בית פורומים כל העולם כולו

העד''ח סטראשעט: רז''ל וועט ווערן ירושלימער רב!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/2/2012 19:43 לינק ישיר 
העד''ח סטראשעט: רז''ל וועט ווערן ירושלימער רב!!

אויב ווען רבינו שליט''א האט זיך געטראפן די ערשטע מאל מיט בעלזער רבי דעם לעצטן מיטוואך נאכט, האבן די הנהלת העדה החרדית געסטראשעט אז רז''ל וועט ווערן נשיא העד''ח, (??)

יעצט ווען רבינו שליט''א האט זיך שוין נאך אמאל געטראפן ביי די ביקור גולמין און בני ברק, מן הסתם וועט רז''ל ווערן ירושלימער רב..

ימים יגידו



תוקן על ידי עירהתורה ב- 20/02/2012 20:25:45




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2012 19:49 לינק ישיר 

אמאל קען דעפרעסיע מאכען א מענטש באקען מעשיות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 23:32 לינק ישיר 

ווען ווערט ער סאטמאר רבי ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2012 06:36 לינק ישיר 

הלואי ! הוא ראוי להם והם ראוים לו .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2012 01:03 לינק ישיר 

את אשר יגורנו בא.... יאפ ... אויב האט מען געמיינט ביז יעצט אז ס'אלעס היידפארק געשיכטעס. איז היינט מיטוואך ארויסגעקומען דער בארימטער פרעסזשפולער ארגאן "העדה" אין נישט מער אין נישט ווייניגער, זיי איגנארירן די היסטארישע נסיעה... אוי וויי געוואלד... די העדה איז מער נישט מיט אונז..?? ווער וועט דעקן די נייעס ביי אונז בחצרות סאטמאר? איינער אין די עדה החרדית גלייכט נישט ק"ק סאטמאר, יאפ זיי האבן אויסגעפירט זייער סטראשע, פון אינטער די קוליסען הערט מען אז די הנהלת הקהלה האט פאררופן א עמערדשענסי אסיפה מיט די מערכת העדה צו מ'קען נאך צוריקציען את רוע הגזירה, אבער ווי ווייט מ'הערט פון די מערכת וועלן זיי זיך נישט ברעכן... "- אז סאטמאר רעכנט זיך נישט מיט אינז, וועלן מיר זיך בשו"א נישט רעכענען מיט זיי..."- זאגט א הויעכער אנגעשטעלטער אינעם צייטונג........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2012 01:16 לינק ישיר 

נישט אז עס גייט איינעם אן וואס עפעס א סיקריק האט באשלאסן יא אדער נישט צו שרייבן.

אבער למען האמת: זיי האבן עס יא באשריבן.

טאקע נישט אזוי גרויס ווי די נסיעה פון פאר הדור והדרו רבן של ישראל כ"ק מרן הראב"ד פריעדמאן שליט"א, אבער איר דארפט פארשטיין, ביי יענע נסיעה איז דאך ארץ ישראל געווען אויף רעדער, אזוי פיל לעלו'ס געוועזן... פיל מער ווי יעצט.


תוקן על ידי FiveBoro ב- 23/02/2012 01:19:36




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2012 07:59 לינק ישיר 


איך האב אויסגעמעקט אין א אנדערע פלאץ וואס כהאב געהאט געשריבן זייער סטראשע וואס כהאב געהערט אז זיי סטראשען אז אויב דער רבי קומט נישט צום גאב"ד באשרייבן זיי נישט געהעריג די נסיעה, ווייל סאיז באמת קיינעם נוגע וואס אפאר אינגעלייט אין ירושלים האבן אפגעמאכט און נישט פון די הנהלת העדה ווערט דער גליון ארויסגעגעבן סאיז בלויז א פריוואטע אונטערנעמונג פון עטליכע סיקריקים.

און פאר די זאליס וואס מיינען אז סיקיריקים איז בלויז א שפעט נאמען פאר ערליכע אידן דאן זאלט איר וויסן אז ווען איר וועט זיך אויפוועקן אזוי ווי תולדות אהרן און דושינסקי האבן זיך אויפגעוועקט זאלט איר נישט האבן קיין טענות אז איר האט געמיינט אז סאיז אמתע ערליכע אידן און סאיז פשוט א שפעט נאמען, ניין מיר האבן אייך שוין געווארנט אויב סנאך נישט צי שפעט...

אין איין ווארט קנאות מיינט סאטמאר און סאטמאר מיינט תורת רבינו הקדוש זי"ע בספריו ויואל משה און דברי יואל און על הגאולה לא פחות ולא יותר!!! נישט קיין לאקשאן קוגעל און נישט קיין געלע בדחן מעשיות און נישט קיין קאפעי אינעם רביצין הויז און נישט קיין נסיעות קיין איראן און נישט קיין שטיינער ווארפעריי און גארביטש צינדעריי און נישט טעראר אויף די רבנים ועסקנים אין ירושלים
און ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבוד"ו אז מיר ברענגען כבוד פאר השי"ת מיטן והבדילנו מן הטועים און נישט אז מיר העלפן די טועים צי האבן וואס צי שפעטן פון אונז
און בעיקר ו

חיי עולם נטע בתוכינו 
דער אלנא רברבי רבן של כל בני הגולה מיטן ריכטיגן דעת תורה מיט אמת אן קיין פשרות נישט קיין פשרות פאר ציונים מישט קיין פשרות פאר טעראר נישט קיין פשרות פאר געלע בדחן מעשיות וכדומה תורה און תורה און נאכמאל תורה חיי עולם נטע בתוכינו ולאורו נסע ונלך עד ביאת הגואל  


תוקן על ידי גרוינים ב- 23/02/2012 08:05:55




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2012 12:54 לינק ישיר 

גוינם ! שפתים ישק .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > העד''ח סטראשעט: רז''ל וועט ווערן ירושלימער רב!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext