בית פורומים אידישע געדאנק

ניכטערע בליקן ארום דעם יעצטיגן באזוך פון ר' אהרן אין ארץ ישראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/2/2012 20:37 לינק ישיר 

 

ר' לאנצוט טייערער, לויטן חשבון דארפסטו שוין זיין אביסל אן ערוואקסענער, אויב תשמ"ג ביסטו שוין מיטגעפארן מיט'ן ברך משה זי"ע קיין ארץ ישראל, דעמאלט פארוואס פארשטייסטו נישט וואס מ'איז דיר מסביר.

נאך דיינע ערשטע תגובות האט דיר 'פישער-גבאי' געגעבן צו ערקלערן בטוב טעם ודעת אז דא איז נישט די נושא די פענדלעך מיט די לעלוס, און נישט ווער ס'האט דאס דער איז "סאטמארער רבי", אמת און ריכטיג אז דאס איז קינדיש און בעיביש. נאר ער האט דיר געגעבן עטליכע באווייזונגען ווי שטארק די באזוך פון ר' אהרן אין ארץ ישראל ווייזט אויף קבל עם ומלואה אז ער איז א נייער סארט סאטמאר'ער רבי, די יהדות החרדית אין ירושלים (וועלכע ווערן היינט אנגערופן סקריקים) איז נישט זיין טעיסט אזוי ווי עס איז געווען ביי זיין פאטער און ביי רביה"ק. און איינס פון די באווייזונגען איז די פאקט אז פון די ערשטע באזוך פון ר' אהרן אין "ירושלים" האט ער געמוזט "פראפעגאנדירן" אז ער "לאזט נישט" פראפעגאנדירן, ער "לאזט נישט" אז די מוסדות עטה"ק זאלן ארויסשטעלן צעטלען פאר אים, ער "לאזט נישט" אז די ילדי הת"ת זאלן ארויסקומען, ער "וויל נישט" באזוכן קיין שום מוסדות התורה, ער "וויל נישט" אז די העדה החרדית זאל אים מקבל פנים זיין וכו' וכו'. פאר יעדן קינד האט געערגבערט די שאלה וואס איז פשט אז ער "לאזט נישט", האט ער טאקע פיינט כבוד?. זעט אויס אז נישט יעדער איז אזא חסיד ווי לאנצוט. האט ער דיר מסביר געווען מיט דברים פשוטים וברורים אז ביי רבוה"ק איז דאס נאר געווען א "פועל יוצא" פון זייער הנהגה אלס סאטמאר'ער רבי, זייענדיג דער עורף היהדות החרדית בארה"ק (עיי' לעיל באריכות די אלע סיבות וואס האט צוגעברענגט צו די תוצאה), און די סיבות איז היינט נישטא ביי ר' אהרן, במילא האט ער שוין ביי די "ערשטע" באזוך ווען ער איז געקומען אין "ירושלים" – נאך איידער ער איז געקומען יעדעס יאר, נאר עס איז נאך קוים געווען אן ערשטע מאל (לאפוקי טענת רב הסוער) – האט ער געמוזט פראפעגאנדירן אז ער לאזט נישט פראפעגאנדירן. שוין ביים ערשטן באזוך ווען ער האט זיך יא קאנצעטרירט אויף די נקיי הדעת שבירושלים איז נישט געווען קיין איין באגריסונג פון א ערליכע מוסדות, נישט באזוכט קיין שום ערליכע מוסדות, פשוט ווייל ער האט נישט געוואלט.

און דא וועסטו אנהייבן אודך! די לעלוס, די פענדלען, די סיינס, עס איז א עקל און א גרויל. וחוזר חלילה, די לעלוס... ר' איד, ער האט דיר זייער פשוט מסביר געווען אז די אלע זאכן זענען טאקע פוסטע שטותים און נארישקייטן, נאר דאס איז בלויז א באווייז וכו', נעם נישט די "הוכחה" און מאך דאס פאר א "סיבה", וד"ל. און ווי איז נאך דא א גרעסערע דזשאוק ווי דעם ווי א ארוני שרייט פאר די זאליס אז די זאכן זענען פוסטע שטותים... בכל אופן ליין נאכאמאל גוט אדורך וואס ער איז דיר מסביר דארט, עס איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין. און אויב דו פארשטייסט נישט, דעמאלט זאגן מיר דיר: דו ביזט גערעכט!. און שוין.

אויסער דיין טענה פון לעלוס, ברענגסטו ארויס נאך צוויי נקודות.

לאנצוט: יעצט איז די זעלבע שמחה ביי אלע ערליכע אידן. נישט סתם א שמחה נאר א מעכטיגער יום טוב פאר טויזענטער אנשי שלומינו און אלע אידן וועלכע קלאמערן זיך אין די שיטה הקדושה אין ארץ ישראל.

אויף דעם איז דא איין תירוץ: ניתי ספר ונחזי. קום אריבער קיין ארץ ישראל, און זאג מיר צי ר' אהרן'ס יעצטיגע באזוך איז א יו"ט אויסער פאר סאטמאר-אהרונים און פאר בעלזא. עס איז אשאד זיך צו מתווכח זיין.

לאנצוט: להוי ידוע אז איך לאנצוט בין געווען ביי אלע קבלת פנימ'ס פונעם ברך משה, און ס'איז געווען א ליצנות. מ'איז אהיים געקומען מיט גארנישט, ווייל אלעס איז נאר געווען די לעלוס און די סיינס. ס'איז א עקל און א גרויל.

וועמען נער'סטו דא? אינטרעסאנט אז דעמאלט תשנ"ד האט דאס לאנצוט נישט געזאגט (בעסער געזאגט: נישט געדארפט זאגן...), עכ"פ יעדער סאטמארער חסיד, יעדער ערליכער איד אין ארץ ישראל איז געווען אויסער זיך פון שמחה פון די גרויסע מעכטיגע קידוש ה'.

בקיצור, עס איז אשאד אריינצוגיין אין וויכוחים, כאפ זיך אריבער קיין ארץ ישראל און דריי זיך צווישן די פרומע היימישע קרייזן, העדה החרדית, תולדות אהרן, נטורי קרתא, דושינסקיא, סאטמאר, משכנות הרועים, קהל חסידי ירושלים, שומרי החומות, תפארת ירושלים, וכו' וכו' וכו' אלע פרומע קרייזן וואס גייען אין שפאן מיט די העדה החרדית, און ווער געוואויר וואספארא מעכטיגע יו"ט עס איז ביי זיי דיין רבי'נס באזוך (כלשונך). טויזנטער אידן זענען שבור ורצוץ פון זיינע שפיזן וואס ער שיסט אריין אין די פרומע אידן.

דער רבי זי"ע איז געקומען קיין ארץ ישראל בשנת תשט"ו: זיך צו אפטיילן פון בעלזא (נאך פאר זייערע היינטיגע עבירות), ר' אהרן קומט קיין ארץ ישראל בשנת תשע"ב: צו שלום מאכן מיט בעלזא...  [אין רש"י שטייט "תבא אמו ותקנח הצואה כך תבא פרה ותכפר על העגל" אבער נישט א אייניקל (לפי דברי אהרן מרדכי רוקח איז דאך אהרן א אייניקל פון רבי יואל'יש...)]

דער רבי זי"ע איז געקומען קיין ארץ ישראל: צו מחזק זיין די ערליכע אידן און די העדה החרדית, ר' אהרן קומט קיין ארץ ישראל צו צוברעכן די ערליכע אידן און די העדה החרדית און בפרט דעם ירושלימ'ער רב שליט"א.

דער רבי זי"ע איז געקומען קיין ארץ ישראל: צו אויסרופן א מלחמה מיט די מהרסי החינוך הטהור און ר' אהרן איז געקומען "אויסרופן א מלחמה מיט די יהדות החרדית" (כלשון גאב"ד קרית רמ"א בי"ש שליט"א).

דער רבי זי"ע איז געקומען קיין ארץ ישראל: צו באזוכן די אלע מוסדות התורה, צו באזוכן די אלע היימישע רבנים, וואס דאס איז פארשטענדליך געווען א שטארקע חיזוק פאר זיי, אבער ר' אהרן באזוכט נישט קיין איין מוסדות התורה, קיין איין רעכטער רב, נאר: בעלזא, סערט וויז'ניץ, קרליץ, באייאן, וכו' וכו'.

דער רבי זי"ע איז געקומען קיין ארץ ישראל: האבן אלע היימישע רבנים און בפרט די רבנים פון די העדה החרדית אויפגעטראטן מיט דרשות לכבודם, און דא זענען די אלע רבנים פון די העדה החרדית כעס'יג אויף דעם ר' אהרן'ען, אזוי ווייט אז איינער פון די חברי הבד"ץ הגאון הצדיק ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א האט זיך געמוזט אויפשטעלן במעמד אלופי אלפי ישראל און מוחה זיין אויפ'ן "סאטמארער רבי"...

מי יגלה עפר מעיני רביה"ק זי"ע אז איינער וואס פאררופט זיך "סאטמארער רבי" , סאטמאר וואס איז אייביג געווען א סעמפל פון לויטער קנאות און פשרה'לאז, און די אנדערע היימישע קרייזן זענען געווען היבש ווייניגער עקסטרעם ווי סאטמאר, אצינד זענען מיר צוגעקומען אז די אלע ערליכע קרייזן זענען אנגעווייטאגט פון די פירצות וואס דער סאטמארער רבי טוט אן מיט'ן זיך פאררופן סאטמארער רבי... אוי לאותה בושה.

און לאמיר זאגן אז ממש דער שו"ע האט דא געכאפט פאר דעם אהרן'ען. איז דאס איז דער תפקיד פון "סאטמארער רבי", זיין תפקיד איז יעצט צו שלום מאכן מיט בעלזא, און זיך צוקריגן מיט די העדה החרדית און מיט די ערליכע אידן (סיקריקים) ווייל זיי זענען פרומער ווי אים. נאך פונקט אין אזא צייט ווען די העדה החרדית דארף אזוי פיל חיזוק, זיי האבן אזוי פיל צו אויסשטיין פון די פירצות פון בעלזא , וואס זיי זענען כהיום דער שורש פורה ראש ולענה פון אלע פירצות, פונקט יעצט האט אים געשטיקט צו מקיים זיין דעם פסק אין שו"ע, און מיט אנדערע ווערטער מעודד זיין אלע פורצים און אריינשיסן א שפיז אין די העדה החרדית און אין די אלע גודרי גדר.

פינטל: דער באזוך האט פשוט צום טויזנטן מאל אויפגעוויזן פון אלע זייטן אז איר האט א טעות געהאט מיט'ן נאמען, און אפי' די "אויפגעקלערטע" וואס האבן גאנץ הנאה פון אזא סארט רבי'ן ווי דיין רבי'ן ווייסן אבער גוט צו זאגן אז "לשיטת" סאטמאר איז דאס א אפגעפרעגטע מהלך. זיי ווייסן גאנץ גוט אז דער דברי יואל און דער ברך משה זענען געווען גרעסערע קיצונים ווי דער נייער סאטמארער רבי.

יעצט הייב אן ווייטער, לעלוס, פענדלעך, סיינס... מיט א פרישקייט.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2012 21:37 לינק ישיר 

טאטעלע כתב:
 

ר' לאנצוט טייערער, לויטן חשבון דארפסטו שוין זיין אביסל אן ערוואקסענער, אויב תשמ"ג ביסטו שוין מיטגעפארן מיט'ן ברך משה זי"ע קיין ארץ ישראל, דעמאלט פארוואס פארשטייסטו נישט וואס מ'איז דיר מסביר.

אין פראביר צו פארשטיין ווען מ'רעדט צו דער זאך. חוץ אויב ס'איז עפעס עפ"י נסתר, דעמאלט פארשטיי איך נישט.

נאך דיינע ערשטע תגובות האט דיר 'פישער-גבאי' געגעבן צו ערקלערן בטוב טעם ודעת אז דא איז נישט די נושא די פענדלעך מיט די לעלוס, און נישט ווער ס'האט דאס דער איז "סאטמארער רבי", אמת און ריכטיג אז דאס איז קינדיש און בעיביש. נאר ער האט דיר געגעבן עטליכע באווייזונגען ווי שטארק די באזוך פון ר' אהרן אין ארץ ישראל ווייזט אויף קבל עם ומלואה אז ער איז א נייער סארט סאטמאר'ער רבי, די יהדות החרדית אין ירושלים (וועלכע ווערן היינט אנגערופן סקריקים) איז נישט זיין טעיסט אזוי ווי עס איז געווען ביי זיין פאטער און ביי רביה"ק. און איינס פון די באווייזונגען איז די פאקט אז פון די ערשטע באזוך פון ר' אהרן אין "ירושלים" האט ער געמוזט "פראפעגאנדירן" אז ער "לאזט נישט" פראפעגאנדירן, ער "לאזט נישט" אז די מוסדות עטה"ק זאלן ארויסשטעלן צעטלען פאר אים, ער "לאזט נישט" אז די ילדי הת"ת זאלן ארויסקומען, ער "וויל נישט" באזוכן קיין שום מוסדות התורה, ער "וויל נישט" אז די העדה החרדית זאל אים מקבל פנים זיין וכו' וכו'. פאר יעדן קינד האט געערגבערט די שאלה וואס איז פשט אז ער "לאזט נישט", האט ער טאקע פיינט כבוד?. זעט אויס אז נישט יעדער איז אזא חסיד ווי לאנצוט. האט ער דיר מסביר געווען מיט דברים פשוטים וברורים אז ביי רבוה"ק איז דאס נאר געווען א "פועל יוצא" פון זייער הנהגה אלס סאטמאר'ער רבי, זייענדיג דער עורף היהדות החרדית בארה"ק (עיי' לעיל באריכות די אלע סיבות וואס האט צוגעברענגט צו די תוצאה), און די סיבות איז היינט נישטא ביי ר' אהרן, במילא האט ער שוין ביי די "ערשטע" באזוך ווען ער איז געקומען אין "ירושלים" – נאך איידער ער איז געקומען יעדעס יאר, נאר עס איז נאך קוים געווען אן ערשטע מאל (לאפוקי טענת רב הסוער) – האט ער געמוזט פראפעגאנדירן אז ער לאזט נישט פראפעגאנדירן. שוין ביים ערשטן באזוך ווען ער האט זיך יא קאנצעטרירט אויף די נקיי הדעת שבירושלים איז נישט געווען קיין איין באגריסונג פון א ערליכע מוסדות, נישט באזוכט קיין שום ערליכע מוסדות, פשוט ווייל ער האט נישט געוואלט.

אמת. סאטמארער רבי האט געזאגט: נישט מאכן, און ער האט עס אפגעשטעלט. פינקט ווי די זעהסט היינט במציאות אז ער האט אפגעשטעלט אלע חיצונית'דיגע זאכן, ווי פאקלען, באגלייטנ'ס, קארוואנען, קבלת פנימ'ס וכו'. דאס נישט האבן איז נישט ווייל מ'שטעלט נישט צו, און נישט ווייל ער איז אראפגעקוקט און איז נישט עכטע סאטמארער רבי. ניין. עס איז ווייל ער האט געזאגט ניין !

און דא וועסטו אנהייבן אודך! די לעלוס, די פענדלען, די סיינס, עס איז א עקל און א גרויל. וחוזר חלילה, די לעלוס... ר' איד, ער האט דיר זייער פשוט מסביר געווען אז די אלע זאכן זענען טאקע פוסטע שטותים און נארישקייטן, נאר דאס איז בלויז א באווייז וכו', נעם נישט די "הוכחה" און מאך דאס פאר א "סיבה", וד"ל. און ווי איז נאך דא א גרעסערע דזשאוק ווי דעם ווי א ארוני שרייט פאר די זאליס אז די זאכן זענען פוסטע שטותים... בכל אופן ליין נאכאמאל גוט אדורך וואס ער איז דיר מסביר דארט, עס איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין. און אויב דו פארשטייסט נישט, דעמאלט זאגן מיר דיר: דו ביזט גערעכט!. און שוין.

וואס מיינט באווייז. ער זאגט איך וויל עס נישט. פארוואס איז עס דיר שווער צו פארשטיין?
די רגע וואס דער רבי זאגט גארנישט, מאכט מען ריזיגע פלאקאטן און מעכטיגע קרוינען וואס זאל אנקומען ביז'ן גלגל החמה. אבער אז ער לאזט נישט, פאלגט מען און מען מאכט נישט. און לידיעתך איז כדאי אז דו זאלסט וויסן, אז רוב סאטמאר (העכער 30) זענען שוין היינט איבערצייגט געווארן אז ס'איז טאקע אן עקל און א גרויל, א גועל נפש ונפש האדם הזך בוחל בהם.

ברוך השם אז דער רבי האט עס מבטל געווען כעפרא דארעא.

אויסער דיין טענה פון לעלוס, ברענגסטו ארויס נאך צוויי נקודות.

לאנצוט: יעצט איז די זעלבע שמחה ביי אלע ערליכע אידן. נישט סתם א שמחה נאר א מעכטיגער יום טוב פאר טויזענטער אנשי שלומינו און אלע אידן וועלכע קלאמערן זיך אין די שיטה הקדושה אין ארץ ישראל.

אויף דעם איז דא איין תירוץ: ניתי ספר ונחזי. קום אריבער קיין ארץ ישראל, און זאג מיר צי ר' אהרן'ס יעצטיגע באזוך איז א יו"ט אויסער פאר סאטמאר-אהרונים און פאר בעלזא. עס איז אשאד זיך צו מתווכח זיין.

מ'קען זיך נישט דינגען אויף א אמת'ע פרייד ביי מענטשן. (מצות עשה דואהבת הוא ממצות הקשות ביותר, כנודע מדברי הרמב"ם ז"ל).
איך האב גערעדט צו מענטשן וועלכע זענען דארט געווען, נישט דווקא קיין סאטאמארע חסידים, נאר פרעמדע מענטשן און איך קען אפילו מענטשן וועלכע האבן א קרום אויג אויף אים ביז היינט
, האבן געביטן זייער מיינונג. (א שונא בייט נישט זיין מיינונג, קיינמאל).

לאנצוט: להוי ידוע אז איך לאנצוט בין געווען ביי אלע קבלת פנימ'ס פונעם ברך משה, און ס'איז געווען א ליצנות. מ'איז אהיים געקומען מיט גארנישט, ווייל אלעס איז נאר געווען די לעלוס און די סיינס. ס'איז א עקל און א גרויל.

וועמען נער'סטו דא? אינטרעסאנט אז דעמאלט תשנ"ד האט דאס לאנצוט נישט געזאגט (בעסער געזאגט: נישט געדארפט זאגן...), עכ"פ יעדער סאטמארער חסיד, יעדער ערליכער איד אין ארץ ישראל איז געווען אויסער זיך פון שמחה פון די גרויסע מעכטיגע קידוש ה'.

וויאזוי מעסט מען א "קידוש השם", אז מ'באצאלט געלט פאר מוסדות התורה צו שיקן זייערע קינדער. ביסט חסר דעה?
איך מעסט א קידוש השם וויאזוי זיינע ווערטער ווערן אויסגעהערט. ווען דער ברך משה זי"ע איז געווען תשנ"ד איז ער שוין ליידער נישט געווען געזונט. און יעדער האט געלאכט אז מ'האט אנגעטאן דעם שטריימל ברוב עם ליידער ליידער. און די דרשה דעמאלט האט נישט געמאכט קיין קידוש השם. (איך וויל נישט רעדן דעריבער, ווייל עס איז ליידער א בושה נוראה וד"ל).

בקיצור, עס איז אשאד אריינצוגיין אין וויכוחים, כאפ זיך אריבער קיין ארץ ישראל און דריי זיך צווישן די פרומע היימישע קרייזן, העדה החרדית, תולדות אהרן, נטורי קרתא, דושינסקיא, סאטמאר, משכנות הרועים, קהל חסידי ירושלים, שומרי החומות, תפארת ירושלים, וכו' וכו' וכו' אלע פרומע קרייזן וואס גייען אין שפאן מיט די העדה החרדית, און ווער געוואויר וואספארא מעכטיגע יו"ט עס איז ביי זיי דיין רבי'נס באזוך (כלשונך). טויזנטער אידן זענען שבור ורצוץ פון זיינע שפיזן וואס ער שיסט אריין אין די פרומע אידן.

איך ווייס אז זיי זענען מורא'דיגע בשמחה. צעבראכן זענען נאר "זיינע פאליטישע שונאים".

דער רבי זי"ע איז געקומען קיין ארץ ישראל בשנת תשט"ו: זיך צו אפטיילן פון בעלזא (נאך פאר זייערע היינטיגע עבירות), ר' אהרן קומט קיין ארץ ישראל בשנת תשע"ב: צו שלום מאכן מיט בעלזא...  [אין רש"י שטייט "תבא אמו ותקנח הצואה כך תבא פרה ותכפר על העגל" אבער נישט א אייניקל (לפי דברי אהרן מרדכי רוקח איז דאך אהרן א אייניקל פון רבי יואל'יש...)]

פארוואס קומסטו מיט ליגנט. די תורה זאגט מדבר שקר תרחק.
ער קומט קיין ארץ ישראל אויף א  חתונה. פינטל. אזוי ווי ער איז שוין דא, האט ער זיך געטראפן מיט 100 רבנים, און איינער פון זיי איז בעלזער רבי, וועלכער האט מפייס געווען דעם דברי יואל כדת ודין.

דער רבי זי"ע איז געקומען קיין ארץ ישראל: צו מחזק זיין די ערליכע אידן און די העדה החרדית, ר' אהרן קומט קיין ארץ ישראל צו צוברעכן די ערליכע אידן און די העדה החרדית און בפרט דעם ירושלימ'ער רב שליט"א.

באלאני. ער איז מחזק אלע ערליכע אידן שלא כרעו לבעל. ער מוז נישט פארן קיין ירושלים. פינקט ווי ער איז 4 יאר צוריק אויך נישט געפארן. ס'איז נישט עק וועלט.
נאך א ליגענט, לקיים מה שנאמר מדבר אמת תרחק.


דער רבי זי"ע איז געקומען קיין ארץ ישראל: צו אויסרופן א מלחמה מיט די מהרסי החינוך הטהור און ר' אהרן איז געקומען "אויסרופן א מלחמה מיט די יהדות החרדית" (כלשון גאב"ד קרית רמ"א בי"ש שליט"א).

באלאני. ער איז מחזק אלע ערליכע אידן שלא כרעו לבעל. נאך א ליגענט, לקיים מה שנאמר מדבר אמת תרחק.
איך האב געהערט די דרשה פון רבי יהושע ראזענבערג, ער רעדט גארנישט איבער בעלזא. היידפארק מעשות.



דער רבי זי"ע איז געקומען קיין ארץ ישראל:
צו באזוכן די אלע מוסדות התורה, צו באזוכן די אלע היימישע רבנים, וואס דאס איז פארשטענדליך געווען א שטארקע חיזוק פאר זיי, אבער ר' אהרן באזוכט נישט קיין איין מוסדות התורה, קיין איין רעכטער רב, נאר: בעלזא, סערט וויז'ניץ, קרליץ, באייאן, וכו' וכו'.

ער איז געפארן מחזק זיין "סאטמארער מוסדות" !
הרב וואזנער איז ביי דיר לינק? הרב שמערלער מיט זיין ישיבה איז ביי דיר לינק?
נאך א ליגענט, לקיים מה שנאמר מדבר אמת תרחק.


דער רבי זי"ע איז געקומען קיין ארץ ישראל:
האבן אלע היימישע רבנים און בפרט די רבנים פון די העדה החרדית אויפגעטראטן מיט דרשות לכבודם, און דא זענען די אלע רבנים פון די העדה החרדית כעס'יג אויף דעם ר' אהרן'ען, אזוי ווייט אז איינער פון די חברי הבד"ץ הגאון הצדיק ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א האט זיך געמוזט אויפשטעלן במעמד אלופי אלפי ישראל און מוחה זיין אויפ'ן "סאטמארער רבי"...

מי יגלה עפר מעיני רביה"ק זי"ע אז איינער וואס פאררופט זיך "סאטמארער רבי" , סאטמאר וואס איז אייביג געווען א סעמפל פון לויטער קנאות און פשרה'לאז, און די אנדערע היימישע קרייזן זענען געווען היבש ווייניגער עקסטרעם ווי סאטמאר, אצינד זענען מיר צוגעקומען אז די אלע ערליכע קרייזן זענען אנגעווייטאגט פון די פירצות וואס דער סאטמארער רבי טוט אן מיט'ן זיך פאררופן סאטמארער רבי... אוי לאותה בושה.


איך געדענק ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט זיך געטראפן מיט א חבר הכנסת און אים געגעבן די האנט.
יעצט קען איך ארויסנעמען דעם קינות און אנהייבן שרייען, מי יגלה עפרה מעיניך רביה"ק הדברי יואל, אז דער ואוס רופט זיך סאטמארער רבי איז מכבד חברי הכנסת.... בלא

און לאמיר
זאגן אז ממש דער שו"ע האט דא געכאפט פאר דעם אהרן'ען. איז דאס איז דער תפקיד פון "סאטמארער רבי", זיין תפקיד איז יעצט צו שלום מאכן מיט בעלזא, און זיך צוקריגן מיט די העדה החרדית און מיט די ערליכע אידן (סיקריקים) ווייל זיי זענען פרומער ווי אים. נאך פונקט אין אזא צייט ווען די העדה החרדית דארף אזוי פיל חיזוק, זיי האבן אזוי פיל צו אויסשטיין פון די פירצות פון בעלזא , וואס זיי זענען כהיום דער שורש פורה ראש ולענה פון אלע פירצות, פונקט יעצט האט אים געשטיקט צו מקיים זיין דעם פסק אין שו"ע, און מיט אנדערע ווערטער מעודד זיין אלע פורצים און אריינשיסן א שפיז אין די העדה החרדית און אין די אלע גודרי גדר.

מ'האט נישט געמאכט קיין "יד אחת" מיט בעלזא. פינקט ווי מיר האבן נישט קיין "יד אחת" מיט גור.
זאג נאר, איין ליגענט מיט נאך א ליגענט = ווערט אמת?
קיינער איז זיך נישט משדך מיט בעלזא, און נישט מיט גור, און מיר האבן נישט קיין שייכות מיט זיי.
פינקט ווי כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט אויפגענומען און מכבד געווען קלויזנוברגער רבי'ן, זענט איר יעצט געווארן "א יד אחת" מיט קלויזנוברג, יא אדער ניין?


פינטל: דער באזוך האט פשוט צום טויזנטן מאל אויפגעוויזן פון אלע זייטן אז איר האט א טעות געהאט מיט'ן נאמען, און אפי' די "אויפגעקלערטע" וואס האבן גאנץ הנאה פון אזא סארט רבי'ן ווי דיין רבי'ן ווייסן אבער גוט צו זאגן אז "לשיטת" סאטמאר איז דאס א אפגעפרעגטע מהלך. זיי ווייסן גאנץ גוט אז דער דברי יואל און דער ברך משה זענען געווען גרעסערע קיצונים ווי דער נייער סאטמארער רבי.

ווען דער ברך משה איז געגאנגען צו הרב שך וועלכער האט געעפנט א ציוניסטישע פארטיי, איז יעצט געווארן צעבראכן די שיטה הקדושה. האט ער דעמאלט אריינגעשטאכן א מעסער אינעם הייליגן רבי'ן.
ביטע ענטפער יא אדער ניין?
 
ווען הגה"ק הרמ"א פריינד זי"ע, בעל עטרת יושע איז געגאנגען צו די לויה פון קלויזנוברגער רבי'ן ז"ל, וועלכער איז געווען א פארברענטער שונא פאר'ן מרן רביה"ק זי"ע כידוע לכל. האט הרמ"א פריינד דעמאלט אריינגעשטאכן א מעסער אינעם רבי'ן זי"ע?

פארוואס איז הרמ"א פריינד נישט געווארן קיין לינקער פארשוין דעמאלט?

ביטע ענטפער יא אדער ניין?


יעצט הייב אן ווייטער, לעלוס, פענדלעך, סיינס... מיט א פרישקייט.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2012 22:04 לינק ישיר 

לאנצוט

איין זאך קומט מיר ארויף אין מח, ליינענדיג דיין אנטווארט, וואס אונזער חז"ל זאגן אין שבת ק"ד.
קושטא קאי שיקרא לא קאי


תוקן על ידי רב_הסוער ב- 22/02/2012 22:05:52




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2012 23:27 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
 

ר' לאנצוט טייערער, לויטן חשבון דארפסטו שוין זיין אביסל אן ערוואקסענער, אויב תשמ"ג ביסטו שוין מיטגעפארן מיט'ן ברך משה זי"ע קיין ארץ ישראל, דעמאלט פארוואס פארשטייסטו נישט וואס מ'איז דיר מסביר.

אין פראביר צו פארשטיין ווען מ'רעדט צו דער זאך. חוץ אויב ס'איז עפעס עפ"י נסתר, דעמאלט פארשטיי איך נישט.

נאך דיינע ערשטע תגובות האט דיר 'פישער-גבאי' געגעבן צו ערקלערן בטוב טעם ודעת אז דא איז נישט די נושא די פענדלעך מיט די לעלוס, און נישט ווער ס'האט דאס דער איז "סאטמארער רבי", אמת און ריכטיג אז דאס איז קינדיש און בעיביש. נאר ער האט דיר געגעבן עטליכע באווייזונגען ווי שטארק די באזוך פון ר' אהרן אין ארץ ישראל ווייזט אויף קבל עם ומלואה אז ער איז א נייער סארט סאטמאר'ער רבי, די יהדות החרדית אין ירושלים (וועלכע ווערן היינט אנגערופן סקריקים) איז נישט זיין טעיסט אזוי ווי עס איז געווען ביי זיין פאטער און ביי רביה"ק. און איינס פון די באווייזונגען איז די פאקט אז פון די ערשטע באזוך פון ר' אהרן אין "ירושלים" האט ער געמוזט "פראפעגאנדירן" אז ער "לאזט נישט" פראפעגאנדירן, ער "לאזט נישט" אז די מוסדות עטה"ק זאלן ארויסשטעלן צעטלען פאר אים, ער "לאזט נישט" אז די ילדי הת"ת זאלן ארויסקומען, ער "וויל נישט" באזוכן קיין שום מוסדות התורה, ער "וויל נישט" אז די העדה החרדית זאל אים מקבל פנים זיין וכו' וכו'. פאר יעדן קינד האט געערגבערט די שאלה וואס איז פשט אז ער "לאזט נישט", האט ער טאקע פיינט כבוד?. זעט אויס אז נישט יעדער איז אזא חסיד ווי לאנצוט. האט ער דיר מסביר געווען מיט דברים פשוטים וברורים אז ביי רבוה"ק איז דאס נאר געווען א "פועל יוצא" פון זייער הנהגה אלס סאטמאר'ער רבי, זייענדיג דער עורף היהדות החרדית בארה"ק (עיי' לעיל באריכות די אלע סיבות וואס האט צוגעברענגט צו די תוצאה), און די סיבות איז היינט נישטא ביי ר' אהרן, במילא האט ער שוין ביי די "ערשטע" באזוך ווען ער איז געקומען אין "ירושלים" – נאך איידער ער איז געקומען יעדעס יאר, נאר עס איז נאך קוים געווען אן ערשטע מאל (לאפוקי טענת רב הסוער) – האט ער געמוזט פראפעגאנדירן אז ער לאזט נישט פראפעגאנדירן. שוין ביים ערשטן באזוך ווען ער האט זיך יא קאנצעטרירט אויף די נקיי הדעת שבירושלים איז נישט געווען קיין איין באגריסונג פון א ערליכע מוסדות, נישט באזוכט קיין שום ערליכע מוסדות, פשוט ווייל ער האט נישט געוואלט.

אמת. סאטמארער רבי האט געזאגט: נישט מאכן, און ער האט עס אפגעשטעלט. פינקט ווי די זעהסט היינט במציאות אז ער האט אפגעשטעלט אלע חיצונית'דיגע זאכן, ווי פאקלען, באגלייטנ'ס, קארוואנען, קבלת פנימ'ס וכו'. דאס נישט האבן איז נישט ווייל מ'שטעלט נישט צו, און נישט ווייל ער איז אראפגעקוקט און איז נישט עכטע סאטמארער רבי. ניין. עס איז ווייל ער האט געזאגט ניין ! ס'איז נישט די ווארט ווייל ער האט געזאגט ניין!! והא ראי' אז ביים ערשטן באזוך אין ירושלים פון אהרן, האט מען טאקע "יא" געמאכט א קבלת פנים בחוצות העיר, אבער קיין ילדי תשב"ר איז נישט געווען, חוץ תוא"י און דושניסקיא איז נישט געווען ווער ס'זאל ארויסגיין, ממילא האט ר' אהרן געזאגט אז איך דארף עס נישט, משא"כ ווען מהרי"י מסאטמאר וועט קומען קיין אר"י וועלן ארויסגיין סאטמאר, רמ"א, תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק ועוד. פינטל 

און דא וועסטו אנהייבן אודך! די לעלוס, די פענדלען, די סיינס, עס איז א עקל און א גרויל. וחוזר חלילה, די לעלוס... ר' איד, ער האט דיר זייער פשוט מסביר געווען אז די אלע זאכן זענען טאקע פוסטע שטותים און נארישקייטן, נאר דאס איז בלויז א באווייז וכו', נעם נישט די "הוכחה" און מאך דאס פאר א "סיבה", וד"ל. און ווי איז נאך דא א גרעסערע דזשאוק ווי דעם ווי א ארוני שרייט פאר די זאליס אז די זאכן זענען פוסטע שטותים... בכל אופן ליין נאכאמאל גוט אדורך וואס ער איז דיר מסביר דארט, עס איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין. און אויב דו פארשטייסט נישט, דעמאלט זאגן מיר דיר: דו ביזט גערעכט!. און שוין.

וואס מיינט באווייז. ער זאגט איך וויל עס נישט. פארוואס איז עס דיר שווער צו פארשטיין?
די רגע וואס דער רבי זאגט גארנישט, מאכט מען ריזיגע פלאקאטן און מעכטיגע קרוינען וואס זאל אנקומען ביז'ן גלגל החמה. אבער אז ער לאזט נישט, פאלגט מען און מען מאכט נישט. און לידיעתך איז כדאי אז דו זאלסט וויסן, אז רוב סאטמאר (העכער 30) זענען שוין היינט איבערצייגט געווארן אז ס'איז טאקע אן עקל און א גרויל, א גועל נפש ונפש האדם הזך בוחל בהם.

ברוך השם אז דער רבי האט עס מבטל געווען כעפרא דארעא.
יעצט פיר אויס: משא"כ בילדער און ווידעא'ס יעדן טאג אין אימעיל יארן לאנג שוין, דאס וויל דער רבי יא, אפשר ביזטו מיר מסביר קלאר און דייטלעך, פארוואס דאס פינקאנצירט נאך, זאגסט דאך אז וואס די רבי זאגט ניין איז ניין! נו היתכן שנעשה כזאת בישראל, (ענטפער נישט ווי א קליין קינד אז דאס זענען אפאר קליינע קינדער וואס מאכן עס ווייל דעמאלטס בין איך דיר חושש אז דו ביזט איינער פון זיי)

אויסער דיין טענה פון לעלוס, ברענגסטו ארויס נאך צוויי נקודות.

לאנצוט: יעצט איז די זעלבע שמחה ביי אלע ערליכע אידן. נישט סתם א שמחה נאר א מעכטיגער יום טוב פאר טויזענטער אנשי שלומינו און אלע אידן וועלכע קלאמערן זיך אין די שיטה הקדושה אין ארץ ישראל.

אויף דעם איז דא איין תירוץ: ניתי ספר ונחזי. קום אריבער קיין ארץ ישראל, און זאג מיר צי ר' אהרן'ס יעצטיגע באזוך איז א יו"ט אויסער פאר סאטמאר-אהרונים און פאר בעלזא. עס איז אשאד זיך צו מתווכח זיין.

מ'קען זיך נישט דינגען אויף א אמת'ע פרייד ביי מענטשן. (מצות עשה דואהבת הוא ממצות הקשות ביותר, כנודע מדברי הרמב"ם ז"ל).
איך האב גערעדט צו מענטשן וועלכע זענען דארט געווען, נישט דווקא קיין סאטאמארע חסידים, נאר פרעמדע מענטשן און איך קען אפילו מענטשן וועלכע האבן א קרום אויג אויף אים ביז היינט, האבן געביטן זייער מיינונג. (א שונא בייט נישט זיין מיינונג, קיינמאל).
מ'קען זיך נישט דינגען אויף א סעיף אין שולחן ערוך אז איינער וואס גייט אין ערכאות איז כאילו חירף וגידף בתורת משה

לאנצוט: להוי ידוע אז איך לאנצוט בין געווען ביי אלע קבלת פנימ'ס פונעם ברך משה, און ס'איז געווען א ליצנות. מ'איז אהיים געקומען מיט גארנישט, ווייל אלעס איז נאר געווען די לעלוס און די סיינס. ס'איז א עקל און א גרויל.

וועמען נער'סטו דא? אינטרעסאנט אז דעמאלט תשנ"ד האט דאס לאנצוט נישט געזאגט (בעסער געזאגט: נישט געדארפט זאגן...), עכ"פ יעדער סאטמארער חסיד, יעדער ערליכער איד אין ארץ ישראל איז געווען אויסער זיך פון שמחה פון די גרויסע מעכטיגע קידוש ה'.

וויאזוי מעסט מען א "קידוש השם", אז מ'באצאלט געלט פאר מוסדות התורה צו שיקן זייערע קינדער. ביסט חסר דעה?
איך מעסט א קידוש השם וויאזוי זיינע ווערטער ווערן אויסגעהערט. ווען דער ברך משה זי"ע איז געווען תשנ"ד איז ער שוין ליידער נישט געווען געזונט. און יעדער האט געלאכט אז מ'האט אנגעטאן דעם שטריימל ברוב עם ליידער ליידער. און די דרשה דעמאלט האט נישט געמאכט קיין קידוש השם. (איך וויל נישט רעדן דעריבער, ווייל עס איז ליידער א בושה נוראה וד"ל).
משא"כ ווען ר' אהרן טוט אן א ווייסע בעקיטשע ביי א חתונה פון זיין נעפיו לאכט נישט דער גאס, הא?
בקיצור, עס איז אשאד אריינצוגיין אין וויכוחים, כאפ זיך אריבער קיין ארץ ישראל און דריי זיך צווישן די פרומע היימישע קרייזן, העדה החרדית, תולדות אהרן, נטורי קרתא, דושינסקיא, סאטמאר, משכנות הרועים, קהל חסידי ירושלים, שומרי החומות, תפארת ירושלים, וכו' וכו' וכו' אלע פרומע קרייזן וואס גייען אין שפאן מיט די העדה החרדית, און ווער געוואויר וואספארא מעכטיגע יו"ט עס איז ביי זיי דיין רבי'נס באזוך (כלשונך). טויזנטער אידן זענען שבור ורצוץ פון זיינע שפיזן וואס ער שיסט אריין אין די פרומע אידן.

איך ווייס אז זיי זענען מורא'דיגע בשמחה. צעבראכן זענען נאר "זיינע פאליטישע שונאים".
שוין ווייטער דינגסטו זיך מיט פאקטן, קוק אריין אינעם גליון "העדה" פאריגע וואך ותוכיח משם

דער רבי זי"ע איז געקומען קיין ארץ ישראל בשנת תשט"ו: זיך צו אפטיילן פון בעלזא (נאך פאר זייערע היינטיגע עבירות), ר' אהרן קומט קיין ארץ ישראל בשנת תשע"ב: צו שלום מאכן מיט בעלזא...  [אין רש"י שטייט "תבא אמו ותקנח הצואה כך תבא פרה ותכפר על העגל" אבער נישט א אייניקל (לפי דברי אהרן מרדכי רוקח איז דאך אהרן א אייניקל פון רבי יואל'יש...)]

