:46
די קלויזענבורגער חסידים קוילערן זיך פאר געלעכטער איבער'ן ספין פון די לוזערישע זאליס און די פאנטאזיעס מיט וועלכע זיי פרובירן צו בארואיגן זייערע דעמארליזיטע קינדער נאכ'ן באזוך ביי מהרז''ל.
אחרי ככלות הכל: מהר''א מסאטמאר איז דער זאלונישער פירער והוגה דיעות על כל פסיעה ופסיעה.
ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן.
נשלח ב-17/2/2012 19:03
די זשיגאנער חסידים האבן עס אראפ גענימען מיט א שנעלקייט פין זייער ילדים פארום נאך דעם וואס די גאס איז געאוויר דעם אמת בעסער געזאגט דעם שקר
שקרא לא קאי
נשלח ב-19/2/2012 09:41
מ'האט געברענגט די ספר תורה אין יום השבת עקסטער צום זאל, כדי ווייזען אלעמען אז מ'טראגט אין קלויזנבורג שבת, להוציא מלבן של הזאלונים אז זיי האבן עפעס א השפעה.
נשלח ב-19/2/2012 12:45
קריסטאל כתב:
די זשיגאנער חסידים האבן עס אראפ גענימען מיט א שנעלקייט פין זייער ילדים פארום נאך דעם וואס די גאס איז געאוויר דעם אמת בעסער געזאגט דעם שקר
סאטמאר באם, פארוואס ברענגסטו נישט די צווייטע חלק פון די מעשה, דהיינו די מעסעדזש וואס קלויזענבארג האט גענטפערט אויף די אויבנדערמאנטע:
@Chasidem U R laying! It was NO HACHRUZE NOT TO CARY! the CARRIED THE WHOLE SHABBES, THE SEIFER TORAH WAS CRRIED IN SHABBES
נשלח ב-19/2/2012 16:57
קריסטאל כתב:
די זאליס שעמהן שרעקליך מיט פין דעם וויזיט האבן זיי מחליט געווען ארויס צי לאזן דעם שקר
זיי האבן אבער פארגעסן אז קלוינבורג האטט אויך א טוויטער אין קען אויך פארציילן וואס דארט איז געווען
א רבי'ן א שקרן מיט חסידים שקרנים
אפשר ברענגסטו מיר א לינק צו זייער טוויטער וואו זיי דערציילן דעם "אמת"?
און איך האב פאר דיר נייעס. די זאליס שעמען זיך בכלל נישט מיטן וויזיט, און איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס. ווען ר' זלמן לייב פארט ווען קיין נתני' קוקן קרוינדעלעך ביים צאנזער, וואלט זיי זיך אפשר געשעמט. ווען ר' זלמן לייב פארט ווען קיין ארץ ישראל און אנשטאט ווי ס'פאסט פאר א סאטמארער רבי מחזק צו זיין די שיטה הקדושה, טרעפט ער זיך נישט מיט קיין איין היימישע רב, און לויפט קיין טעלזסטאון זיך צו טרעפן מיט דעם בעלזער רבי, וואלטן זיי זיך אפשר געשעמט. ווען ר' זלמן לייב פארט ווען קיין בארא פארק און שטאט אפ בפומבי א באזוך ביים קלויזענבורגער, נאך וואס זיין טאטע דער ברך משה איז ניטאמאל געגאנגן צו דעם קלויזענבורגער'ס טאטע'ס לוי', וואלטן זיי זיך אפשר געשעמט.
אבער אזוי ווי עס האט זיך אנדערש ארויסגעשטעלט, און צו ר' זלמן לייב האט זיך דער קלויזענבורגער איינגעמאלדן אויף א באזוך, נאך איידער ר' זלמן לייב האט אים באזוכט אפילו, איז מען געגאנגן און מ'האט אים אויפגענומען, און ווען ער איז בקו"פ כאפט מען מיט אים א שמועס בעניני משמרת הדת והשבת, וואו דער קלויזענבורגער איז נעבעך אליין מודה אז ידיו כבולות ביי זיינע חסידים און ער קען נישט ארויסקומען קעגן ר' פישעלע, און א ביקור גומלין גייט מען נישט צוריק צו אים ווייל סאטמאר באזוכט נישט קלויזענבורג, האבן די זאליס בכלל נישט מיט וואס זיך צו שעמען.