פארוואס קומסטו מיט ליגנט. די תורה זאגט מדבר שקר תרחק.
ער קומט קיין ארץ ישראל אויף א  חתונה. פינטל. אזוי ווי ער איז שוין דא, האט ער זיך געטראפן מיט 100 רבנים, און איינער פון זיי איז בעלזער רבי, וועלכער האט מפייס געווען דעם דברי יואל כדת ודין.
איך זאג פארקערט אזוי ווי דער נארמאלער גאס זאגט: אהרן איז געקומען מאכן שלום מיט בעלזא, נאר פארוואס איז ער געקומען פונקט יעצט און נישט אן אנדערס מאל איז וועגן דער חתונה

דער רבי זי"ע איז געקומען קיין ארץ ישראל: צו מחזק זיין די ערליכע אידן און די העדה החרדית, ר' אהרן קומט קיין ארץ ישראל צו צוברעכן די ערליכע אידן און די העדה החרדית און בפרט דעם ירושלימ'ער רב שליט"א.

באלאני. ער איז מחזק אלע ערליכע אידן שלא כרעו לבעל. ער מוז נישט פארן קיין ירושלים. פינקט ווי ער איז 4 יאר צוריק אויך נישט געפארן. ס'איז נישט עק וועלט.
נאך א ליגענט, לקיים מה שנאמר מדבר אמת תרחק.
אבער וואס זאל איך טוהן אז ער האט נישט דערמאנט קיין איין איינציג ווארט אין די לעצטע חדשים פון די רדיפת הדת בארה"ק

דער רבי זי"ע איז געקומען קיין ארץ ישראל: צו אויסרופן א מלחמה מיט די מהרסי החינוך הטהור און ר' אהרן איז געקומען "אויסרופן א מלחמה מיט די יהדות החרדית" (כלשון גאב"ד קרית רמ"א בי"ש שליט"א).

באלאני. ער איז מחזק אלע ערליכע אידן שלא כרעו לבעל. נאך א ליגענט, לקיים מה שנאמר מדבר אמת תרחק.
איך האב געהערט די דרשה פון רבי יהושע ראזענבערג, ער רעדט גארנישט איבער בעלזא. היידפארק מעשות.

אבער וואס זאל איך טוהן אז ער האט נישט דערמאנט קיין איין איינציג ווארט אין די לעצטע חדשים פון די רדיפת הדת בארה"ק, ר' יהושע ראזענבערגער ווייסט פונקטליך וואס דער גאס האט ארויסגענומען פון זיין דרשה, און עטס ווייסטס אויכעט, נאר וואס זאל מען טוהן אז די מציאות פלאקערט און פנים, מוז מען שרייבבן פארקערט

דער רבי זי"ע איז געקומען קיין ארץ ישראל: צו באזוכן די אלע מוסדות התורה, צו באזוכן די אלע היימישע רבנים, וואס דאס איז פארשטענדליך געווען א שטארקע חיזוק פאר זיי, אבער ר' אהרן באזוכט נישט קיין איין מוסדות התורה, קיין איין רעכטער רב, נאר: בעלזא, סערט וויז'ניץ, קרליץ, באייאן, וכו' וכו'.

ער איז געפארן מחזק זיין "סאטמארער מוסדות" !
הרב וואזנער איז ביי דיר לינק? הרב שמערלער מיט זיין ישיבה איז ביי דיר לינק?
נאך א ליגענט, לקיים מה שנאמר מדבר אמת תרחק.
ביי אונז האט מען אויסגעלערנט אז סאטמאר איז נישט קיין פארטיי, די רבי זי"ע איז געקומען קיין אר"י מחזק זיין "יהדות החרדית בארה"ק" נישט קיין "סאטמארער מוסדות"

דער רבי זי"ע איז געקומען קיין ארץ ישראל:
האבן אלע היימישע רבנים און בפרט די רבנים פון די העדה החרדית אויפגעטראטן מיט דרשות לכבודם, און דא זענען די אלע רבנים פון די העדה החרדית כעס'יג אויף דעם ר' אהרן'ען, אזוי ווייט אז איינער פון די חברי הבד"ץ הגאון הצדיק ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א האט זיך געמוזט אויפשטעלן במעמד אלופי אלפי ישראל און מוחה זיין אויפ'ן "סאטמארער רבי"...

מי יגלה עפר מעיני רביה"ק זי"ע אז איינער וואס פאררופט זיך "סאטמארער רבי" , סאטמאר וואס איז אייביג געווען א סעמפל פון לויטער קנאות און פשרה'לאז, און די אנדערע היימישע קרייזן זענען געווען היבש ווייניגער עקסטרעם ווי סאטמאר, אצינד זענען מיר צוגעקומען אז די אלע ערליכע קרייזן זענען אנגעווייטאגט פון די פירצות וואס דער סאטמארער רבי טוט אן מיט'ן זיך פאררופן סאטמארער רבי... אוי לאותה בושה.

און לאמיר זאגן אז ממש דער שו"ע האט דא געכאפט פאר דעם אהרן'ען. איז דאס איז דער תפקיד פון "סאטמארער רבי", זיין תפקיד איז יעצט צו שלום מאכן מיט בעלזא, און זיך צוקריגן מיט די העדה החרדית און מיט די ערליכע אידן (סיקריקים) ווייל זיי זענען פרומער ווי אים. נאך פונקט אין אזא צייט ווען די העדה החרדית דארף אזוי פיל חיזוק, זיי האבן אזוי פיל צו אויסשטיין פון די פירצות פון בעלזא , וואס זיי זענען כהיום דער שורש פורה ראש ולענה פון אלע פירצות, פונקט יעצט האט אים געשטיקט צו מקיים זיין דעם פסק אין שו"ע, און מיט אנדערע ווערטער מעודד זיין אלע פורצים און אריינשיסן א שפיז אין די העדה החרדית און אין די אלע גודרי גדר.

מ'האט נישט געמאכט קיין "יד אחת" מיט בעלזא. פינקט ווי מיר האבן נישט קיין "יד אחת" מיט גור.
זאג נאר, איין ליגענט מיט נאך א ליגענט = ווערט אמת?
קיינער איז זיך נישט משדך מיט בעלזא, און נישט מיט גור, און מיר האבן נישט קיין שייכות מיט זיי.
פינקט ווי כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט אויפגענומען און מכבד געווען קלויזנוברגער רבי'ן, זענט איר יעצט געווארן "א יד אחת" מיט קלויזנוברג, יא אדער ניין?

וואס זאל מען טוהן אז דער נארמאלער גאס האט פארשטאנען נאר דאס איינער זאך אז סאטמאר מהר"א האט שלום געמאכט מיט בעלזא, גיי קלער זיי אויף אנדערש (נישט יעדער היייסט לאנצוט)

פינטל: דער באזוך האט פשוט צום טויזנטן מאל אויפגעוויזן פון אלע זייטן אז איר האט א טעות געהאט מיט'ן נאמען, און אפי' די "אויפגעקלערטע" וואס האבן גאנץ הנאה פון אזא סארט רבי'ן ווי דיין רבי'ן ווייסן אבער גוט צו זאגן אז "לשיטת" סאטמאר איז דאס א אפגעפרעגטע מהלך. זיי ווייסן גאנץ גוט אז דער דברי יואל און דער ברך משה זענען געווען גרעסערע קיצונים ווי דער נייער סאטמארער רבי.

ווען דער ברך משה איז געגאנגען צו הרב שך וועלכער האט געעפנט א ציוניסטישע פארטיי, איז יעצט געווארן צעבראכן די שיטה הקדושה. האט ער דעמאלט אריינגעשטאכן א מעסער אינעם הייליגן רבי'ן.
ביטע ענטפער יא אדער ניין?
 
ווען הגה"ק הרמ"א פריינד זי"ע, בעל עטרת יושע איז געגאנגען צו די לויה פון קלויזנוברגער רבי'ן ז"ל, וועלכער איז געווען א פארברענטער שונא פאר'ן מרן רביה"ק זי"ע כידוע לכל. האט הרמ"א פריינד דעמאלט אריינגעשטאכן א מעסער אינעם רבי'ן זי"ע?

פארוואס איז הרמ"א פריינד נישט געווארן קיין לינקער פארשוין דעמאלט?

ביטע ענטפער יא אדער ניין?

וואס זאל מען טוהן אז דער נארמאלער גאס האט פארשטאנען נאר דאס איינער זאך אז סאטמאר מהר"א האט שלום געמאכט מיט בעלזא, גיי קלער זיי אויף אנדערש (נישט יעדער היייסט לאנצוט)
יעצט הייב אן ווייטער, לעלוס, פענדלעך, סיינס... מיט א פרישקייט.




תוקן על ידי שמעלקאלע ב- 01/03/2012 23:29:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2012 00:25 לינק ישיר 

אמת. סאטמארער רבי האט געזאגט: נישט מאכן, און ער האט עס אפגעשטעלט. פינקט ווי די זעהסט היינט במציאות אז ער האט אפגעשטעלט אלע חיצונית'דיגע זאכן, ווי פאקלען, באגלייטנ'ס, קארוואנען, קבלת פנימ'ס וכו'. דאס נישט האבן איז נישט ווייל מ'שטעלט נישט צו, און נישט ווייל ער איז אראפגעקוקט און איז נישט עכטע סאטמארער רבי. ניין. עס איז ווייל ער האט געזאגט ניין ! ס'איז נישט די ווארט ווייל ער האט געזאגט ניין!! והא ראי' אז ביים ערשטן באזוך אין ירושלים פון אהרן, האט מען טאקע "יא" געמאכט א קבלת פנים בחוצות העיר, אבער קיין ילדי תשב"ר איז נישט געווען, חוץ תוא"י און דושניסקיא איז נישט געווען ווער ס'זאל ארויסגיין, ממילא האט ר' אהרן געזאגט אז איך דארף עס נישט, משא"כ ווען מהרי"י מסאטמאר וועט קומען קיין אר"י וועלן ארויסגיין סאטמאר, רמ"א, תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק ועוד. פינטל

איך ענטפער פשוט: עס האט נישט געהאנגען קיין איין צעטל אויף די וואנט ווי צהלו ורונו אין בני ברק. ווייל ער האט געזאגט ניין.
עס האט נישט געהאנגען קיין עלעקטריק סיינס, און נישט קיין מייקס אויף די גאס, און נישט געלאזט קיין באגלייטן און קיין זינגען אויף די גאסן. ביסט גערעכט. פאריגעס מאל איז ער געווען א שטיק דורכפאל, וועגן דעם וויל ער נישט יעצט. אבער וואס האט עס מיט "כבוד שמים" ווייס איך נישט?

באלאני. ער איז מחזק אלע ערליכע אידן שלא כרעו לבעל. ער מוז נישט פארן קיין ירושלים. פינקט ווי ער איז 4 יאר צוריק אויך נישט געפארן. ס'איז נישט עק וועלט.
נאך א ליגענט, לקיים מה שנאמר מדבר אמת תרחק.
אבער וואס זאל איך טוהן אז ער האט נישט דערמאנט קיין איין איינציג ווארט אין די לעצטע חדשים פון די רדיפת הדת בארה"ק

דאס אז ער האט גערעדט "כ"א כסלו" פאר טויזענטער אידן, און איז געדעקט געווארן בכל קצוי תבל. איבער דער גארער וועלט אז די ציונים פארטרעטן נישט די אידן, און אז אידן זענען נישט קעגן פרעזידענט פון אמעריקע וכו', דאס איז ביי דיר נישט קיין קנאות. ווייל ער פאלגט נישט אויס די באפעלן פון הרה"צ ר' אלימלך שטערן און הרה"צ ר' משה לייב דייטש פון דער איד?

ביסט א בעיבי. ער האלט אין איין רעדן פייערדיגע קנאות דרשות. דאס קענסטו נישט לייקענען. יעצט אין בני ברק האט ער אויך געהאלטן בערך 3 דרשות וועלכע זענען שטארק נתפרסם געווארן, אלעס פאר די וועלכע "ווילן" הערן. נישט פאר די וועלכע ווילן אים זעהן טויט.


מ'האט נישט געמאכט קיין "יד אחת" מיט בעלזא. פינקט ווי מיר האבן נישט קיין "יד אחת" מיט גור.
זאג נאר, איין ליגענט מיט נאך א ליגענט = ווערט אמת?
קיינער איז זיך נישט משדך מיט בעלזא, און נישט מיט גור, און מיר האבן נישט קיין שייכות מיט זיי.
פינקט ווי כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט אויפגענומען און מכבד געווען קלויזנוברגער רבי'ן, זענט איר יעצט געווארן "א יד אחת" מיט קלויזנוברג, יא אדער ניין?

וואס זאל מען טוהן אז דער נארמאלער גאס האט פארשטאנען נאר דאס איינער זאך אז סאטמאר מהר"א האט שלום געמאכט מיט בעלזא, גיי קלער זיי אויף אנדערש (נישט יעדער היייסט לאנצוט)

שמעקאלע, נאכאמאל וואס הייסט נארמאלע גאס (ראדני מיט די פאליש) אדער לי עוועניו ביז היוז סטריט מיט שאפראן אויך.

די גאס האלט אז דער דברי יואל האט באזוכט דעם גורער רבי'ן, כאטש ער איז "נישט" געווען מיט אים בשלום. די גאס ווייסט אז דער ברך משה האט זיך געטראפן מיט הרב שך, כאטש ער איז נישט געווען מיט אים קיין "ברודער".

די גאס וויל פארשטיין, פארוואס ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל טרעפט זיך מיט קלויזנוברגער רבי'ן הייסט עס "נישט קיין שלום"?

די גאס ווייסט אבער נישט אז "הא לן והא להו"!






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ניכטערע בליקן ארום דעם יעצטיגן באזוך פון ר' אהרן אין ארץ ישראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.