אדרבא, שעמען און שעלטן קען איין מענטש. ר' אהרן טייטלבוים. דער ר' אהרן האט זיך איינגערעדט אז ער גייט פירן די וועלט, און אז ער גייט באשליסן אז סאטמאר ווערט ליבעראל און מ'מאכט שלום מיט יעדן, איז שלום מיט יעדן. ער האט געכאפט א שטארקן פליק. ווייל ער איז געווען דער וואס איז ארומגעלאפן זיך מבזה זיין צו די אלע ציוניסטישע רבי'ס כדי צו ווערן אנערקענט, און למעשה שטעלט זיך ארויס אז זיי אנערקענען אים בכלל נישט מער פונעם ברודער, נאר פארקערט, זיי קומען מדעת עצמם באזוכן דעם קליינעם ברודער אפילו דער קליינער ברודער האט זיי קיינמאל בעפאר נישט באזוכט. און אויף דעם איז דא וואס צו שעלטן.
אזהרה, נישט שרייבן בלשון זלזול אויף גדולי ישראל. דער מנהל
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/02/2012 20:38:17
נשלח ב-19/2/2012 17:35
פוטער כתב:
סאטמאר באם, פארוואס ברענגסטו נישט די צווייטע חלק פון די מעשה, דהיינו די מעסעדזש וואס קלויזענבארג האט גענטפערט אויף די אויבנדערמאנטע:
@Chasidem U R laying! It was NO HACHRUZE NOT TO CARY! the CARRIED THE WHOLE SHABBES, THE SEIFER TORAH WAS CRRIED IN SHABBES
ווייל קלויזענבארג טוויטערס האט פאלוירען די נאמנית ער איז פינק אזא בעקער ווי רבי יונה קודם שרייט ער חי וקיים שקר וכזב ברוך טעסלער איז געוועהן ביי גז"ל אין צימער אין דער אישו פון עירוב האט מען בכלל נישט גערדט פון.... שפעטער טוישט ער אין שרייבט אז סאטמאר רבי גז"ל האט יא גערעדט פון עירוב אין ער האט עם עם גענפערט אז פישעלע איז דער פוסק הדור אין ער האט מתיר געוועהן די עירוב... יעצט וועלעכער נער וועט עם גלייבן בענין הכרזה צי מען האט אויסגערופען? עס זעהט איוס ווי א קליין קינד שרייבט אפאר טוויטערס מיינט נאכנישט אז סע אמת. ער איז נישט קיין אפציעלע ווארטזאגער אזוי ווי יוסעלע HQ
פונקט ווי רבי יונה האט געספינט אז רז"ל גייט מאכען א סופרייז וויזיט אויף א"י צי גראב"ד חתונה אין שוואגער לאבין פארט ממילא אין האט שוין געשלאסען שידוך שטילערהייט אין דארט אויסברעכען די לחיים.... יעצט זעהט מען זיין שקר אין ער האט פאלוירען די נאמנות...
אדמו''ר מקלויזענבורג: די וואך גייט פרשת משפטים און נישט פרשת יתרו.
מהרז''ל: וואס פארא ענטפער איז דאס?
אין פרשת יתרו שטייט זכור את יום השבת לקדשו(עירוב), אין פרשת משפטים שטייט ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם ולא לפני עכו''ם , לאמיר ליבערשט רעדן פון אייער הליכה לערכאות , הליכה לבג''צ שוין אריבער 10 יאר.
מהרז''ל: כ'אייל מיך צו א חופה , א גוטע נאכט קלויזענבורגער רב.
נשלח ב-20/2/2012 04:50
SatmarBum כתב:
די זשיגאנער חסידים האבן עס אראפ גענימען מיט א שנעלקייט פין זייער ילדים פארום
נאך דעם וואס די גאס איז געאוויר דעם אמת בעסער געזאגט דעם שקר